בית פורומים אידישע געדאנק

א אויפשטאנד אין תולדות א. י. איז זייער נאנט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/12/2010 06:10 לינק ישיר 
א אויפשטאנד אין תולדות א. י. איז זייער נאנט

די לצים זאגן אז ער גייט אין די וועגן פון זיין רבי'ן, ביי זיין רבי איז אויך געווען א מרידה.

עס קאכט זיך שוין איבער א וואך אין בחדר חרדים וועגן א אויפשטאנד וואס קומט פאר אין תולדות אברהם יצחק

דא האט איר א לינק צום אשכול
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2858301&forum_id=771
די אשכול האלט שוין ביי אריבער 30 תגובות און און קרוב צו 6 א האלב טויזענט צפיות.

(יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס יונה האט זיך גענומען איבער תולדות אהרן?)

בקיצור גייט די מעשה אזוי

די פני פון די קהלה שעמען זיך זייער שטארק פון דעם וואס לעצטנס האבן עטליכע אינגעלייט אנגעהויבן אפיציעל צו שניידן די בערד.

אנגעהויבן האט זיך דאס מיט דעם זינגער אהרעלע סאמעט און פון דארט האט זיך דאס פארשפרייט ספעציעל צוליב דעם וואס דער אהרעלע איז א גאנצע קנאקער אין די חסידות און א מקורב פערזענליך צום רבין. איז אויב קען אהרעלע סאמעט קען איך אויך. בפרט נאך ווען אלע אינגווארג לעקן זיך צו דעם אהרעלע.

די עלטערע האבן אנגעהויבן איינפאקן פאר בושות ווען אין די גאסן האט מען אנגעהויבן לאכן פון זיי, עס שטעלט זיך ארויס (צום וויפילטען מאל?) אז טראצדעם וואס דער רבי לייגט אריין מעכטיגע הייליגע כוחות אין די קיגל טיילן און אינם עסן, האט ער מיט אלע זיינע אנשוינונגען נישט קיין טראפ שייכות מיט שיטת תולדות אהרן און עס ווערט נאכאמאל קלאר פארוואס די חסידים האבן אים פארשיקט.

האבן זיי זיך געזעצט צו א אסיפה און האבן מחליט געווען אז כדי די אסיפה זאל געקרוינט ווערן מיט א סוקסעס דארפן זיי די גוטהייסונג פונם רבין פערזענליך. זייער רבי האט טאקע צוגעזאגט אז ער וועט באשטעטיגן און צושטימען צו אלע החלטות.

איינע פון די החלטות איז געווען אז מען גייט ווארענען דעם ארעלע סאמעט מיט נאך א אינגערמאן אז אויב זיי הערן נישט אויף שניידן די בערד וועט מען זיי פארשיקן, מען האט אלע החלטות איבערגעגעבן פארן רבין. און פארשטייט זיך אז מען האט זיי געווארנט און נאך אינם נאמען פון רבין.

אהרעלע וועלכער האט זיך א קנאקער (ער האט עפעס אין קאמען מיט ליפא שמעלצער?) איז געלאפן וויינען צום רבין אז ער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין געלט אין די חסידות בלא בלא בלא בקיצור עס גייט נישט אריבער קיין צוויי שעה דער אהרעלע קומט אריין אין ביהמ"ד ער לאזט יעדעם וויסן אז די רבי האט געזאגט אז קיינער קען אים נישט פארשיקן!

יעצט קאכט זיך דארט, צענדליגע אינגעלייט סטראשען אז אויב די רבי וועט נישט "אליינס" אפשטעלן די בערד שניידעריי וועלן זיי פארלאזן די - אזוי אויך קליינע - חסידות. זיי זאגן אז זיי ווילן נישט אז אהרעלע סאמעט זאל זיין דער סעמפל וועם מען מאכט נאך.

טישן און בענק מיט בערד



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א אויפשטאנד אין תולדות א. י. איז זייער נאנט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext