ווייל לשיטתך ווערט דיין קשיא שווער אויף ר' משה דוד נידערמאן און די אנדערע עסקנים פון צד מהרז"ל
_________________
נשלח ב-29/12/2010 22:25
אין פאקט האט מ״ד נידערמאן ענד קאמפּאני, לעווין, לאפּעז די וואס האבּן געווינען די וואלן און זענן בּיים רידער מיט פּאוער, זיי דארפן קענן טון, די פראגע דארף זיין געוואנדען צו זיי. אויך איז א ווינדער אז פון דוד גרינפעלד הערט מען אגאנצע וואך פארפירען, אבּער פון לעווין הערט מען נישׁט קיין פּיפּס, זעט אויס אז ער האט די קדחת פאר בּלומבּערג
נשלח ב-30/12/2010 01:54
טאקע דערפאר איז אין וויליאמסבורג אלע גאסן געשארט און דוקא אין בארא פארק און מידוואוד ווי גרינפעלד איז פארטרעטער איז רוב גאסן נישט געשארט, יישר כח הרב נידערמאן
נשלח ב-30/12/2010 02:13
גרינפעלד און הייקין מאכן א שרעקליכע חילול השם
נשלח ב-30/12/2010 02:56
Council Members Jimmy Van Bramer, David G. Greenfield and Stephen Levin are outraged at the City's gross mishandling of its blizzard response and are calling on Mayor Michael Bloomberg.....
גרינפעלד האט נאך נישט געטון א טובה פאר א איד אלעס איז פרעסס רעליסעס למען ידעו הייקינד איז אויף מעסער שטעך מיטן מעיאר וכאן מצא לגבות את חובו
מיט פארפירן קומט מען אין ערגעץ נישט אן חוץ פון געווינען אפאר שטימען ביי עולם גולם
נשלח ב-30/12/2010 04:20
שארטקאט כתב:
טאקע דערפאר איז אין וויליאמסבורג אלע גאסן געשארט און דוקא אין בארא פארק און מידוואוד ווי גרינפעלד איז פארטרעטער איז רוב גאסן נישט געשארט,
יישר כח הרב נידערמאן
יא, א יישר כח הרב נידערמאן, נאר א דאנק הרב נידערמאן איז ענדליך 1/2 3 טאג נאכן שניי האט מען "אנגעהויבן" צו קלינען די גאסן אין וויליאמסבורג, א שיינעם דאנק הרב נידערמאן, איך האב געוויסט אז מיר האבן נישט וואס צו זארגן, מיט אזא כלל טוער ווי הרב נידערמאן, וואס האט ערלעדיגט מציצה בפה, ער האט ארויס גענומען פון תפיסה מיכאל שטרייכער, ער האט ערלעדיגט די יאפאנעזער בחורים, ער האט געסטאפט דאס גראבן קברים אין שפאניע און אשקלון און יפו, האב איך געוויסט אז אביסל שניי וועט ער זיכער קענען ערלעדיגן, ער זאגט צו אז ביז אפאר וואכן וועט מען אפילו נישט וויסן אז ס'האט געשנייט, בראווא הרב נידערמאן, בראווא!!!
נשלח ב-30/12/2010 05:32
משהלע, נידרמאן 'פאפט' אונז כאטש אז ער ארלעדיגט מציצה בפה, ער האט ארויס גענומען פון תפיסה מיכאל שטרייכער, ער האט ערלעדיגט די יאפאנעזער בחורים, ער האט געסטאפט דאס גראבן קברים אין שפאניע און אשקלון און יפו, בראדוועי טרייענגל, דירות יעדע שטיק צייט
נשלח ב-30/12/2010 08:20
די בחורים פון יאפאן זענען נאך אין תפיסה, אויב ר' משה דוד'ס שתדלנות וועט עווענטועל ברענגן זייער בארפרייענג מעגליך, אבער דאס איז זיכער אז ר' אהרן וואס די בחורים זענען תלמידים פון זיין ישיבה אין בני ברק, און זיי זענען געשיקט אויף יאפאן דורך זיין דרייווער, האט נישט צוגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו העלפן די פדיון שבוים,
נשלח ב-30/12/2010 15:33
שקר, כ'גיי נישט דא אויסרעכענן וויפיל שתדלנות ר' חיים הערש מייזליש האט געטוהן, זיין חיסרון איז נאר אז ער איז נישט פארנומען צו פויקן פין דעם א גאנצען טאג, אין ביי נידערמאן, הלוואי זאל האלב פין זיין PR פון זיין עסקנות פאר די בחורים זיין אמת
נשלח ב-30/12/2010 16:48
די זאלסט טאקע נישט אויסרעכענען ווייל סאיז נישט דא וואס, וואס האט ר' אהרן געטון וועגן די יאפאנע בחורים, אויסער א מיטינג אין סיגעט מיט אגודה פאלטיטשאן פאר אטעשנאן?
נשלח ב-30/12/2010 17:59
סתם פאר נייגעריגקייט, ווען האט נידערמאן בכלל געפויקט אדער געמאכט PR וועגן יאפאן, אויסער דער פאקט אז ער איז בפועל דארט געווען און אויפגעטרעטן אין געריכט?
_________________
נשלח ב-30/12/2010 18:09
איך פארשטיי, רבי אהרן טיט גארנישט און וואס ער טיט יא איז נאר פאר אטענשאן, ווידער משה דוד איז פשוט א בורח מן הכבוד, ער האט נישט ליב קיין פירסום, ער האט געראטעוועט מציצה בפה מיט טראגן פארן בלומבערג 2 מיליון אינטערשריפטן אן קיין שום פירסום, ער גייט אויף טעלעוויזיע און ראדיו יעדן מאנטיג און דאנערשטיג באהאלטענערהייט קיינער זאל נישט הערן און זען, ווייל ער איז א בורח מן הכבוד, ער האט רעדוצירט אינפלאציע אין אמעריקע, געווינען דעם גאלף וואר, ערלעדיקט סאדאם כוסעין, און אריין געלייגט אובאמא אין ווייסן הויז אזוי שטילערהייט אן קיין פירסום, ווייל ער האט נישט ליב קיין כבוד, און לאכטס נישט, ביז א צוויי דריי וואכן וועלן אלע גאסן אין ניו יארק זיין געקלינט אדאנק דעם נידערמאן ווייטער אן קיין שום פירסום, נאר ווייל משה דוד נידערמאן איז א נחבא אל הכלים,
אויב זעט איר אמאל א מייקרעפאן אדער א קעמערע, קיקטס אביסל ווייטער וועט איר זען דעם שטאקיקן טיפש משה דוד נידערמאן, ער רעדט איין די קעלבלעך אז ידו בכל, ער נעמט קער אויף די מלחמה אין אפגאניסטאן, ער פארהאנדעלט מיט פוטין פון רוסלאנד, אלעס וואס עס געשעט אין די וועלט איז נאר א דאנק עם, אבער אריין ברענגען דעם קאקער קאהן אקעגן רעסטלער האט ער נעבעך נישט געקענט.
נשלח ב-30/12/2010 18:21
ווי מען זעהט א קאמערע אדער מייקראפאן איז גראדע דער שטאקיקער חכם ר' אהרן דארט, ער שיקט אריין זיינע פיקטשערס מיט זיין אפיציעלע פי אר קאמפני בחצרות סאטמאר אין אלע וועבסייטס פון ארץ ישראל, און ווען ער עפענט זיך דעם פי האתון אויב איז עס נישט צענצורירט שיקט מען ארום פרעס רעליס פון דברות קודש, אמאל איבער די חברו'ןער בחורים וואס טוט אים זייער וויי לבי לבי על חלליהם - מיט האפענונג צו געווינען סימאפטיע ביי די מזרחי'סטן - אמאל מיט חוזק מאכן פון די נאציאליזם פון די ספרדים, און אמאל מיט פי אר איבער אן אויסטרעף פון תקנות אבער אלס דרייט זיך ארום די מידיא, ר' משה דוד נידערמאן איז נישט קיין רבי און רופט זיך נישט הגה"ק ער איז א שתדלן עסקן וואס אפילו אויב זוכט עטענשאן אויף די מידיא וואלט עס נישט געווען ביליג פון אים, אבער איינער וואס וויל זיין רשכבה"ג איז דאס ביליג און נידעריג
צום ענין פון יאפאן: ביטע געב א רעפארט וואס ר' אהרן האט געטון פאר די אסירי יאפאן,
נשלח ב-30/12/2010 18:33
וואס האסטו טענות אויף רבי אהרן, זיין טאטע האט דאס געטון, זיין פעטער האט דאס געטון, און זיינע זיידעס האבן דאס געטון, ס'איז נעבעך א משפחה קראנקייט, אבער משה דוד, זיין טאטען האט מען קיינמאל נישט געזען לעבן א מייקרעפאן, און איז קיינמאל לעבן א קעמערע נישט געשטאנען, ווי קומט דאס צו עם? נעבעך נעבעך...
למעשה, ווען וועלן מיר האבן די זכי' צו הערן עפעס פון דעם גרויסן טיפש משה דוד וועגן דעם שניי דיזעסטער?