ער איז געווען אויף חתונות און געטאנצן אפילו ער איז נישט געווען מסדר קידושין, די איינציגע היתר לכאורה איז אז דאס איז זיין פרנסה, ער איז סאטמארער רבי נאר מיט טאנצן אויף חתונות, דער ברודער פון קרית יואל קען זיך ערלויבן נישט צו גיין טאנצן אויף חתונות, ווייל אפילו בעפאר ער איז געווען אין יאר איז ער כמעט נישט געגאנגען אויף חתונות, (זייט ער איז געווארן רבי) ער קען זיין סאטמארער רבי מיט שובבי''ם תורות, הושענא רבא דרשות, תקיעות שופר דרשות, שיינע הקפות, פרק פארלערנען, געבן שיעורי הישיבה, חנוכה לעכט צינדן, שיינע לעכטיגע טישן, אויפטון אויף כשרות געביט, וכו' וכו', בקיצור, טאנצן אויף חתונות מאכט עהם נישט רבי און ס'איז ביי עם נישט קיין צורך כלל, אבער דער קליינער ברודער דארף גענייטיג האבן דאס טאנצן אויף חתונות, ווען קיין דרשות איז נישטא, קיין טישן איז נישטא, קיין שיעורי הישיבה איז נישטא, קיין הושענא רבא דרשות און שובבי''ם תורות איז נישטא, דארף ער דאס טאנצן ממש פאר פרנסה, במילא איז פארשטענדליך אז מען האט עם מתיר געווען בשעת הדחק לצורך גדול צו טאנצן אויף חתונות, ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז ר' שלמה לייב וויינבערגער לאזט אפילו נישט גיין אויף חתונות פון נאנטע משפחה אין יאר, ר' זלמן לייב פיליפ וואס איז יא מיקל און לאזט יא גיין אויף חתונות (נאר צו גאר נאנטע משפחה) לאזט אבער בשום אופן נישט טאנצן, ער זאגט אז טאנצן איז דאס הארבסטע, על כן מיזן מיר זאגן אז לצורך הפרנסה בשעת הדחק (ווען די צייט דריקט...) האט ער באקומען א היתר.
 |
|
|