בית פורומים אידישע געדאנק

ר' לייביש ס'פאסט נישט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/12/2010 21:40 לינק ישיר 
ר' לייביש ס'פאסט נישט!

קודם כל א שטיקל הקדמה

שלום עליכם, איך האב טאקע קיינמאל נישט געשריבן אויף הייד פארק אבער איך דריי זיך שוין דא אסאך יארן צום גוטן. ווען מען זיצט אינדרויסן קען מען זיך אסאך מאל קוילערן פאר געלעכטער פון ניקס וואס רעדן צו די גאס און נישט צו יענעם מיט וועם זיי פירן דעם שמועס. אין פלאץ וואס ווען מען ענטפערט יענעם אפ דארף מען שרייבן "די האסט געשריבן" שרייבן די יעניגע ניקס "ער האט געשריבן". ס'איז קלאר אז זיי פראבירן צו פארקויפן זייער אדשענדע פאר די גאס און ווילן די גאס זאל אפקויפען די אינטערעסע וואס איז גוט פאר זיי. רבותי ס'ארבעט נישט, איר קומט נאר ארויס חוזק.

אויך איז דאס וואס קומען אריין אין א אשכול און ווארפן אריין א תגובה כאילו מיטן גרעסטן מאס תמימות און רעדן זיך איין אז זיי האבן געמאכט די זאך. איך וועל ברענגען צוויי משלים איינס פון דעם טאהשער נפל און איינס פונם אהרויני רעביאנקל.

דא האט איינער אריינגעלייגט א בריוו (דרכאויס פאלש כמנהג הייד פארק) כאילו ר' לייביש טייטלבוים דער דיין פון די אהרוינישע ראס סטריט איחוד שול, ענטפערט פאר ר' אברהם לויפער, די בריוו האט געהאט עטליכע טאקע מינדערוויכטיגע אבער פארט ספעלינג מיסטעיקס, עס האט זיך גרינג געלאזט טראכטן אז די בריוו איז פאלש צוליב די מיסטעיקס. דער נפל וויל דאך אז מען זאל יא גלייבן דעם בריוו, שרייבט ער אריין כאילו מיטן גרעסטן מאס תמימות "איך האב נישט געוויסט אז ר' לייביש קען נישט ספעלן" געהאפט האט ער מיט דעם אז יעצט וועט שוין קיינער נישט טראכטן אז די מיסטעיקס מאכט דעם בריוו אויסזען פאלש נאר אדרבה יעדער וועט גלייבן אז ר' לייביש קען נישט ספעלן. (גראדע איז דא גרויסע ת"ח וואס קענען נישט ספעלן, ספעלינג האט גארנישט צוטון מיט ידיעת התורה, עס האט מיט די געבוי פונם מוח, ואכמל"ב).

די צווייטע דוגמא איז פון רעביאנקל, איינער האט געברענגט א פאלשע הכחשה בריוו כאילו דער רב פון קדושת לוי אין מאנסי שרייבט אז די בריוו וואס האט געהאנגען אין זאל בשעת די חתונה ווי ער האט מסדר קידושין געווען איז א פאלשער.
קיינער רעדט זיך נישט איין אז בשעת די חתונה האט געהאנגען א פאלשע בריוו, די בריוו וואס האט געהאנגען אין זאל איז צו שארף אז מען זאל דאס לאזן הענגען חוץ אויב ס'איז טאקע אמת, און דאס איז די גרעסטע און שטערקסטע איבערצייגעניש אז ס'איז אמת. אבער פטור בלי כלום איז דאך נישט מעגליך פאר די וואס דארפן אלעמאל זיין גערעכט און האבן די לעצטע ווארט. פארבערצירט מען א פאלשע הכחשה צעטל כאילו די בריוו איז פאלש און פטור אן עסק. יעדער וועט שוין גלייבן אז די סידור קידושין איז געווען מיט רשות און די צעטל וואס האט געהאנגען אין זאל איז פאלש. רבותי ס'גייט נישט אזוי, איר קומט איר פשוט ארויס חוזק. אבער דער רעביאנקל וויל דאך דער עולם זאל זיך יא איינרעדן אז די הכחשה איז אמת קומט ער אריין מיטן גרעסטן מאס תמימות און שרייבן "די  זאליס זענען היבש ציפידעלט פין דעם בריוו (די פאלשע הכחשה), זייער פרישע ספין האט אזוי שנעל געבאוסט, נאך א דוכפאל פין זייער שר האופים" און יעצט חלומט ער אז איינער וועט גלייבן אז די הכחשה איז אמת און אז די צעטל וואס האט געהאנגען אין זאל בשעת די חתונה איז נישט מער ווי עפעס א פאבריקאציע פון עפעס א שר האופים.

קיינער קויפט נישט די לאקשן, ס'שאד אייער צייט.

יעצט צום נושא וואס האט מיר באוואויגן זיך איינצושרייבן אויף הייד פארק און אויסרופן מיינע געדאנקען

עס איז אנגעקומען צו אבי מורי דעם זעלבן בריוו וואס די אהרוינים האבן ארויפגעלייגט בשם ר' אברהם לויפער, איך האב געמאכט א טעל קאל צו מיין קאזין, זיין טאטע איז אויך א רב פארציילט ער מיר אז זיין טאטע האט אויך באקומען אזא בריוו, דאס מיינט אין פשוטע ווערטער אז ר' לייביש טייטלבוים איז נישט קיין ספעציעלע מחותן דא, ר' אברהם לויפער האט נישט געצילט דירעקט צו אים נאר ער האט דעם בריוו געשיקט פאר פילע רבנים (קען זיין צעדליגע און קען זיין הונדערטער, קלאר נישט דירעקט צו ר' לייביש ט"ב).

ר' לייביש האט סך הכל באקומען דעם בריוו פונקט ווי אסאך אנדערע רבנים. מיט וואס האט זיך ר' לייביש טייטלבוים אויסגעצייכענט מער פון אלע רבנים וואס האבן באקומען דעם בריוו?

יא איר האט צוגעטראפן, ער איז דער איינציגסטער רב וואס האט געמאכט זיכער אז די בריוו קומט אן צו הייד פארק שרייבער!

ר' לייביש ווי פאסט אזא התנהגות? האלט איר זיך נישט חשובער פון דעם? איר באקומט מיט אזאנע מעשים א פנים כאחד הרקים! יעצט ווייס איך שוין ווער דאס איז דער אינטערנעט רב. איך בין באמת אנטוישט איך האב געהאלטן אסאך אסאך מער פון אייער פערסענאליטי, איר מאכט א רושם פון א איידעלער און פלוצינג ווער איך געוואר אז איר זענט גאר א אינטערגעציפטער און חבר'ט זיך מיט די אינטערנאט שרייבער, הזאת נעמי? איז דען א הווא אמינא אז מען זאל אייך קענען אויפנעמען אלס דומ"ץ סאטמאר וו"ב? די ראצערלעך וועם איר האט געגעבן דעם בריוו קענען ארויסגעבן 500 פאלשע בריוון ווי איר ערשיינט אין די דריקסארט אלס דומ"ץ קהל יטב לב ברוקלין, עס וועט אייך אבער נישט מאכן דומ"ץ ברוקלין!

אלס א אמת זענט איר לכאורה נישט ווייניגער ווי ר' משה פריעדמאן אין ב"פ, לכאורה זענט איר פונקט אין זעלבן גאטונג, דאס מיינט אז עס וואלט געווען א מציאות אז איר זאלט באקומען אין וו"ב דעם זעלבן דומץ טיטל וואס ר' משה טראגט אין ב"פ, אבער אזאנע מעשים ברענגט אייך אינטער, אמת די ראצערלעך וועלן אנהייבן שטיפן אייער וואגן און אנהייבן טון פעולות אייך צו דערהייבן, האפענדיג אז דערמיט וועט דער דמוץ זיין אין זייערע קעשענע און ער וועט טאנצן לויט זייער אנווייזאנג, אבער די ראצערלעך זענען לכאורה נישט די וואס מאכן דעם החלטה, די וואס מאכן די החלטה דארפן נישט דעם כבוד פון אויפנעמען א דיין וואס ווערט אידענטעפיצירט מיטן אינטערנט בכלל און מיט הייד פארק בפרט.

ר' לייביש אזא התנהגות פאסט נישט פאר איינער וואס פראבירט צו בויען זיין קריער


תוקן על ידי בריוון ב- 23/12/2010 21:53:03




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2010 22:24 לינק ישיר 



דו בוסט גענצליך אויסגעשלאסן פון דעם פארום צוליב גילו שמות!




תוקן על ידי המהדרין ב- 26/12/2010 01:23:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2010 23:39 לינק ישיר 

דער כסיל און עם הארץ ר' לייביש, שרייבט זיין ערשטע תורה'דיגע תשובה אין לעבן, פון
איין שורה, און שרייבט ארויס עם הארצית אויפן ערגסטן פארנעם.

א בפירוש'ע גמרא אין מסכת שבת וואס זאגט פארקערט ווי ר' לייביש'ס תשובה,
כתיב אל תען כסיל כאולתו וכתיב ענה כסיל כאולתו לא קשיא הא בדברי תורה הא במילי
דעלמא (שבת ל ע"ב)
זאגט די גמרא אז דער פסוק אל תען כסיל איז נאר אויף מילי דעלמא, אבער אויף דברי
תורה דארף מען יא ענטפערן אפילו אויב מען האלט דעם שואל פאר א כסיל.

אויף ר' לייביש איז געזאגט דער פסוק פון משלי:

כבוד חכמים ינחלו וכסילים מרים קלון (משלי ג ל"ה) , א חכם באקומט כבוד און א
כסיל הייבט זיך אליין בזיונות


וכסילים מתי תשכילו...

_________________




תוקן על ידי המהדרין ב- 24/12/2010 00:15:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2010 23:43 לינק ישיר 

פארוואס איז ער עפעס ארויסגעפאלן פון אלע אנדערע ברידער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2010 19:54 לינק ישיר 

רעיוואד כתב:


דו בוסט גענצליך אויסגעשלאסן פון דעם פארום צוליב גילו שמות!




תוקן על ידי המהדרין ב- 26/12/2010 01:23:16





איינער ווייסט פארוואס דער ניק רעיוואד איז אויסגעשפארט געווארן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' לייביש ס'פאסט נישט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext