זעט אויס אז שמואל ווידער קען שוין היינט אויך נישט שאפן געלט ווי אמאל. יצחק ראזענבערג גייט מטה מטה יעדן טאג. מען דארף אנקומען צו א געווארענער בעלזא'ר זאל מנדב זיין די פאשקעווילן קעגן די בני יואל'ע חתונה זאל אין קרית יואל. בקיצור ס'נישטא קיין געלט פאר פאשקעווילן.
אבער וואס טוט מען אז מען פייגערט ס'זאל זיין פאשקעווילן? מען פארבערצירט!
דא האט איר א פאשקעוויל וואס שמואל ווידער וואלט זייער שטארק געוואלט ס'זאל זיין, און אז ס'איז נישט דא מאכט מען און מען שרייבט אויף הייד פארק אז עס איז געווען!
יעצט קוקט אויף נאך א פאלשע צעטל וואס דער זעלבער האט אהערגעשטעלט (געווען איז דאס ביים פראטעסט וואס צוויבל האט פארופן אויף מאנטאג עטליכע טעג נאכדעם וואס התאחדות האט פארופן אויף דינסטאג.
טרעפט צו די ענליכקייטן פון די צוויי!
אויב מיינט איר אז די מטרה איז צו פאפן זיך אליינס האט איר א טעות, זיי אליינס ווייסן פונם בלאף, זיי פראבירן נאר צו לעבן פון חיי שעה און האפן אז איר וועט זיי גלייבן, ווילט איר וויסן אויב איך בין גערעכט קוקט אויף די עדות שאפט וואס וואס זייערע פירער זאגן אליינס אויף אים
ווער קען צייגן ווי מען זעט עין בעין אז דער זעלבער האנט האט "פארבערצירט" ביידע?