| נשלח ב-23/12/2010 02:08 |
|
| |
אויג-פארכאפענדע קול תורה ויראה אויסגאבע
איך האב יעצט באקומען אויף די אי-מעיל די הערליכע קול תורה ויראה אויסגאבע, וואס ווערט ארומגעשיקט דורך די סאטמארע מוסדות, מיט הערליכע בילדער און א דעטאלירטער באריכט פונעם היי-יאריגן דינער, האב איך געקלערט עס צו פאוסטן אויף הייד-פארק אז אונזערע גוטע פריינט זאלן אויך הנאה האבן דערפון: זיך צו סובסקרייבן אויף זייער ליסטע שיקט אן אימעיל צו [email protected] מיט אייער נאמען און אימעיל אדרעס
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 02:10 |
|
| |

_________________
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 23/12/2010 18:35:37
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 02:12 |
|
| |
Download it
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 21:09 |
|
| |
באמת אויג-פארכאפענד און שיין גראפירט, און דאס מערסטע איז נתפעל צו ווערן פונעם ריזיגן עולם וואס האט זיך דארט באטייליגט, א ריכטיגער מעמד קידוש השם
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 23:12 |
|
| |
בעטעמט און צו די זאך יישר כח!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 23:46 |
|
| |
א קליינע שׁאלה פארוואס אין ״דער איד״ וואס איז נישׁט עמטליך פון די קהלה, טאר נישׁט האבּן קיין בּילדער פון רבּי'ן און די מוסדות וואס זענין ״בּנשׂיאת כּ״ק אדמו״ר שׁליט״א״, מעגן עמטליך ארויסגעבּן א פּיקטשׁער אויסגאבּע? ילמדנו רבּינו
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2010 23:54 |
|
| |
קום אהער, דער רעבּע וועט לערנען מיט דיר...
אין דער איד ווען מ'לייגט אריין בּילדער פון רבּי'ן, וועט דאָס הייסן הוילע און לופטיגע פּראפּאגאנדע, דערפאר וועט דער רבּי אַזוי שׁטארק פארפירן דערויף און דאס נישׁט צולאזן. ער ליידט נישׁט אויף די ביטערע מחלה וואס אנדערע רעבּעס האבּן צו בּילדער, און ער וויל דאס נישׁט האבּן.
אבּער אויבּ די מוסדות זאגן אז זיי קענען מאכן איין דאלער מער אין פאנדרעיזינג ווען זיי לייגן שׁיינע בּילדער פון מאורעות און געשׁעענישׁן וועלכע האבּן א שׁייכות מיט די מוסדות, דאן וועט דער רבּי דאס נישׁט בּאקעמפן. נאר אדרבּה זאל מען לייגן, און זאלן די מוסדות בּענעפעטירן.
גענוג גוט געלערנט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 00:27 |
|
| |
 
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 07:17 |
|
| |
דער אויסגאבע איז קטנות שבקטנות, מען ווערט אראפגעשלעפט פון די ארונים, מ'מאכט א בילד צוויי פון א שיינע מסיבה איז אינטערסאנט, בפרט פאר אידן אין אויסלאנד, אבער יעדן שמויגער מאכט מען בילדער, פון דעם ביקסאדער הויז בחור וואס איז געפארן אויפן אמבאלאנס זיינע אייניקלעך איז יעדער נייגעריג צו זעהן, אזוי אויך דער עסקן דאסקאל געט אנווייזנונגען פאר סדרנים, און דער שינאווער רב גייט אהיים, און דאס יונגעל וואס זינגט און דער בחור וואס גראמט, און דער חזן וואס גארגעלט זיך, עס איז בעביש נאריש און מ'ווערט אראפגעשלעפט ווייל מ'וויל נאכמאכן די שמויסניקעס,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 19:50 |
|
| |
רעיוואד, זייער א שׁוואכע תירוץ, איינס, אויבּ בּילדער זענן אסור ווערט עס נישׁט מותר פאר געלט, אויך דארף מען נישׁט אריין שׁטעלן קיין פון רבּי׳ן אדער אנדערע מענטשׁן, גענוג צו ווייזן פונעם ריזיגן ציבּור וואס האט זיך בּאטייליגט. פון חסידי מהר״א וואלסטו ווען נישׁט אנגענומען אזא תירוץ
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 20:14 |
|
| |
הער אויס, איך בּין אינגאנצן נישׁט געווען אויסן דיר צו געבּן תירוצים, און קיינער דארף דיר נישׁט ענטפערן בּכלל אויף דיין נארישׁע שאלה
ווייל בּילדער זענען נישט אסור צוליב סיי וועלכע הלכה, נאר פּשׁוט דער רבי וויל נישט זיין אנגעשׁטעקט מיט די קרענק וואס אנדערע האבּן צו בּילדער, און ער דערליידט נישׁט די משׁוגעת'ן וואס דאמינירט די רבּי'שׁע וועלט די לעצטע צייטן
אבּער די מוסדות, זיי האלטן אז ווען זיי פאנדרעיזען געלטער און זיי בּרענגן פאר זייערע שׁטיצער פון איבּער די גאנצע וועלט שׁיינע בּילדער פון די געשׁעענישׁן אין די מוסדות, דאן וועלן מענטשׁן געבּן געלט מיט מער אינטערעסע און געשׁמאק, דעריבּער טוט דאס דער רבּי נישׁט בּאקעמפן
די מוסדות ווילן ווייזן בילדער סיי פון דער רבּי וואס שׁטייט אין שׁפּיץ פון די מוסדות, און סיי אלע געשׁעענישׁן ארום.
יעצט לאז איך דיר ווייטער פרעגן דיינע קשׁיות, אבּער ערווארט נישׁט פון מיר נאך א תירוץ, ווייל איך קען נאר איבערחזר'ן דאס זעלבע
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 23:06 |
|
| |
| קליפ כתב: |  | Download it
_________________
|
|
די לינק האט עקספייערט.
אפשר לייגסטו עס נאכאמאל ארויף פארן ציבור
יש"כ
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 23:39 |
|
| |
Enjoy
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 01:31 |
|
| |
קליפ איז א מענטש!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 02:38 |
|
| |
קליפ
קליפ
יעדער שרייט "שכויעח קליפ"
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2011 20:36 |
|
| |
קול תורה ויראה #81
_________________
|
|
|
|
|