אפאר וויצלעך וואס גייט ארום
די מעיאר האט געמאלדן אז ער גייט זיך נעמען צו די ארבעט אפ צו קלינען די גאסן, ווייל די מצב איז געקומען צו דאס ארגסטע, אז די טרעפיק אגענטן קענען נישט ארום פארן טיילן טיקעטס...
ווען בלומבערג זאל לייגן אויף יעדען טרעפיק פאליס קאר א שאוועל, וואלטן אלע גאסן געווען אינגאנצען אפגעקלינט, ווייל ער האט פאר יעדע גאס איין טרעפיק פאליס קאר...
בלומבערג: א שאד אז די שטאט געהערט פאר ניו יארק סיטי, ווען עס געהערט ווען פאר א פאריווטע מענטשן, וואלט די שטאט געטיקעט די מענטשן פאר נישט שארן די שניי מיט ביליאנען...
בלומבערג: אלע הייזער גייען ווערן נאכמאל געשאצט פאר טעקסעס, ווייל די הייזער זענען העכער געווארן מיט צוויי פיס, און זענען מער ווערט...
בלומבערג: איך לאך פון ענק, מען וועט ממילא פארגעסן וואס איז געשעהן, ווי די פאריעריגע שניי...
א אידל צום צווייטען: דער רשע בלומבערג אן אנזעץ.
אידל 2: נא מען טאר נישט אזוי רעדן אפען מעיאר, ער האט דאך ערלעדיגט מציצה בפה...
אידל 1: אה אין א וואך ארום גייט ער ערקלערן אז מען דארף שטימען פאר אים, ווייל ער האט איצט אפגזויבערט די שניי, און ווען ער טוט דאס א וואך פארדעם וואלט דער עולם נישט געקענט זיין פרייליך א וואך שפעטער...
דאס זעלבע מיט מציצה בפה, די גזירה האט ער געמאכט, און מען דארף שטימען פאר אים ווייל ער האט מבטל געווען זיין אייגענע גזירה. א געוואלדיגער מעיאר.
 |
|
|