בית פורומים אידישע געדאנק

אלעף שעמאסניקעס דעפרעסיע: די "נאכגעמאכטע" לאגא פון קהל יטב לב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2011 17:48 לינק ישיר 
אלעף שעמאסניקעס דעפרעסיע: די "נאכגעמאכטע" לאגא פון קהל יטב לב

אין די טעג איז אנגעקומען אויף פאסט צו אנ"ש אין גרעיטער ניו יארק די בריוון פון קהל יטב לב דסאטמאר - 152 ראדני סט. צום בעפארשטייענדן יערליכן מעמבערשיפ קאמפיין וועלכער קומט פאר אין די סעזאן פון ט"ו בשבט.
 
אפאר טאג דערויף איז אנגעקומען פרישע בריוולעך אויף די פאסט, און דאס מאל מיט די זעלבע לאגא און קאליר, פאנט און אויסשטעל, נאר איין קליינעם טויש, דער אדרעס איז פון די אלעף שעמאסניק קהל אויף 163 ראדני סט.
 
דער כריזמאטישער מארקעטינג שטיקל איז זיכער דער ארבעט פונעם לעגאלן קאפ אין זייער אפיס, דער גרוש מלפנים, הלל ראזענבערג, וועלכער האט מיט די זעלבע חכמה וואס ער ספינט דא טאג און נאכט אויף היידפארק אויפגעטראפן די דאזיגע אונטערגעציפטע אקט.
 
אבער וואס דער חידוש דא איז, אויב איז טאקע זייער קהל דאס גרעסטע שענסטע און בעסטע, פארוואס דארפן זיי נאך אלץ "נאכמאכן" די אויסגעשפילטע זאליס וואס האבן קוים מנין?
 
וועט טאקע קיינער פון זייערע מענטשן נישט באצאלן די בילס נאר טאמער עס איז פארהאן דערויף א "נאכגעמאכטע" לאגא פון קהל יטב לב דסאטמאר אויף 152 ראדני סט.?
 
איז דאס "נאכמאכן" די לאגא א פיל פאר זייער דעפרעסיע פון צען יאר אלעף שעמאס און אלעס איז געבליבן ביים אלטן אז קיין איין בנין פון קהל וויליאמסבורג געפינט זיך נישט אין זייערע הענט?
 
האט דער עם הארץ פארלאנגט צו ווייזן בעלות אויף וויליאמסבורג מיטן "נאכמאכן" די לאגא פון קהל?
 
פארוואס זאל נישט די זאלי קהל דארפן "נאכמאכן" די אהרונישע קהל לאגא, פארוואס איז דאס אייביג פארקערט?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2011 18:01 לינק ישיר 

ווייל די אהרונים זענען קליגער, ביי זיי וועט א לאגא נישט אויסמאכן, אבער די זאליס זענען פאלנע טעמבלעך, זיי ווייסן נאר די לאגא, האט מען נאכגעמאכט די לאגא, און ב''ה עס ארבייט זייער פיין, צענדליגע זאליס האבן אריין געשיקט די מעמבערשיפ פארן ריכטיגן קהל יטב לב, און דאס האט אריין געפירט די זאליס אין א שרעקליכע דיפרעסיע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2011 22:11 לינק ישיר 

משהלע כתב:
ווייל די אהרונים זענען קליגער, ביי זיי וועט א לאגא נישט אויסמאכן, אבער די זאליס זענען פאלנע טעמבלעך, זיי ווייסן נאר די לאגא, האט מען נאכגעמאכט די לאגא, און ב''ה עס ארבייט זייער פיין, צענדליגע זאליס האבן אריין געשיקט די מעמבערשיפ פארן ריכטיגן קהל יטב לב, און דאס האט אריין געפירט די זאליס אין א שרעקליכע דיפרעסיע,

אה הודו לשם כי טוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2011 23:48 לינק ישיר 

לוזערישע מיליאן-הופערניקעס וויינען נעבעך מיט קראקידאל טרערן, אז זייער 2-צענדליג מתפללים, קלעקט נישט צו צאלן פישמאנ'ס רענט........

האבן זיי נישט קיין ברירה נאר צו קרימינאליש שלימזל'דיג 'נאכמאכן' קהל יטב לב'ס לאגא, וואס מ'האט דירעקט געמאכט 5 יאר צוריק, זיך צו באהיטן פון די גנבים,
אינטערעסאנט איז נאר, אז אהרן האט דאך הושענה רבה א געפאקטע שוהל,
נישט אזוי, דזשיגאן-יונה'לע....?





תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 03/01/2011 00:13:22




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/1/2011 00:00 לינק ישיר 

פלוצום איז מען אלעס מוחל, האסט אלעס באצאלט... מיר דארפן נאר 120$.......
י
ישר כח רבי אברהם בער, האסט זיי געמאכט פאר פיינע לייט.....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/1/2011 00:06 לינק ישיר 

לאנגע קראקידאל-טרערן בריוו,

די ריכטיגע ווייטאג זייערע ליגט אבער צווישן די שורות עס ליינט זיך
''ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו....!!!
מציאות: איך האב קיינמאל נישט געקויפט קיין חלקה.... ליינט ''ווי ווייט'' די נייע חלקה איז.....



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 03/01/2011 00:12:03




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/1/2011 00:14 לינק ישיר 

פון וואס רעדט מען דא? לויט ווי איך ווייס איז די קיט"ל סימבאל דיזיינט געווארן ווען די זאליס האבן נאך געשריגן אויפן בעל ברך משה. ימ"ש(עפ"ל) האבן ביידע קהילות געמאכט א נייע סימבאל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2011 01:20 לינק ישיר 

מ'רעדט דא פון די סימבאל וואס מ'האט געמאכט 5 יאר צוריק,
און קהל לייגט עס אויף יעדע ענוועלאפ וואס קהל שיקט ארויס, אז מ'זאל גלייך וויסן אז אויב מ'זעהט עס נישט,
קען עס גיין אין מיסט-קאסטן אומגעעפנט, ווייל עס קומט פון די ארימע גנבים און קאפי-קעטס......




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/1/2011 01:38 לינק ישיר 

נעבעך, ליינענדיג ווי די זאליס וויינען מיט זוידיגע טרערן, גייט מיר ארויס דאס הארץ פאר רחמנות, מען האט נעבעך צוטון מיט צוריק געבליבענע מענטשן, וואס נומבערס גייט זיי פשוט נישט אריין אין קאפ, ביי זיי איז 152 דאס זעלבע ווי 163, ביי זיי איז כידוע "אלעס איינס",  זיי ווייסן נישט קיין חילוק פון 20 מענטשן ביים טיש צו 500 מענטשן, ביי זיי איז "אלעס איינס", ביי די וואלן איז ביי זיי 40% מער ווי 60%, זיי ווייסן נעבעך נישט קיין חילוק צו בתוך הבית החיים צו מאחורי הגדר, ביי זיי איז "אלעס איינס", איין זאך האט מען זיי אויסגעלערנט, א רויטע האלבע באלי, וואס שטייט דערויף "ראדני", דאס איז זייער סימן, נו, די אהרונים האבן אין זיי מיאוס אריין געשניטן, און ב''ה עס פליסט אריין שיינע סכומים פון די צוריק געבליבענע רויטע ראדני  האלבע באלי זאליס, ופני הזאליס חפו, זיי שפרינגען פאר דעפרעסיע, פשוט א רחמנות דאס צו צוקיקן, צער בעלי חיים. איך וואונטש זיי א רפואה שלימה במהרה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2011 01:55 לינק ישיר 

משהלע,
אנשטאט זיך גארגלען מיט ספינס ענטפער צו די זאך:
פארוואס האבן די ארונישע תלושים אנגעהויבן צו לייגן די זעלבע (כלשונך) רויטע האלבע באלי, וואס שטייט דערויף "ראדני" , נאכהער וואס די זאליס נוצן עס שוין אפאר יאר??? וועם זוכט מען צו פאפן??? 

זייערע מענטשן זענען אלע אויסגעשטארבן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/1/2011 02:10 לינק ישיר 

מען זיכט צו פאפן אלע נארישי זאליס, וואס ווייסן נישט קיין חילוק פון 163 צו 152, זאלן זיי צושטייער געבן פאר די רענט וואס מיר דארפן צאלן פאר די פישמאנס, פון די זאליס האבן מיר שוין באקומען די רענט כמעט פאר א גאנץ יאר, אלזא, דאס שטיקל איז העכסט געלונגען, און לא בחינם שפרינגען די זאליס.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2011 02:28 לינק ישיר 

יישר כח משהלע פארן אויפקלערן, איך האב לכתחילה מסופק געווען אז אפשר איז דא געווען א מיספארשטענדעניש און עס איז א טעות מצד די אהרונישע קהל, יעצט שרייבסטו אז דאס איז טאקע בדווקא געמאכט ארויסצונארן געלט פון מענטשן וואס האלטן נישט ביים געבן פאר ענק נאר פאר א צווייטן, די סיבה וואס ברענגט איינעם צו וועלן נאכמאכן און אויסנארן יענעם איז באוואוסט, און איך דארף עס נישט נעמען פון דיינע הסברים, און דער מעכטיגער ניצחון און וויפיל געלט עס איז אריינגעקומען שטעל איך מיך אויך פאר.

אלענפאלס, נאכאמאל יישר כח פארן באשטעטיגן וואספארא מהות מענטשן עטס זענטס, און ווי גוט דער מצב רוח איז צווישן ענק, די ניצחון און פרייד וואס עטס האטס דערפון פארגין איך ענק גערן און עטס קענטס ענק האלטן דערמיט

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2011 04:20 לינק ישיר 

נישט צום פארגעסן די גאנצע 163 ראדני האבן זיי דאך אויך נאר פאר דעם ציל, צו פארמישן, ווייל פון זייערע מענטשן זעהען נישט קיין ניקל, און ס'איז צו ווייניג  מענטשן....

אין גאנץ מיליאן הופער איז נישטא קיין פלאץ פאר א אפיסעל, וואס זיי האבן (נישט...) אויף 163 ראדני???


תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 03/01/2011 20:45:36




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/1/2011 04:57 לינק ישיר 

און די מדובר איז בכלל נישט א סימבל אויף וואס עס קען חל זיין א מחלוקה צו וועם ס'געהערט בכלל. די סימבל האבן די זאליס פארבערצירט פאר קארגע פינף יאר צוריק, אסאך נאכדעם וואס די אהרוינים האבן שוין געהאט א נייע קהלה.

דאס צייגט שטארק ווי זייערע אויגן פאלן ארויס.

זאגט נאר, האט איר שוין געהערט אז דער מוצלח זאל "נאכמאכן" די סימבל'ס פונם דעפרעסטן שלימזל?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2011 16:42 לינק ישיר 

על פי הלכה איז מותר מוציא צו זיין פון די גנבים וויפיל מען קען, די זאליס האבן אונז געגנבעט די בנינים, צו קיין דין תורה ווילן זיי נישט קומען, איז נאר יושר זיי זאלן צושטייער געבן פאר די טייערע רענט וואס די פישמאן'ס רעכענען אונז, מען קען דאס באצאלן מיט גיטן, ווי זייער אסאך זאליס באצאלן טאקע זייער מעמבערשיפ פארן חשובן שמש הקהלה ר' שלמה ווערצבערגער, אדער טיט מען דאס מיט דריידלעך מיט נאכגעמאכטע לאגאס, ווי מען פארדרייט די צוריק געבליבענע זאליס און זיי שיקן אריין די מעמבערשיפ פאר די ריכטיגע קהל יטב לב בלא יודעים, אזוי צו אזוי, פון די יאמערליכע פארווייטגטע תגובות זעט אויס אז ס'ארבייט זייער גיט, די זאליס שפייען בלוט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2011 18:34 לינק ישיר 

די בלוט וואס די זאליס שפייען, איז ממש נישט אויסצוהאלטן, ראדני איז פיל מיט בלוט פון די זאליס שפייערייען, ממש מכת דם,

כ'בין נאר סתם נייגעריג ווער האט דאס גע'פסק'נט?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אלעף שעמאסניקעס דעפרעסיע: די "נאכגעמאכטע" לאגא פון קהל יטב לב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext