דער פּחדן ביים קי-באָורד
שפּאצירט זיך אן איידל אידל אויף דער גאס, פארזינקען אין מחשבות. די געדאנקען דרייען זיך ארום דעם שיעור וואס ער גייט צומארגנס געבן. זיין עסק איז תורה; מיט דעם איז ער פארנומען א גאנצן טאג. א גאנצן טאג און א שטיק פון דער נאכט.
ער שפּאנט מער צו דער זייט פון גאס. אַן איידעלער מענטש, וויל ער איינשפּארן אנדערע מענטשן פון זיך דארפן פאר אים אפּריקן. ער שפּאנט ביי דער זייט און די אויגן זענען אים אראפּגעלאזט. ער איז אן אפּגעהיטענער איד. אזוי זאגט עדות זיין עבר; אזוי זאגן עדות די אלע וואס קענען אים.
פּלוצלינג שפּירט ער זעץ אין קאפּ. נאך איידער ער קען זיך אריענטירן און כאפּן אז דאס איז געווען א שטיין וואס איז אויף אים געווארפן געווארן מיט דער גאנצער רציחה, פילט ער פּלוצלינג א שארפע ווייטאג אין ריקן. דער שטיין-ווארפער איז אים אינדערצווישן הינטערגעלאפן און אריינגעפירט א שארפן מעסער אין דער שדרה.
אומזיסט פּרואווט דער איד קוקן אויף דער אנטלויפנדער פיגור צו דערגיין ווער דאס איז און וואס ער האט געוואלט. פונעם אפענעם וואונד אין קאפּ שנירעלט זיך בלוט אריין די אויגן און פארשטעלט אים די זע קראפט.
דורכ'ן געדעכטן רויט האט ער יא באוויזן אויפצוכאפּן יענעמ'ס טראגע – די טיפּישע מלבושים פון א פרומען איד.
פארוואס האט ער עס געטון, וואונדערט ער זיך אין געדאנק.
דער מוח הייבט אים אן פארנעפּלט ווערן. קוים האט ער באוויזן צו שעפשען, "בידך אפקיד רוחי," איידער ער איז אומגעפאלן אנמאכט...
דער רוצח האט באוויזן צו אנטרינען ווערן איידער זיין קרבן האט אים באוויזן צו זען. אבער אנדערע מענטשן האבן אים יא באמערקט – שוין נאכ'ן אויספירן דעם אקט. אפּצושטעלן איז שוין נישט געווען וואס; און גלאט אזוי האט קיינער זיך נישט צו פארטשעפּען מיט א בלוט-פארגיסער.
דער מערדער איז א איד; א איד א רוצח, א רוצח און א – פּחדן. לכבוד זיין פּחדנות האט ער נאך באוויזן אריינצוכאפּן נאך אן איסור, און נישט סתם אזוי אן איסור, נאר איינער פון די זעלטענע וואס קומט אין דער תורה באגלייט מיט א קללה ספּעציעל פאר דעם צוועק.
"פארשאלטן איז דער וואס שלאגט זיין חבר פון באהעלטעניש. און דאס גאנצע פאלק האט געזאגט – אמן."
פארשאלטן האט אים די תורה און אויך די מענטשהייט קען אים נישט פארליידן. קיינער דולט נישט קיין טעראר און טעראריסטן וואס באהאלטן זיך הינטער א וואנט און צילעווען פון דארט אויף אומשולדיגע מענטשן.
נאר א טעראריסט פארדינט כאטש דאס, אז קיינער ווייסט נישט ווער ער איז און ער קען זיך ווייטער ארומדרייען מעשה שיינער איד. דער איז א פּחדן וואס באהאלט זיך הינטער א גלאזערנער טיר. ער פארמאכט זיך די אויגן און שיסט, און רעדט זיך דערביי איין אז קיינער האט נישט געזען.
איז, א פּחדן ביסטו און דיין ציל האסטו נישט עררייכט וכדאמרי אינשי: פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.
מ'קען זאגן אז די אממערסטנס פארשפּרייטע פארעם פון "מכה רעהו בסתר" אין אונזערע מחנות איז דאס פאבריצירן און/אדער פארשפּרייטן בלבולים אויף מענטשן – און דערביי פארבלייבן אנאנים, אז דער באטרעפנדער זאל זיך לכאורה קיינמאל נישט דערוויסן פון וואו די שמועה האט זיך גענומען.
איין אזא מיטל איז פּאשקעווילן. משלשל זיין א געשיכטע און זי דאן פארשפרייטן איבער די גאסן און בתי מדרשים דורך אנאנימע צעטלעך.
מיט דעם ריזיגן פאָרשריט וואס די טעכנאלאגיע האט געמאכט אין דער לעצטער תקופה, איז דאס עסק נאך פיל גרינגער געווארן. דער אינטערנעט איז געווארן אַן אינטעגראלער טייל פון דער ביזנעס-וועלט, און מערערע אינדוסטריעס זענען אויף אים אנגעוויזן אויף צו קענען פונקציאנירן.
דער אינטערנעט איז א שטח הפקר. ער שטעלט מיט זיך פאָר א ווירטואלע וועלט וואו ס'איז פאראן אלעס פון וואס א מענטש קען נאר טראכטן, אבער די מענטשן וואס באוואוינען די דאזיגע וועלט טראגן מאסקעס אויף די פּנימ'ער. אלע זענען אנאנים און אזוי לאנג ווי איר אידענטיפיצירט זיך נישט ווייסט בדרך כלל קיינער נישט אז די שלאנקע פיגור וואס שפּאנט אט דארט באלאנגט צו פּלוני אלמוני.
נו, אז דער אינטערנעט איז טייל פון דער ביזנעס-וועלט האבן מענטשן אים אנגעהויבן ניצן אלס מיטל צו פארשפרייטן אינפארמאציע.
און אז מענטשן האבן אים אנגעהויבן ניצן פאר אינפארמאציע, האבן אנדערע אים אנגעהויבן ניצן אויף צו פארשפּרייטן לשון-הרע'ס און גלאט אזוי ליגנס.
די מורא פון א בשר ודם איז דאך נישטא; מורא שמים איז קיינמאל נישט געווען. כ'האב זיך נאך פון אלס קליין קינד גע'חלומ'ט אז ווען כ'וועל זיין א גרויסע טאטע גיי איך זיין א "קנאקער". איז, געגאנגען: גיימער אפירקראצן פון אלע מיסט-קאסטנס כלערליי קאנטראווערסאלע באריכטן – מענטשן האבן דאך ליב קאנטראווערסיע – און מיט דער הילף פונעם קאמפּיוטער קיבאָורד זיי אריבערפירן דא אהער, צו מיר, וואו איך בין באלעבאס.
אַיי, לשון הרע, שקר, מלבין פּני חבירו ברבים? נע! איך בין עפּעס א קופּקע-פירער, א רכילות'ניק? כ'בין א זשורנאליסט; "דעק" די נייעס. הערסט א מעשה: און טאמעס פריעדמאן פון דער "ניו יארק טיימס" מעג יא? א זשורנאליסט איז א זשורנאליסט...
איז, הער דו מיך גוט צו, געשעצטער "זשורנאליסט". די חכמה פון זיצן אין א האלב-טונקעלן צימער און אריבערפירן אינפארמאציע פון איין וועבזייטל צו אן אנדערן מיט דער הילף פון א קאמפּיוטער-קיבאָורד איז אן ארבעט פאר וועלכן מ'צאלט היינט "מינימום וועידזשעס". דער גרעסטער אידיאט און אפילו א פיזיש-באגרעניצטער מענטש קען דעם זעלבן קונץ באווייזן.
יעצט איינמאל דאס איז קלאר קען ער שוין זיך איינציען דעם שטייפן האלז און זיך עטוואס נידערן דעם פארריסענעם קאפּ.
אבער ניטאמאל קיין מלקט איז ער. ער ווייסט דאך נעבעך אליין נישט וואס באלאנגט יא אדער נישט אהער; וואס האט שייכות צום ענין און וואס איז סתם אזוי אריינגעווארפן נאר ווייל ערגעץ-וואו אינמיטן ארטיקל ווערט דאס ווארט "דזשואיש" דערמאנט.
זשורנאליזם – נישט. חכמה – אוודאי נישט. וואס יא? אט וואס יא, און טאקע לויט אלע מפרשים למהדרין מן המהדרין: א רוצח מיט אידיש בלוט אויף זיינע הענט – בלוט פון מענטשן וועמענ'ס נאמען ער איז נישט ווערט צו דערמאנען.
אזוי אויך איז ער גארנישט מער ווי א פּחדנ'יש יונגעלע וואס שטעקט ארויס די צונג הינטער'ן מלמד'ס ריקן.
איינצייטיג איז ער אייגנטליך נישט מער ווי א דורכפאל ווייל ער האט נישט די מוט ארויסצושטעלן זיך דעם פּירצוף בפני כל עם ועדה, אין דער צייט וואס יעדער ווייסט במילא ווער ער איז.
דאס וואס ער איז יא.
אוי לך מיום הדין...
תוקן על ידי סענעטאר ב- 29/12/2010 00:00:03