די וואך איז פארגעקומען און קומט נאך אלץ פאר א שטורעם אין מתיבתא ד'מאנרא וואס שטייט תחת מרותו פונעם עם הארץ העולמי.
אין אמת'ן אריין האלטן מיר זיך בדרך כלל אפ פון שרייבן די נייעס פון די אינערליכע ריסן אין די ישיבה אין מאנרא פאר צוויי טעמים. איינס, ווייל מיר וועלן קיינמאל נישט פארטיג ווערן, עס איז דא דארט יעדן טאג עפעס פריש, און ניין, מיר רעדן נישט פון בחורים וואס פארהערן זיך ש"ס וכדומה, נאר פון שלעגעריי, טעראר א.א.וו.; צווייטענס, מיר האבן נישט די מידה פון די אהרונים וואס פארלאנגט צו גיסן אומשולדיג בלוט און גריבלען ביי יענעם אינדערהיים אלע חטאים ופשעים מיום הוולדו, און אפילו די ישיבה וואס איז נישט קיין יחיד איז אבער נישט קיין מצוה צו רעדן דערפון, זיך פרייען מיט יענעמס צרות.
מיר רעדן נאר פון די ישיבה ווען זיי טעראריזן, פלינדערן און קערן איבער דעם שטעטל אויפן פארלאנג פון זייער רבי דער דזשיגאן און עם הארץ העולמי. אבער דאך איז די פרשה אביסל אנדערש ווייל עס איז שוין סייווי אויף די גאס, און בכלל איז דאס א מורא'דיגער דערהער אויף די גאנצע אהרונישע פראקציע מיט וואספארא חיות און משוגעים מ'האט דא צוטוהן.
מיר וועלן אנהייבן מיטן אייך פארציילן אביסל הונטער די קוליסן וואס האט זיך אפגעשפילט דעם פארלאפענעם בין הזמנים סוכות תשע"א.
פארגאנגענע זמן האט די מתיבתא קונה שם געווען אין די גאנצע שטאט אלץ מקום מיוחד פאר שלעגער און טעראריסטן למען כבודו פונעם עם הארץ ודזשיגאן העולמי, די בחורים זענען געווען אין די נייעס טאג איין טאג אויס מיט זייער שטיק און רשעות, איבערהויפט ביי די סידור קידושין מערכה וואו זיי זענען געווען די הויפט מחותנים אויפן פערזענליכן פארארדענונגס פונעם דזשיגאן און עם הארץ.
צום נייעם זמן, באקומענדיג א געוואלד מיט פרעשור פון די עלטערן אז די בחורים מוזן איבערלאזן דעם ארמיי פראנט נאר ווערן ציוויליזירטע מענטשן און נישט קיין שלעגער און טעראריסטן, האט מען געמאכט א שטיקל אויפשאקלונג אין די ישיבה, מ'האט געעפענט א נייע יארגאנג, ארומגעטוישט סטעף, צוטיילט די ישיבה אויף קלענערע חלקים און דער עיקר ארויסגענומען די בחורים פונעם סידור קידושין מלחמה פראנט.
(פארשטייט זיך אז דאס האט נאר אנגעהאלטן ביז דער עם הארץ איז פריש משוגע געווארן זעענדיגט אז זיין אינגערע ברודער איז מסדר קידושין אינעם נייעם זאל, אן קיין שום מורא פון זיין הקפדה, האט ער צוריק איינגעשפאנט די בחורים און רעקרוטירט צום ארמיי.)
דערנאך איז געווען א גרויסע טייל עלטערן, און אזוי האט אויך גע'טענה'ט יאנקי סופר, וועלכער האט איבערגענומען די לייצעס פון די ישיבה גדולה אין מאנרא און פרובירט מיט אלע כוחות איר אויסצומענטשלען אבער אן ערפאלג, אז אין ארדער מ'וויל די בחורים זאלן זיין מער ציוויליזירט און נארמאל, פארלאנגט זיך אז זיי זאלן אהיימפארן מינומים איין מאל א חודש אויף א שבת, און אפילו יעדן צווייטן שבת אויב מעגליך. דער לאגיק דערפון איז זייער פארשטענדליך, אז דער בחור איז אגאנצן זמן אין ישיבה פארלירט ער יעדען טראפ קשר און געפיל צו די מענטשהייט בכלל און צו זיין פאמיליע בפרט. ער איז איזולירט פון די וועלט, לעבט זיך זיין בחור'יש לעבן אין א וואלד און וואקסט אויף א אומערצויגענע חי' רעה, וואס שלאגט און שרייט נאך מענטשן.
די הנהלה האט פארגעשלאגן דעם פלאן פאר אונזער עם הארץ, וואס האט גלייך אויסגעשריגן מנהמת ליבו הטהור א קאטעגארישן ניין. די אנגעבליכע סיבה איז געווען אז שבת בלאזט ער אריין אין די בחורים הויפענעס מיט "חיות דקדושה", און אויב זיי וועלן אים חס וחלילה איבערלאזן אויף שבת, וועט זיי דאס פעלן.
די הנהלה האט פרובירט צו מאכן א געשעפט מיט אים, אז אויב וועט ער אהיימלאזן די בחורים אויף שבת נעמען זיי אויף זיך אז קיין איינע פון די צוויי נייע ישיבות וואס האבן זיך געעפענט דעם זמן אין וויליאמסבורג וועלן נישט געעפענט ווערן, און אויסטויש פארן אהיימלאזן די בחורים אויף שבת, אזוי ארום וועט ער האבן מער בחורים אין די מתיבתא אין מאנרא. אבער והוא באחד, ער איז נישט מסכים בשום אופן.
וואס ליגט אונטער זיין קרומען מח דארפן מיר נישט צופיל מעיין זיין. ר' אהרן, קענענדיג דעם נפש הבחור, נאך וואס ער ספראוועט זיך שוין דערמיט אזויפיל יאר, ווייסט אויך דעם סוד אז אויב וועט דער בחור אהיימגיין יעדן צווייטן שבת וועט ער שטארק אפגעקילט ווערן פון צו זיין אזא הייסער פאטריאט, ווייל עס וועט אים פארט אויסקומען זיך צו דרייען צווישן מענטשן און משפחה מיטגלידער וואס וועלן אים אפקילן און אפילו ח"ו אביסל אויפקלערן ער זאל נישט זיין אזוי פאנאטיש און עקסטרעם, און דאס איז דאך דער לעצטער זאך וואס ער וויל, נעמליך פארלירן דאס פאטריאטישע ארמיי, וואס דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ער האט מער פון אינגערן ברודער.
דערנאך האט דער עם הארץ און דזשיגאן א טעם כמוס דערביי, ווארום די בחורים פולן אים אן דעם טיש פרייטאג צונאכטס, און ווען זיי זענען נישט דארט, ווי למשל בין הזמנים זעהט דאך יעדער דאס גרויס פורים וואס דארט טוט זיך, דעריבער וויל ער זיי פשוט האבן אנצופילן דעם טיש.
דאס איז אלעס געווען בלויז א קליינע הקדמה צו פארשטיין וואס דער בראך פון דעם עם הארץ'ס ישיבה איז, נעמליך תורה איז דארט נישט קיין מציאה, און מידות אוודאי און אוודאי נישט, בלויז חסידות.
יעצט וועלן מיר צוגיין אביסעלע צו וואס עס שפילט זיך אפ אין די מתיבתא ד'מאנרא אין די יעצטיגע טעג. דער ארמיי (ליין: די בחורים) האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע, טרעפן די אויגן (ווידיאו קעמרעס) וואס זענען באהאלטן אין היכל הישיבה און אין די דארמעטאריס. וואס האט פאסירט? מאנטאג נאכט האבן די בחורים באווארפן א קאר פון איינע פון די איינגעשטעלטע (נישט א בני יואל אדער זאלי..) מיט אייער און אויסגעשאסן די פענסטער. דינסטאג אינדערפרי איז שוין דער ראש פון די אקציע געווען אינדערויסן פון ישיבה, און די בחורים זענען געקומען צו א שנעלע מסקנא אז דאס מוז זיין די ארבעט פון די ווידיאו קעמערעס וואס זענען אינסטאלירט אין ישיבה און זיי געבן ארויס די פארברעכער. נו אז מען זיכט טרעפט מען, דינסטאג אינדערפרי איז שוין געמאלדן געווארן מיט פאטאס אויף די ארמיי טוויטער גרופעס אז מ'האט געפונען איינע פון די קעמערעס אינסטאלירט אין א עלעטעריק באקס. פון דארט איז דער זיכעניש אקציע פארברייטערט געווארן צו אלע עידזשעס, און ביי מיטוואך צופרי האבן שוין די בחורים געהאט אין זייער הענט ארויסגעריסן 6 קעמערעס פון פארשידענע פלעצער.
די ישיבה, וועלכער איז סתם אזוי נישט אין א סטאבילן צושטאנד, האט אנגעהויבן נאך מער פארן אויף רעדער, די בחורים האבן אנגעהויבן געפערליך צו שטורעמען וועגן די קעמרעס, און די ישיבה האט באשלאסן אז דער איינציגער וועג צו צוריקאיינשטעלן ארדענונג וועט זיין מיט ווארפן אפאר בחורים. נעכטן, מיטוואך נאכט זענען פיר בחורים, וועמען מ'איז חושד אין די אקציע, אהיימגעשיקט געווארן פון ישיבה.
אזוי אויך איז נעכטן באישון ליל אנגעקומען צו די דארמעטארי דער געסטאפא אגענט שמעי פארקאש באגלייט מיט די מאנרא פאליציי און אויפגעבראכן אפאר לאקערס פון בחורים זיכענדיג די קעמערעס און אזוי ארום קענען לייגן א האנט אויף די בחורים וואס האבן דאס אראפגענומען, אבער אן ערפאלג.
יעדער מנהל האט זיך שוין אויפגעשטעלט פאר זיין עידזש פרובירנדיג צו רעדן צו די בחורים אז מ'זאל צוריק צוזאם נעמען די ישיבה ווייל די בזיונות הייבן אן ארויסצורינען אויף די גאס.
מיט די אלע אקציעס האבן די בחורים געשיקט די בעסטע תשובה פאר זייער גייסטישער פירער דעם עם הארץ אויף דעם פלפול וואס ער האט זיי איבערגעלאזט פארן פארן נופש'ן קיין פאלם ספרינגס, הזורעים בדמעה ברינה יקצורו, הייליגער רבי! דו ארבעסט שווער אגאנץ יאר אריינצופלאנצן אין אונז רשעות און קאלט בלוטיקייט מיר זאלן שטענדיג זיין גרייט דיך צו דינען, דא האסטו! מיר גייען אין דיינע פוסטריט, שעפ נחת דקדושה!