תשית לראשם עטרת פז: וועד הנהלה של מוסדותינו הק' בבני ברק
דער רבי שליט"א האט אין די פארגאנגענע טעג ממנה געווען א וועד ההנהלה אין ניו יארק, צו שאפן געלטער און פאנדרעיזען פאר די מוסדות הק' וואס בליען אין בני ברק. הרה"ח ר' וואלף פריעדמאן, הרה"ח ר' משולם יאקאבאוויטש, הרה"ח ר' יוסף אלי' שלעזינגער, הרה"ח ר' נח סאנדער, הרה"ח ר' אברהם יואל מענדלאוויטש.
מזל טוב פאר די חברי וועד הנהלה בארה"ב פון מוסדות סאטמאר בני ברק. דער אייבירשטער זאל זיי געבן כח און הצלחה אויסצופירן די עבודת הקודש ברוב עוז ותעצומות.
נשלח ב-30/12/2010 23:49
פון וועלכע מוסדות איז דא די רעדע?
_________________
נשלח ב-31/12/2010 00:03
איך פארשטיי נישט, עס איז דאך דא שיינע הכנסות פון די ארטיגע זאלן און האטעל אין ב"ב
וואס פאר ווער עס קען רעכענען, איז לויט די צאל תלמידים דארף נאך לכאורה איבערבלייבן א שיינע מטבע
אולי איז טאקע צוליב אט די שווערע קשיא געשאפן געווארן די נייע הנהלה...
נשלח ב-31/12/2010 00:04
וואס הייסט וועלעכע? אלע סאטמארע מוסדות פון בני ברק, ווייסט נישט אז דאס "אלעס איז איינס" מיט דעם קעלער אין רחוב עזרא?
נשלח ב-31/12/2010 00:29
די הייליגע מוסדות אין בני ברק וועלכע וואקסט פון צו טאג צו טאג
באשטייט פון די ת"ת "יטב לב" פון 4 קלאסן 72 יונגלעך
און פון די מיידל סקול "בית פיגא" פון צווי קלאסן 41 מיידלעך
דער בארימטער כולל אברכים פון 35 בני תורה
און דער בית המדרש היכל התורה ברך משה
נשלח ב-31/12/2010 00:58
סוג טייערער
וואלט אפשר געווען א מעגליכקייט אז דו זאלסט דא ארויפלייגן א ליסטע אפילו נאר פון העלפט פון דיינע נאמבערס
נאר 36 פון די 72 אינגלעך
נאר 21 פון די 41 מיידלעך
נאר 18 פון די 35 כולל אינגעלייט
אבער פליז די אלע נעמען זאלן זיין נאר 'סאטמארע' נעמען
עס איז נישט אונטערסאנט ווער זענען די יונגעלייט און די קינדער זענען (איבריג צו זאגן אז 90 פראצענט זענען סאטמארער) אבער דאס זענען די נומבער'ס פון דעם מוסד, און דאס וועט אי"ה וואקסן כפל כפליים.
דער ווירקליכקייט פון די שרעקליכער טראר וואס די די בארבארישע חיות האבן געלייגט אויפ'ן ציבור וועט אויסוועפן.
תוקן על ידי סוג ב- 31/12/2010 01:40:39
נשלח ב-31/12/2010 01:57
פאר ווער עס ווייסט נישט: אין בני ברק איז נאך היינט די איינציגסטע פלאץ ווי די ארונים (היינט איז שוין היבש בעססער) לעבן נאך מיט די אנהייב נו'ןס מענטאליטעט, מיט'ן דמיון, אז אויב מ'וועט אנשרעקן מיט טערראר, שלעק, שטיינער, טשעפען ווייב און קינדער, וועט יענער נרדף צום סוף קומען און ווערן א שוואנץ פון אהרנ'ן..... איז במילא, איז א מורא'דיגע זאך אז ס'איז שוין דא דארט די נאמבער הנ''ל אין חדר, סקול און כולל, און ווי רבי נפתלי האט געזאגט ביי אן אפיל פאר אונזערע בני ברק'ע מוסדות ''מהאט אויפגעשטעלט אין בני ברק א בּעֶיס פון נארמאלקייט..." ודפיח''ח
און ס'איז א מורא'דיגע זכות פאר'ן מין אנושי און קיום העולם צו שטיצן אזא פלאץ
_________________
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 31/12/2010 01:58:55
נשלח ב-31/12/2010 02:08
כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ!!
די בני ברק'ע פעסטונג פאר ערליכע אידן תלמידי וחסידי רבינו הקדוש זי"ע וואקסט און בליט אויף א זעלטענעם פארנעם — כלפי די ביטערע טעראר און השחתה וואס די אהרונים, בשליחותו פונעם עם הארץ, פירן דארט אן!