שוין מוחל דאס רבנות אבער געוואלד! ער טאנצט אין יאר!
עס הערשט א קאטאסטראפע אינעם ארונישען לאגער! וואס איז? הערט און שטוינט ווי אינעם היינטיגן נידריגען דור זענען נאך דא אידן וואס עס טוט זיי באמת וויי ווען מ'טרעט אויפן שלחן ערוך בשאט נפש, און נישט סתם עס טוט זיי וויי, נאר זיי לאזן זיך הערן מיט א קול מחאה אויףאלע מיני אופנים. אלעס אז מען זאל ח"ו נישט מיינען אז כיון דשתקא רבנן שמע מינה דניחיה ליה, נאר אדרבה זיי האבן נישט קיין שום חלק דערין.
עפעס היינט אינדערפרי האב איך שוין גראד באמערקט אויף די ארונישע פנימ'ער א מיסטריעזע גערעגטקייט, כעס'יגע גרימאסן אויף זייער פנימ'ער וואס געווענליך זעט מען זיי אזוי גערעגט ביי די גרויסע פראטעסטן אין מאנהעטן בשעת די ציונים רייסן ארויס עצמות פון קדושים אדער פוןשרעקליכן גזירה פון נחל חרדי, אזא שטייגער גערעגטקייט. גיי איך צו צו איינע פון די גערעגטע היינט און איך פרעג אים וואס גייט פאר? פארוואס זענט איר אלע אזוי בייז? דער דאזיגער ארוני ענטפערט מיר נישט מיט זיין מויל, נאר מיט זיין כעס'יגן פנים שאקעלט ער מיר א גרימאס אין לויפט אוועק פון מיר, און אזוי לויפענדיג שוין א בלאק אוועק געט ער שריי ארויס פון הארץ ארויס: מאנטריאל הא? יאר הא, יאר הא?
איך פרוביר צוזאמשטעלן די פאזעל פון די שווערע ווערטער קאוד וואס האט נארוואס גענידערט אויף מיר, עס קומט מיר לגמרי נישט אן גרינג ווען אינמיטען ווער איך באפאלן פון א צווייטען ארוני באגלייט מיט אן עזות דקדושה פון פנחס בן אלעזר גרייט מיך צו צושטעכן, און ער הייבטאן שרייען, טאנצן הא? אין יאר! שעמטס ענק גנבים וואס איר זענט!
איך פרוביר אים צובארוהיגן אז איך בין דא אומשולדיג ווייל איך ווייס נאך נישט פון וואס ער רעדט, ענטפערט ער מיר דו ווייסט נישט? מאנטריאל! מען טאנצט אין יאר ל"ע אן א היתר בי"ד! דאס גאנצע רבי'סטעווע איז ער שוין מוחל אבער דאס טאנצן אין יאר דאס קען ער אין ער טאר עס נישט אראפשלינגען און ער מיט שמואל ווידער וועלן גיין דערמיט עד הסוף. מילא ר' אהרן'ס כבוד קענען זיי פארשווייגן, אבער נישט די כבוד פון די הייליגע תורה, און אוואדאי נישט די רעבעצין ע"ה'ס כבוד.
נא! פרעג איך ענק האט משיח צו וועם צו קומען?
א דריטער האט גאר געסטראשעט אז ריכטער שמידט ווייסט שוין דערפון, אין ער זעט שוין פינקליך ווער איז וואס.
נשלח ב-7/1/2011 02:42
דא קען מען זען דעם סימבאל פון א ארוני וואס שפרינגט ווען מען טרעט אויף די תורה (אהרן)
זשיגאן איז ציפידעלט
זיינע דורך פעלער אין אמעראצעס איז שוין א שם דבר
זיין שר האופים חי שעה איז ווידער געווארען איינגשפאנט
צו בארויגען די קעלבער מיט א גאנצע פשטעל אז די ארונים שפרינגן אז זשיגאן שפריצט אמעראצעס
זשיגאן ליבער
געב נישט אויף ווייז פאר די ארונים אז די פייפסט אויף די תורה
די האטס נישט קיין פראבלעם מיטן גאנצען שולחן ערוך
ווייז פאר יעדן מיט וואס די ביזט אנגעשעפט
זעה מ'זאל זיך קענען אינטערהאלטן מיט דיין אמעראצעס ווי מער
דא האט איר אן אשכול פון רבי יונה, וואס נארמאל איז ער נישט עקסטרעם, אבער דא אז מען טרעט אויף די שלחן ערוך איז ארויס פון זיין וועג אין זיך אויסגעדריקט אביסל שארף
מרדכי קאהן האט פארגעהאלטן דעם עם הארץ ווי אזוי ער טאנצט ביי א חתונה ער איז דאך אין יאר
האט דעם שטריק גיענפערט ס'איז ראש חודש אין פארדעם מעג מען אפילו אין יאר...
אז מען הערט זשיאנגס טעפיס וואקסט מען אזוי אויף.
נשלח ב-7/1/2011 02:58
פון דע תגובה פון רבי יונה קענט איר זען אז רבי יונה איז נישט סתם א ווילדער קנאי נאר א הארטער פוסק
צוייטנס, ווער דארף א היתר צי עס מעג זיין מוזיק. דאס איז מותר - אבער טאנצן איז אסור. און אויף דעם קען מען היתר נישט באקומען, חוץ אויב מאיז א גאר נאנטער קרוב ביי די חתונה.
א פעטער טאר נישט טאנצן ביי די חתונה פון א פלימעניק ווען ער איז אן אבל, חוץ אויב מ'האט א היתר.
א פאטער אדער א זיידע דארף נישט קיין היתר.
א ווייטע קאזין אדער א סתם א שטריק קען נישט באקומען קיין היתר ! פינקט ווי מ'קען נישט באקומען קיין היתר צו פרעסן אים תשעה באב פאר שוואוילטאג.
עס איז א נחת צו זעהן וואס דער לאקאלער שטריק טוט מיט זיינע שווענץ. ער טרעט אויף די תורה אז ס'גייט א רויעך. ער פייפט אויף אלע מנהגים אין דינים אין שלחן ערוך, אויף וואס פיל גרעסערע ערליכע רבנים פון אים האבט מרן רביה"ק מסאטמאר פארפירט אז זיי וועלן אראפפירן כלל ישראל.
מיר דארפן לויבן און דאנקען השי"ת אז די זאליס האבן אים אויסגעקליבן !
נא לשמור על קדושת הגליון
נשלח ב-7/1/2011 03:04
דא האט איר א לעקציע חינוך פון דעם כיבוד אב עקספערט rebyankel פון פראקטיק אויס
כ'ווייס נישט וויפיל קינדער האבען אזוי מבזה געווען א אלטען טאטען פאר די גאנצע וועלט ווי דער בועט
ה''שנאה'' וה''תאווה'' וה''כבוד'' מוצאין את האדם מן העולם, כ''ש ווען אלע 3 אינאיינעם זענען גילטיג אויף איין מאל
נשלח ב-7/1/2011 03:09
פון די אלע ביישפילן קענט איר זען ווי דאס רבנות שפילט נישט דא קיין ראלע, דא רעדט מען פשוט פון ציטרעטען דעם שלחן ערוך
ב"ה די תורה איז נאך געבליבן מיט עפעס מענטשן מיט שרייבערס וואס נעמען זיך אן פאר איר, אין זאגן ארויס זייער דברי מחאה אפילו מענטשען וועלן זאגן אז עס איז פאליטיק,
חזק חזק ונתחזק!!!
נשלח ב-7/1/2011 03:12
וואסי טאקע פשט פון גיין צו א סעודת מרעים אין טאנצן, איך באשולדיג איהם ח"ו נישט אויף גארנישט, איך פרעג באמת,
נשלח ב-7/1/2011 03:19
דא פארעכט רבי_יונה די טעות פון די וועלט
מענטשן רופן אים בועט באביו ובאמו פאר'ן גיין צו חתונות אין טאנצן אין יאר.
עס איז נישט ריכטיג, ווייל ער איז נישט דא בועט דירעקט באביו ובאמו. ער איז בועט אין די תורה פון בארג סיני.
ער איז אן עבריין, בשאט נפש !
נשלח ב-7/1/2011 03:20
סקאטמאלען כתב:
וואסי טאקע פשט פון גיין צו א סעודת מרעים אין טאנצן, איך באשולדיג איהם ח"ו נישט אויף גארנישט, איך פרעג באמת,
דאס דארפסטו פרעגן דעם פוסק הדור רבי_יונה
נשלח ב-7/1/2011 03:25
ר' יונה ווער? לעצטנע נאמען פליז
נשלח ב-7/1/2011 03:42
סקאטמאלען כתב:
וואסי טאקע פשט פון גיין צו א סעודת מרעים אין טאנצן, איך באשולדיג איהם ח"ו נישט אויף גארנישט, איך פרעג באמת,
איך גלייב אז ער האט א היתר פון זיין דיין, וואס קלערסטו?
נשלח ב-7/1/2011 03:51
דזשיגאן כתב:
מענטשן רופן אים בועט באביו ובאמו פאר'ן גיין צו חתונות אין טאנצן אין יאר.
עס איז נישט ריכטיג, ווייל ער איז נישט דא בועט דירעקט באביו ובאמו. ער איז בועט אין די תורה פון בארג סיני.
ער איז אן עבריין, בשאט נפש !
איך וועל אייך צו פארשטיין געבן וואס יונה וויל דא מיט זיין תגובה. לכאורה איז דאך דער ליצנות גרויסארטיג, מ'פארפירט און שרייט אז דער ר' זלמן לייב איז א אויסווארף פארן נישט מכבד זיין אב ואם, אז תוך שנתם פון זייער פטירה גייט ער אויף שמחות וכו'. וויל איך אייך פרעגן, און ביזן שטארבן פון אט די טאטע מאמע איז נישטא קיין חיוב פון כיבוד? ביי דעם עם הארץ איז אזוי גע'פסק'ט די הלכה, ווילאנג זיין מאמע האט געלעבט קוקט ער איר נישט אן ווי די יאר איז גרויס, און מ'רעדט נישט דא פון איין יאר, מ'רעדט דא פון 3 יאר וואס מ'האט די מאמע נישט געקוקט אין פנים משנה לשנה. ווען זי שטארבט הייבט מען אן דעם "כיבוד אם שפיל", מ'וויינט ביי די לוי' מיט יללות, מ'פארט אויף פאלם ספרינגס זיך פאשען פאר אכט וואכן אנשטאט גיין אויף שמחות וכדומה.
דאס קומט דא יונה אייך מסביר זיין, ר' זלמן לייב איז נישט בועט באביו ואמו פארן גיין צו שמחות אין יאר, ווייל אויב רעדט מען פון בועט זיין באביו ואמו, ווייסט ער דאך אויך גאנץ גוט אז זיין עם הארץ'ל איז דער רעכטער בועט באביו ואמו, און נישט נאכן טויט, נאר טאקע בחייהם ממש. נאר מ'קומט אויף מיט א חידוש אז ר' זלמן לייב איז בועט אין בארג סיני אריין, ווייל ער פאלגט זיין דיין וואס איז אים מתיר וואו און ווען ער מעג גיין.
נשלח ב-7/1/2011 04:08
סענעטאר כתב:
וואסי טאקע פשט פון גיין צו א סעודת מרעים אין טאנצן, איך באשולדיג איהם ח"ו נישט אויף גארנישט, איך פרעג באמת,
איך גלייב אז ער האט א היתר פון זיין דיין, וואס קלערסטו?
אוואדי גלייב איך, קיין שוטה איז ער נישט, קען אפי' זיין ער האט אליין מברר געווען א היתר, אבער דאס איז נישט מיין פראגע, איך פרעג פשוט וואס דער היתר איז, ווייל ס'א ביסל אויפאלנד, צו גיין טאנצן אויף א חתונה, מ'זעהט עס נישט געווענליך, נאכאמאל איך באשולדיג ח"ו קיינעם, איך פרעג בלויז, דא אויף אונזער פורום האט מען זיך שוין אריינגעלאזט אין כל מיני סוגיות ומקצועות התורה, פארוואס זאל מיר זיך נישט אביסל ארייינלאזן אין הלכות אבלות,
נשלח ב-7/1/2011 04:25
דיין תמימות איז ממש געאייגענט פאר אזאכע סארט מצבים ווי יעצט, מ'פארקירוועט דעם שמועס צו דארט וואו דו ווילסט וחסל.
איך וויל דיר קודם פרעגן א אנדערע פראגע, דאס גאנצע ענין פון האלטן א יאר אבילות איז דאך עפעס א ענין פון כיבוד אב ואם, מכבדם בחייהם מכבדם במותם, אפשר בוסטו מיר מסביר פון וואו ר' אהרן האט גענומען דעם היתר צו טאטאל איגנארירן די מאמע -וואס האט אים געבוירן- פאר א חשבון פון דריי יאר פאר דעם בלויזן חטא ווייל זי וואוינט מיט זיין ברודער אין איין הויז?
תוקן על ידי סענעטאר ב- 07/01/2011 04:37:40
נשלח ב-7/1/2011 04:54
וואס פרעגסטו מיך, קענסט בכל הכבוד, עפענען א אשכול פון ר' אהרן'ס נישט קומען באזוכן די מאמע אפשר וועט איינער דיר ענטפערן,
אז די ווייסט נישט די סיבה פון ר' זלמן לייב'ס טאנצן ביי א חתונה איז נישט קיין פעלער, לאז אן אנדערן ענטפערן און דארפסט נישט באליידיגט ווערן,