הודו לה' כי טוב, די נייעס איז באמת כמים קרים על נפש עייפה, נאך א לאנגע תקופה פון שווערע ארבעט פון די טייערע עסקנים וועלכע גיבן זיך אוועק טעג און נעכט לטובת הרה"ג ר' ישראל משה שליט"א.
און כאטשיג עס איז ווייט פון א ישועה, 10 יאר אראפ פון 30 איז בלויז א דריטל, דער איד איז שוין העכער די 60 קע"ה און זאל דערלעבן משיח'ן, פונדעסטוועגן איז עס גאר א שטארקע דורכברוך, און דער אנהויב פון א ישועה.
איך האב פריער גערעדט מיט איינעם וואס איז נאנט צו די עסקנים, און זאגט מיר בשמו אז אויב מען האט ווען נאך געלט וואלט מען שוין געקענט האלטן נאך ווייטער, אויפצוווייזן די אומשולד פון דעם איד.
ווער עס קען זאל ביטע מחזק זיין די עסקנים און רבנים וועלכע זענען ביזי דערמיט, און מתפלל זיין און איינרייסן ווייטער פאר ישראל משה בן ליבא, ער זאל שוין ארויסקומען אינגאנצן פריי, אינאיינעם מיט אלע אידישע קינדער.
א איד באלאנגט נישט אין תפיסה! בלי שום יוצא מן הכלל! און אויב איז ער ח"ו יא דארט, איז דא א געוואלדיגע מצוה פון פדיון שבויים, פאר יעדן איד, אן קיין אויסנאם!
זאל דער אויבערשטער זיך שוין מרחם זיין אויף די אלע צעבראכענע אידן און זייערע משפחות, און זיי צוריק פאראייניגן בקרוב ממש. ואמרו אמן.