שוידערליך: באזוך אין ווירזשיניע תפיסה צו הרב וויינגארטן
איך האב נארוואס געענדיגט לייענען דעם ארטיקל אין "די צייטונג" (זייט 3) פון דעם באזוך פון רבנים אין ווירזשיניע. אודה ולא אבוש. מיינע אויגן זענען נאס.
איך קען דעם ר' ישראל משה אביסל, און זעלבסטפארשטענדליך אז די אלע שמועות אויף אים זענען ארויסגעזויגן פון די פינגער, (ווי אלע רבנים שרייבן). איך האלט בשיטה אז מען קען נישט זוכה זיין צו אזא הייליג שטוב אויב טיף אין הארצן איז מען פארדארבן, און אודאי נישט מעמיד זיין תלמידים הגונים אין א ישיבה יארן לאנג,
און יעצט אויף די עלטערע יארן אזא בראך, איבער די 60 קע"ה, און אריינגעשליידערט אין אזא שווערן תפיסה! אויף 30 יאר! וואס קען מען טון?
מען דאך רופן דעם רבי זאל עם ארויסנעמען פון דארט, ער האט ארויס גענומען שטרייכער, פארוואס זאל ער נישט ארויס נעמען וויינגארטן, ער זאגט צו צו קומען זינגען חשוף נעקסטן חנוכה, פונקט ווי שטרייכער האט צו געזאגט,
נשלח ב-6/1/2011 00:23
ביסט בכלל נישט בארעכטיגט אז עס זאל דיר וויי טוען, דו זאכן בילאנגען אויסדריקליך פארן עמי הארץ בלבד, נאר אים מעג עס וויי טוען, אין אז עס טוט אים גארנישט וויי ,איז א סימן אז עס דארף אזוי זיין, פארדעם האט דער עמי הארץ גיטע ראטגעבערס ווי שלעזינגערס מיט בראך וכדו' וואס געבן זיך אפ מיט די סארט ענינים, און אויב וועסטו זיין אן אויבער חכם אין אנהויבן טוען השתדלות, וועט מען דיר ווייזען וואס מען קען, שטרייכער יוכח, הייבט דיך נישט אן מיט רבי יונה
נשלח ב-6/1/2011 02:04
There are 2 sides to every story
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 06/01/2011 19:54:39
נשלח ב-6/1/2011 19:39
קודם כל, מיר האבן א תורה הקדושה און רבנים און דיינים, וועלכע פסק'ענען אז מען טאר נישט גלייבן ח"ו קיין איין ווארט. קוק אין "דער איד" די וואך, וועסטו זעהן וויפיל רבנים שרייען פון טיפעניש פון זייער הארץ אז נאכן מברר זיין די געשיכטע קומט זיי אויס אז עס איז שקר און קיין שום איד טאר נישט ח"ו גלייבן דערין!
אבער חוץ מזה, איז נישט פאראן קיין שום באווייז אז איין ווארט פון די גאנצע מעשה איז אמת. נאר בלויז די הודאה פון די טאכטער, משומדת, זונה, וואס האט שוין עובר געווען כל החמורות שבחמורות. ביי אידן איז זי זיכער נישט באגלייבט.
אין אמעריקע קען יעדער מאכן א בלבול אויפן צווייטן פאר סיי וועלכע סיבה, מען קען סוען, מען קען קלאגן, און ברית כרותה אז מען גלייבט דעם קלעגער, איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם גזירת סדום, אבער דאס איז דער מציאות. די קארופציע פון יוסטיץ אין אמעריקע איז טרויעריג-באקאנט פאר יעדן פון אונז, און מען דארף נישט קיין באווייזן. די אלע קאורט פעפערס זענען גוט צו פארדרייען א קאפ, מען ברענגט בעיקר ארויס נאר איין זייט פון דער געשיכטע, און דער דזשאדזש האט נישט געלאזט הרב וויינגארטן נעמען א געהעריגן לאיער (בלויז איין נארישן לאיער וואס האט אים געדריקט זיך מודה צו זיין אויף א חלק פון די קלאגעס וואס ער איז קיינמאל נישט באגאנגען). נו אודאי אז א גוי'שע דזשורי הערט אויס ווי א מיידל וויינט אקעגן איר טאטן, פארוואס זאלן זיי נישט זאגן "שולדיג"?
ס'איז בכלל אקעגן יעדע שכל, און יעדער וואס האט נאר אביסעלע דעת און איז ביים קלארן זינען זעהט איין ווי לעכערליך דער בלבול איז. חוץ מזה וואס בטבע טוט נישט א מענטש אזעלכע זאכן, איז עס אפילו נישט מעגליך. פון איין זייט א איד, דורכגעווייקט בתורה ויראה, מעמיד געווען א דור יראים ושלמים, און א הערליכע ישיבה פון אויסגעצייכענטע בחורים, און פון די צווייטע זייט א אוכלת נבילות וטריפות ומחלל יוהכ"פ און וואס נישט, שרייט באמבאסטישע מאדנע שמוציגע זאכן אויף איר טאטן. ער האט קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט, נאר פונקט איין איינציגע טאכטער! פארוואס פונקט זי? און זי זאגט נישט נאר איינמאל, נאר יארן לאנג וועכנטליך! און קיינער ווייסט נישט דערפון?
מ'דארף זיין א טיפש עצום צו גלייבן איר, מיט די פאררוקטע מאמע, וואס איז נעבעך שרעקליך קראנק אויף שמוץ, ווי מען קען זיך איבערצייגן אויף מערערע פלעצער אויף די אינטערנעט ווי זי רעדט צוזאם די נידריגסטע שמוציגע ווערטער וואס פאסט פאר א אויסוואורף פון כלל ישראל. איך וויל נישט דא מעתיק זיין די עדות פונעם ליזענסקער רבי'ן שליט"א, וואס ער האט זיך נעבעך אנגעליטן פון די מרשעת, און ווי זי פייניגט אירע אייגענע מענער, און זי איז חושד יעדן צווייטן אז מען וויל מיט איר זינדיגן (נעבעך.. אויך פונקט מיט איר!). איינע פון די דאקטוירים האבן געזאגט אז די פרוי (מיט איר טאכטער) האבן א קרענק פון דמיון'ען שמוץ! (ס'איז דא א צעטל ווי יענער דאקטאר באשטעטיגט דאס).
לו יהא אז אלעס איז יא אמת, איז דאך דאס מעשיות פון אזויפיל יארן צוריק, און עס איז נישט פאראן קיין שום היתר אנצוקלאגן א איד אין געריכט פאר אלטע חטאים, און אים אריינזעצן אין אזא שוידערליכע תפיסה פארן גאנצן לעבן. קיין איין דיין אדער בי"ד האט איר נישט געגעבן גערעכט, און יא, זיי האבן אלע אויך געזעהן דעם בריוו פון ר' מרדכי שטויבער, און מברר געווען אז דאס איז אויכעט כולו שקר, אלעס האט די טאכטער פארארבעט ווייל זי האט פיינט געהאט דעם טאטן. ר' מדכי שטויבער אליין שאקלט זיך היינט אפ פון דעם בריוו, און האט דערויף פולע חרטה. אבער דאס איז דאך ליידער נישט אמת! סתם א בלבול ווי אלע בלוט בלבולים פון די שונאי ישראל אין אלע דורות! אודאי האט זיך די מידיא צוגעכאפט דערצו ווי צו א געבראטנס!
מען קען דערין מאריך זיין וואכן און חדשים, אבער איין זאך איז קלאר: די רבנים היושבים על מדין זענען אדורכגעגאנגען יעדע איינצעלהייט, און האבן זיך איבערצייגט אז עס אלעס בלאף און א ריכטיגע בלבול. גאב"ד ירושלים וואס איז דעמאלס געווען אין אנטווערפן איז געווען נאנט מיט אים, און דורכגעאקערט די פרשה, און אזוי אויך אנדערע רבנים וועלכע זענען געווען אינוואלווד די גאנצע צייט. קיינער – קיינער! – האט נישט געטראפן עפעס שלעכט מיט דעם איד!
מען טאר נישט גלייבן אן איינציג ווארט פון די אלע זאכן! און צו דיר "קל וחומר": אויב דו מאכסט סיי וועלכע איד קאלט מיט דיינע נארישע געשרייבעכצער, ביסטו עתיד ליתן את הדין, ביסט א נותן יד לפושעים, און ביסט בכלל המוסרים שבישראל וואס גיהנם כלה והם אינם כלים, און געדענק אז השי"ת זעהט דעם צער פון דעם גאון וואס זיצט אין תפיסה און מען קען קיינמאל נישט וויסן ווען עס וועט ערוועקט ווערן דעם חרון אף פונעם אייבערשטן, און ער וועט נקמה נעמען פאר זיין אומשולדיג פארגאסן בלוט!
נשלח ב-6/1/2011 20:10
הטוב שמך זייער גוט ארויסגעברענגט, איין קליינע הג"ה דאס וואס דו שרייבסט אז אין אמעריקא גלייבט מען דעם זונה, דאס איז נישט נאר אין די אמעריקאנע יוסטיץ, יוסף הצדיק איז שוין געגאנגען אין תפיסה אין מצרים צוליב וואס? צוליבן עדות'שאפט פון אשת פוטיפר!
לולי דמוסתפינא וואלט איך געזאגט אז די וואס גלייבן אדער האבן ספיקות אין די גביות עדות פון דע זונה, איז זייער מעגליך אז זיי האבן פינקט אזוי ספיקות אין די גביות עדות פון די זונה פון מצרים ר"ל
נשלח ב-6/1/2011 20:55
הטוב_שמך האסט זייער גיט ארויסגעברענגט די קלארע פאקטן, ס'דא מענטשן וואס קענען דעם יוד, אין זאגען אז ער איז א יר''ש, אין ס'נישט עלה על הדעת אויף אים די אלע לשה''ר אבער כ'וויל נאר אנמערקן אז ליידער זענען יא דא צווישן אנדערע 2 רבנים וואס בעקן די פרוי, כ'וויל נישט שרייבן זייערע נעמען איינער פין זיי איז א אויסגעריפענער היפ' אין די אנדערע איז מיר א מורא'דיגע חידוש זיי טענה'ן גאר אז זיי האבען יא אנגענומען איר גביות עדות מיט נאך זאכען וואס כ'וויל נישט נאכברענגן אלפאנס, הרב וויינגארטען'ס תלמידים זענען מעיד אז זיי קענען אים פין די נאנט אין ס'שטייט אפי' נישט אויס פין אים די אלע זאכען אין ס'האט נישט קיין זוהן ממשיך צו זיין די דיסקאשען אז איינר וויל אים העלפן זאל ער באשטייערן נדבת לבו ווייל די עסקנים זאגען אז מיט געלט קען נאך אסאך העלפן אין גרינגער מאכען
נשלח ב-6/1/2011 21:49
וואס דארף מען מער אז די מרשעת די ווייב פון ר' ישראל משה האט געהאט חתונה געהאט צו הגה"צ אדמו"ר מליזענסק מאנסי שליט"א, נאך עטליכע וואכן האבן זיי זיך געמיזט אפגט'ן ווייל זי האט געטוהן דברים מכוערים פאר איר מאן "ברבים" (מען קען פארשטענדליך נישט אלעס ארויסשרייבן)
הטוב. זייער גוט ארויסגעברענגט. ליידער איז די לעצטע פאר געווארן אזא מין זאך אז א יעדער אפגעפארענער וואס איז גערעגט אויף זיין/איר טאטן. לאזט ארויס בלבולים אויף אים און אויף חסידישע יודן בכלליות. די פרעסע "ווייסט" ליידער אז חסידישע יודן זענען ח...... און די מרשעת איז געגאנגען נאך ווייטער מיטן קלאגן רח"ל. מען זעהט בחוש אז ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר רח"ל. זאל דער אויבערשטער העלפן אז ר' ישראל משה זאל בקרוב באפרייט ווערן און יעדער זאל אנערקענען זיין אומשולד. און עס זאל ארויסקומען א קידוש השם פון די גאנצע זאך
נשלח ב-6/1/2011 23:07
כ'האב הנאה אז דער עולם ברענגט ארויס דעם אמת, אז דער איד איז א צדיק פון א איד, גענצליך אומשולדיג.
וואס דארף מען מער אז די אנטווערפענע בי"ד פון "מחזיקי הדת" בראשם פונעם דעמאלסטדיגן מרא דאתרא הרב קרייזווירטה זצ"ל האבן קלאר געשריבן אז אלס שטאטישע בי"ד האבן זיי זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין: ולא הי' דברים מעולם!. די איינציגע אויף וועמען מען פרובירט זיך סומך צו זיין ווי ר' מרדכי שטויבער האט שוין צעהן מאל צוריקגעצויגן (ווי פריער דערמאנט), ווי אויך דער חיד"א ווייס שליט"א האט צוריקגעצויגן און זיכט צו העלפן ווי מעגליך.
ויזכרו לשמצה די געציילטע דיינים וועלכע האלטן - ליידער - אז זיי שטייען העכער פון די תורה און האבן פאר אלע כוחות איהם געזוכט צו פאר'מסר'ן און אריינשליידערן אין טורמע, און אלע געבעטן פון רבנים און עסקנים וועלכע זענען בעובי הקורה שוין יארן לאנג האט גארנישט געהאלפן! (איינער פון זיי איז נאך א א.ג. קנאי וואס סופו מוכיח על תחילתו פון וואס די גאנצע קנאות שטאמט, ודו"ק).
און דאס שרייט פאר זיך אליינס די פרשה מיט ליזענסקע רבי שליט"א פון מאנסי, ווי אנדערע האבן עס שוין פריער ארויסגעברענגט.
נשלח ב-7/1/2011 00:49
How about מען דארף מאכן א קאמפיין פאר אים אזויווי ביי רובאשקין?דאס איז אויך א זאך וואס מען באשולדיגט אז אלע חסידישע יודן זענען אזוי. גוטע לויערס און אחדות קען זיכער העלפן