| נשלח ב-22/12/2010 18:12 |
|
| |
ענדליך..... אבער וואס איז יעצט געשעהן ערגער ווי ביז היינט? דער סייט איז שוין א גרויל זינט איך געדענק איר
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 18:22 |
|
| |
באקומען אין אימעיל
עס פעלן נאך חתימות
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 19:04 |
|
| |
עס איז זייער אינטערעסאנט אז קיין איינער פון די פראמינענעטע רבנים פון גרויסע קהילות האבן נישט גע'חתמ'ט, ווייסט איינער די סיבה דערצו?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 19:32 |
|
| |
וואס איז גאר אינטערסאנט איז אז ישיבה ווארלד, וואס איז מלא לשון הרע און רכילות, און ווען איינער שטייט אים און וועג ריקט ער ארויף אן ארטיקעל ווי עס דארף צו זיין, און באשרייבט יענעם מיט ביזי בזיוניות און ליצי לצינות, און אויך אפציעל האט קיינער נישט קיין אנונג ווער ער איז.
מען האט איינגענארט אפאר רבנים, און נישט פארציילט די אמת, וואס איז נייעס האט זיך אסאך געבעסערט און די לעצטע תקופה, זיין נייעס, איז שענער און קלארער, אויך די קאמענטס דארט זענען אסאך בעסער ווי עס איז אמאל געווען, סא איך ווייס נישט, מה כל הרעש
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 20:00 |
|
| |
טיי פארטי, איך האב מורא אז דו האסט א טעות, די קול קורא איז לכאורה ארויסגעקומען צוליב צוויי סיבות, איינס צוליב דעם וואס וואס איז נייעס האט נישט קיין שום פראבלעם צו באשרייבן דברי ניאוף און חזר'יי וואס איז באמת נישט אויסגעהאלטן צו ליינען און נאכדערצו אויב דער וועבסייט שטעלט זיך אוועק אלס חרדישע, (צום ביישפיל גיי צו http://www.google.com/sitesearch/ און זיך אויף וואס איז נייעס סיי וועלכע נישט איידעלע ווארט און דו וועסט עס טרעפן אין איינע פון די קעפלעך, משא"כ ביי ישיבה ווארלד איז עס כמעט נישט בנמצא), שנית איז די קאמענטס וואס איז ממש געפערליך ווי געמיין עס איז... דאס וועסטו נישט טרעפן ביי קיין שום אנדערע סייט!
דאס וואס דו שרייבסט אז ישיבה ווארלד האט נישט קיין פראבלעם אריין צו ריקען א ארטיקל פאר אימיצער וואס שטייט אים אין וועג, אולי ביסטו גערעכט מיט דעם אבער נישט וועגן דעם איז די קול קורא ארויס געקומען.
איך גיי נישט דא דן זיין צו מען האט יא אריינגענערט די רבנים אדער נישט, עס קען טאקע זיין אז ס'איז אמת, און טאקע וועגן דעם האב איך געפרעגט פארוואס זעהט מען נישט קיין איין גרויסע רב/רבי זאל האבן גע'חתמ'ט (נישט אז איך מאך ח"ו אוועק די רבנים וואס האבן גע'חתמ'ט, נאר זיי רעפעזענטירן נישט קיין גרויסע קהילות בכדי דו קול קורא זאל האבן די ריכטיגע עפעקט), למעשה איז וואס איז נייעס א גרויסע פראבלעם פאר היימישע אידן וואס דארפן זיצן אויפן אינטרנעט, זיי בפנים און מכש"כ כלפי חוץ וואס עס איז ברור כשמש אז די סייט האט שוין גורם געווען גאר גרויסע חילול השם'ס...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 20:18 |
|
| |
דער וואס גיט דעם דשזאקוזי פאר דעם דזשיגאן רעבע זאל זיך זארגען... תבוא "אמו" ותקנח.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 20:18 |
|
| |
אויב וואלט די קול קורא נישט ארויסגעקומען וואלט סתם אזוי יעדער געמעגט וויסען אז אזא סייט טאר מען נישט קוקען, וכש''כ יעצט דארף מען בויקאטען די סייט מ'דארף נישט זיכען קיין תירוצים
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 20:29 |
|
| |
רעב בני ברקער, אויף אמאל זענט איר געווען גערעכט, וואס איז נייעס האט שוין לאנג געטוישט זיין מהלך, ער גוט זיך אכטונג וואס א נייעס ער לייגט ארויף, אויך די קאממענטס דארט זענען אסאך אסאך בעסער ווי עס פלעגט זיין, עס איז מסתמא אפאר משוגעים וואס ער שטייט זיי און וועג און זיי זענען געלאפען צו די רבנים מיט א קול קורא, וואס איז נייעס איז גארנישט אנדערשט ווי אונזער בחדרי חרדים, וואס איז אויך פיל מיט שטותים וכדו' ביידע די זעלבע איסור, לכאורה ביז א וואך ארום קומט ארויס א קול קורא א קעגן אנדערע וועב זייטלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 20:36 |
|
| |
עס קען טאקע זיין אז ער האט געטוישט לטובה, אבער עס איז נאך ווייט פון גוט, איך וויל נישט שרייבן דא קיין משלים, אבער עס איז דא גענוג און נאך דגמאות וואס איך קען ווייזן, ווי וואס איז נייעס האט געקענט שרייבן בלשון נקי' און אנשטאט זיך באנוצט מיט זייער מיסע אויסדריקן... ישיבה ווארלד קען אויך אמאל שרייבן נייעס וואס ס'ברויך נישט געשריבן צו ווערן, אבער דאך מיט א לשון נקי' וכידוע שהתורה כתב ט' תיבות בכדי לכתוב לשון נקי'...
סאיז דא מקום פאר אלע צו זיך פארבעסערן, בחדרי חרדים אינקלודעד (וואס איז אויך בעסער געווארן אין די לעצטע שטיק צייט) אבער וואס איז נייעס, וואס זיי האבן זיך שוין מכלומרשט פארבעסערט איז נאך אלס אויף זייער א נידעריגע שטאפל!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 04:38 |
|
| |
after some investgative research it appears that this is a marketing product produced to bolster the new " Hamodia-Xchange Telecom" scheme for a VPN network for delivery of the daily Hamodia.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 09:49 |
|
| |
און ארץ ישראל איז געווען די זעלבע זאך פאריאר ווען די די איזרעלי צייטונגען האבען זיך צוזאמגענומען און געטרייט אוינטערצוברענגען די אלע חרידישע וועבסיידס מיט קול קורא'ס וכו', עס האט געהאלפען א מכה.
היידפארק אדער אלע אנדערע סייטס האט דען ווייניגער לשון הרע'ס?? א פריוואטע מערכה אנטגעקן וואס איז נייעס
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 19:51 |
|
| |
טי פארטי, דו האסט א גרויסע טעות (אדער א גרויסע נגיעה..), זיי זענען זייער ראסיסטיש מיט אננעמען קאמענטס, רוב קנא'ישע קאמענטס ווערן בכלל נישט אנגענומען, און פרא ציוניסטישע יא, חוץ מזה ווערן דארט געדרוקט הונדעטער קאמענטס יעדן טאג וואס שפעט אפ און פארשעמט חרדישע אידן ווי און ווען מ'קען נאר, און דאס ווערט אייביג אנגענומען! אויך איז כסדר דא דארט ריכטיגע כפירה'דיגע קאמענטס אויך און ס'ווערט שיינערהייט אריינגעלייגט
חוץ מזה איז דא דארט א זייטיגע פרבאבלעם, אז פיל פון די וואס שרייבן די קאמענטס זענען גויים, פרייע אידן אדער סתם אפיקורסים, און די דעות ווערט געליינט און ס'כאפט זיך אריין אין הארץ פארדארבענע דעות.
און דאס איז אלעס חוץ די שפיכות דמים, הלבנת פנים, בזיון ת"ח, לשון הרע און רכילות וואס וועהרט דארט כסדר ארויפגעברענגט, און די מיסאוסע מעשיות מיט ניוול פה קאמענטס, דער איסור האט געדארפט קומען פון לאנג, אבער אייביג איז עס גוט און אקטועל, אפילו ס'איז שוין שפעט.
|
|
|
|
|