| נשלח ב-24/12/2010 05:14 |
|
| |
ווי איז דאס געלט פון בני ברק?
אין בני ברק איז א קאטאסטראפע, די טיטשערס סטרייקן, די מלמדים וויינען די מגידי שיעור סטראשען, ס'איז גרויסע צרות ביי זיי, מ'מאכט עצרת רבתי אסיפת חירום, מען
שרייט געוואלד, מען האט ניטאמאל קיין געלט צו מאכן א דינער אין בארא פארק, מ'כאפט און מאכט עצרת, מ'מאכט א ראפפעל קאמפיין פאר א נארוואס געבוירענע ארגענעזאציע 'מפעל החסד'.
ווינדערט זיך יעדער איינער וואס האט דא פלוצלינג פאסירט, וויאזוי האט דער מוסד
אויסגעטריקענט אז מ'הונגערט ממש? די בטלנים פון אפיס דארט זאגן אז צוליב די רענט
פון זאל וואס זיי באקומען נישט, אבער די חשבונות שטימען נישט, ווייל די הכנסה
פון זאל א גאנץ יאר באטרעפט נישט קיין איין חודש געהאלט.
אונזער בעל דרשן דער עם הארץ הקדוש פארציילט דעם סוד, ער זאגט אויף זיין דרך צחות, ווי זיין רבי ר' שימעלע זשיגאן זכותו יגן עליו, א שטייגער משלב געווען תשעה באב מיט עשרה בטבת, אז תשעה באב האט זיך אנגעהויבן די צרות אין בני ברק זייט תשעה באב צאלט מען נישט קיין געהאלט. וואס האט פאסירט נאך תשעה באב אין בני ברק?
זייער פשוט, די דין תורה האט זיך אנגעהויבן תיכף נאך תשעה באב, די בני ברק'ער
האבן געצווינגן אז מען מוז מאכן די זיצונגען אין ארץ ישראל, וואס דאן קאסט די
דין תורה זעקס מאל אזויפיל וויפיל עס קאסט אין אמעריקע, מען באצאלט דארט בערך 300 טויזענט דאלאר א זיצונג, אויסער טיקעטס מיט דירות און האטעלן קארס א.ד.ג., וואס איז נאך 10 אלפים.
מ'ברענגט שלישים, בוררים און טוענים פון חוץ לארץ, און לכבוד דעם הונגערן די מלמדים
און זייערע קינדער, און משרייט אונז הונגערן,
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז דער סיבה פון ארויסווארפן אידיש געלט אויף
נערישקייטן און דערצייט וואס מען צאלט נישט פאר מלמדים. די טוענים און די
בוררים און די שלישים יעדער וואוינט אין ניו יארק, וואס קען מען נישט פירן די
זעלבע דין תורה אין ניו יארק פאר א זעקסטל דעם פרייז? און אפשר וואלט עס שוין
געווען פארטיג די דין תורה.
אזאלעכע הפקר יונגען קען מען לאזן פירן א מוסד בכלל?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 07:33 |
|
| |
כ'מיין אז זיי האבן שוין חרטה אויף די גאנצע דין תורה עניוועיס, די ארונים גייט נישט אזוי גוט דארט, זיי האבן געמיינט אז זיי וועלן שרייען זיי האבן דעם עולם וועט בית דין זיי אלעס געבן, תיכף ומיד, און לכאורה פארדעם האבן זיי איינגעלייגט וועלטן אז די ישיבת בית דין זאל זיין דוקא אין ארץ ישראל אז בית דין זאל קענען קומען קוקען אז דער שיכון איז אינגאצן ארויניש, למעשה ווי עס קוקט אויס האט בית דין געלייגט דערווייל זייער אסאך געוויכט אויף די פאפירן פון די לעגאלע קארפארעשאן, עד כדי כך אז מען האט געמוזט אפירקומען מיט פאלשע פאפירן פון שמעון ווייס, זיי האבן שוין ביטער חרטה פאר'ן קלויבן די אמעריקאנער בוררים מיט שלישים, די ארץ ישראלדיגע רבנים זענען נישט אזוי טעכניש,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 08:53 |
|
| |
דאס געלט וואס האט אפגעקאסט עורכי דינים איז נישט קיין קליין געלט,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 00:19 |
|
| |
איך האב געליינט דעם ליפלעט וואס די אהרונים האט עטעטשט צו זייער מעינות אויסגאבע, דאס ליצנות איז דארט געגאנגען עד לב השמים, ר' אהרן האט צוגעזאגט גאלדענע גליקן פאר ווער עס וועט העלפן אונטערברענגן די סאטמארער מהרסים. דער מנהל בראך האט געסטראשעט אז דער רבי שליט"א וועט זיך נוקם זיין אין די וואס וועלן נישט געבן קיין געלט...
אגב, זע איך אז מאיר פערל האט באקומען א נייע טיטל "חבר הנהלה מוסדות יטב לב", עס איז סתם אינטערעסאנט אז ביז דעם זיוף וואס די אהרונים האבן ערצייגט אין בית דין וועגן שמעון ווייס איז ער געווען א בלויזער מנהל האפיס אין אמעריקע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 00:42 |
|
| |
דאס וואס איז געשטאנאן אין מעיינות איז געפעלשעוועט, מ'האט געמאכט א שארטקאט א לאנגער שארטקאט, און איך זאג די לאנגע. ער האט מוסיף געווען על הראשונים אויף דעם חכם יצחק בראך'ס דרשה, וואס יצחק האט געזאגט אז אלע קינדער אלע מלמדים אלע מחנכות אלע עלטערן אלע מנהלים אלע איינגעשטעלטע זענען סאטמארע, האט ר' אהרן מוסיף געווען א נופח משלו אז נישט נאר די אלע זענען סאטמארע נאר אפילו די מהרסים זענען אויך סאטמארע,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 00:53 |
|
| |
א ריכטיגער טיפש כמו שעכתוב.
אלס מיז ער אונטערקומען מיט א חוכמה'לע, און דערצו זיך נאך אומקוקן פון אלע זייטן צו דער ציבור לאכט.
|
|
|
|
|