|
|
| נשלח ב-10/1/2011 05:19 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 05:21 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 05:23 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 05:24 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 05:26 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 05:28 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 05:43 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 19:55 |
|
| |
וואו איז דער לעצטער בילד (אין לאנדאן?) דאכט זיך אז די רעכטע זייט פון ר' יונה איז ר' יחזקאל משמש
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2011 20:03 |
|
| |
אין אנטווערפען תשמ"ו
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2011 18:46 |
|
| |
יישר כח נאסטאלגישע זכרונות מי יתן והי'
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2011 20:15 |
|
| |
הערליך! ברענג נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2011 20:26 |
|
| |
איך זע אז יענקעלע11 מיט וואלןסח זענען זייער ברוגז אויף הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער געטרייער משמש פון רבי'ן זי"ע בעל ברך משה, פארוואס מען האט אים געלייגט אין די בכבוד'דיגע ניי חלקה פון קהל יטב לב, ווי ער קען ליגן במנוחה נכונה אן קיין שום שאלות גזילת קרקע וכדומה.
קען זיין אז ביי זיי איז דער כבוד המדומה פון ליגן אפאר פיס נענטער צום אוהל זייער א וויכטיגע זאך, און עס וועגט איבער די הלכה'דיגע פראבלעמען וואס זענען פארבינדן מיטן ליגן אין אלטן בית החיים.
אבער הרה"ח ר' יונה וואס איז געווען א תלמיד חכם מופלג, און האט לאנגע יארן געהאט די זכיה צו זיין דער משמש בקודש און פערזענליכער חברותא פון רבי'ן, האט אנדערש מחליט געווען ווי די בלאט און היידפארק שרייבערס.
די גרעסטע דזשאוק איז נאך, וואס זייער קינדערישע הויפט דאגה איז, אז ר' יונה'ס אייניקלעך וועט מען טשעפענען אין חדר אז זייער זיידע ליגט נישט נעבן ר' סענדער דייטש וכדומה... ממש פלאי פלאים צו וויפיל טפשות מען קען דערגרייכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2011 23:05 |
|
| |
נישט פאר יאנקעלע 11 און נישט פאר וואלןסח באדערט אז מ'גייט טשעפען ר' יונה'ס אייניקלעך אין חדר. קודם כל האט דער זעלבער וואלןסח מיט א שטיק צייט צוריק בארעכטיגט דאס צוהאקן די טיר אויף קינדער וואס גייען ארום נאך געלט פאר מוסדות ויואל משה אדער בני יואל, פארן בלויזן חטא אז זייער טאטע גייט נישט אין שפאן. דעריבער איז זיין רחמנות שטאפל אויף קינדער ברייט באקאנט. וואס עס באדערט זיי יא, און דאס איז לכאורה וואס סקאטמאלען איז נישט משיג, איז פשוט די געלט און בעלות פארלוסט. פאקטיש איז פון זיי צוגענומען געווארן דאס לעצטע געווער וואס זיי האבן נאך געהאט קעגן אנ"ש, אבער נישט סתם א געווער, נאר א מאסן פארניכטונג וואפן, זיי זענען געקומען צו משפחות בשעה שמתם מוטל לפניהם, און באראבעוועט מיט שווערע געלטער, און דאס איז בחסדי השם געקומען צו א ענדע.
און יא, ווען די אייניקלעך וועלן אזוי שטארק וועלן וויסן וואס פשט אז זייער זיידע ליגט נישט אין די אלטע חלקה וועט מען זיי ענטפערן זייער פשוט: מיט א קנאפע פאר יאר צוריק, איז געווען א שלעכטער דיקטאטור און הערשער, א משתלט על הציבור, א בור ריק ועם הארץ ר' אהרן טייטלבוים. דער ר' אהרן האט ליעב געהאט צו געוועלטיגן אויף אלס און אלעמען, און דער בית החיים איז טאקע געווען פאר אים דאס בעסטע געווער ווייל די טבע פון א בשר ודם איז אז ווען עס שטארבט אים א נאענטער מענטש איז ער בכלל נישט געהעריג ביים דעת, און דעמאלס פלעגט מען די מענטשן סטראשען אז אויב וועלן זיי נישט באצאלן כך וכך וועט דער נפטר גיין ליגן קיין לאנג איילענד, ער האט געשטעלט א באוויסטן גנב און רויבער אלישע הורוויץ בראש פון די חברה קדישא, און זיין אויפגאבע איז געווען ארויסצו'גנב'נען ווי מער געלט פון משפחות פון פארשטארבענע מענטשן. איין מאל איז געשטארבן דער זון פון אונזער ראש הקהל ר' שאול פערלשטיין, און ר' אהרן האט באשלאסן אז ער גייט נישט לאזן באגראבן יענעם איד, ווייל ער האט א חשבון מיט זיין טאטע, ר' שאול. ער האט אבער פארזען אז אין די דאזיגע מינוטן האט ער פארפאטשקעט און פארשפילט זיין טייערסטע וואפן געצייג, דער בית החיים. אונזער רבי מיט די דיינים האבן נאך יענעם טאג מקדש געווען א נייע בית החיים, אט די דאזיגע וואו זיידי ליגט באגראבן, און אזוי ארום איז געקומען צו א פולשטענדיגער ענדע די גניבות און גזילות פון ר' אהרן טייטלבוים אויף די משפחות פון די נפטרים ווייל מ'האט שוין נישט געהאט מיט וואס זיי צו סטראשען. אונזער זיידע ע"ה, האט באשלאסן אז ער וויל נישט ליגן ביי גנבים און מענטשן פרעסער, וואס האבן אפגעהאלטן א נפטר פון קומען אל הנחלה ואל המנוחה פאר בלויזע תאוות השררה און פאליטישע חשבונות, האט ער זיך איינגעשריבן אין די בית החיים און דא האט מען אים געלייגט כפי רצונו, און ווי דו קענסט אליין זען, האבן זייער אסאך ערליכע און וואוילע אידן זיך אויך איינגעשריבן אין דעם בית החיים פאר די זעלבע סיבה. פארשטייסט שעפעלע?
און יעצט אז אלישע הורוויץ, כ'מיין יאנקעלע11 האט נאך אלץ א פראבלעם, זאל ער זיך אזוי גוט זיין ווענדן צו זיין רבי דעם עם הארץ און אנפרעגן פארוואס ער האט זיך פאר'עקשנ'ט יענעם ערב ראש חודש אלול תשס"ט, און באשיינפערליך אזוי פארלוירן דעם בית החיים. ווייל לפי עניית דעתי, זענען די זאליס אביסעלע קלוגער פון דעם, און ווען זיי האבן ווען דעם בית החיים און יצחק ראזענבערג שטארבט, וואלטן זיי אים גלייך באגראבן וואו ער וואלט פארלאנגט, ווען זיי זאלן ווען וויסן אז אויף זייער קאפ לויערט א סכנה פון א עפענען א נייע בית החיים וואס וועט ברענגן צו א אפשטעל דאס גאנצע חברה קדישא געשעפט.
תוקן על ידי סענעטאר ב- 11/01/2011 23:17:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2011 23:27 |
|
| |
| ברךמשהחסיד כתב: |  | איך זע אז יענקעלע11 מיט וואלןסח זענען זייער ברוגז אויף הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער געטרייער משמש פון רבי'ן זי"ע בעל ברך משה, פארוואס מען האט אים געלייגט אין די בכבוד'דיגע ניי חלקה פון קהל יטב לב, ווי ער קען ליגן במנוחה נכונה אן קיין שום שאלות גזילת קרקע וכדומה.
קען זיין אז ביי זיי איז דער כבוד המדומה פון ליגן אפאר פיס נענטער צום אוהל זייער א וויכטיגע זאך, און עס וועגט איבער די הלכה'דיגע פראבלעמען וואס זענען פארבינדן מיטן ליגן אין אלטן בית החיים.
אבער הרה"ח ר' יונה וואס איז געווען א תלמיד חכם מופלג, און האט לאנגע יארן געהאט די זכיה צו זיין דער משמש בקודש און פערזענליכער חברותא פון רבי'ן, האט אנדערש מחליט געווען ווי די בלאט און היידפארק שרייבערס.
די גרעסטע דזשאוק איז נאך, וואס זייער קינדערישע הויפט דאגה איז, אז ר' יונה'ס אייניקלעך וועט מען טשעפענען אין חדר אז זייער זיידע ליגט נישט נעבן ר' סענדער דייטש וכדומה... ממש פלאי פלאים צו וויפיל טפשות מען קען דערגרייכן. |
|
אינטערעסאנט אז הגז"ל האט דאס נישט פארשטאנען ווען עס איז געקומען צו זיין אייגענע מאמע, אינעטערסאנט אז ענקערע אייגענע דיינים פארשטייען עס איז נישט ווען עס קומט צו גיין צו זייער אייגענע טאטע. די אלע היץ קעפ "זיי" ווילן יא לייגן אין קרקע גזולה, זיי ווילן יא די כבוד המדומה פון ליגן נעבן אונזערע הייליגע רבי'ס זצ"ל. זיי ווילן נישט אז זייערע נאנטע זאלן ליגן דארט ווי אינדערהיים האט מען געלייגט די ממזרים און די מוסרים, זיי ווילן נישט אויסזעהן ווי די ספינקא כהנא'ס אין סיגוט, זיי ווילן נישט אויסזעהן ווי די נעלאגן אין איהעל. נאר די עולם גולם, קענען באשטיין צו ליגן דארט צוזאמען מיט די מאנגאס. עס איז מין בעסטע און זיסטע נקמה אין יונה האלפערט אז ער ליגט דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2011 05:05 |
|
| |
מיינע טייערע פריינט; יעדער דא ווייסט אז אויב ר' יונה וואלט נאר – אן ארויסרעדן א ווארט – נאר א בלינק געטוען צו שלמה שמש און אים א שלעפ געטוען צו א זייט – און אים ריינגערוימט אין די אויער, "ליסטען היער, פאליטיק איז פאליטיק, אבער ריעל סטאָפ איז סיריעס ביזנעס: "יאַך וויל ליגן אין'ם אלטן ביה''ח!"
וואס עס וואלט נאכגעקומען ווייסט איר אלע זייער גוט, ער וואלט באקריגן אלעס, אפי' אויפ'ן דאך פון'ם אוהל –אויב ער וואלט געוואלט – וואלט ער געקאנט ליגן. אלע ארונים וואלטן טריאומפירט, די בלאט וואלט ארויסגעגיבן א באזונדערע ביילאגע, א קלייניגייט? אפי' דער וואס האט געקעמפט ווי א לייב פאר ר' זלמן לייב, וויל אויך נישט ליגן דארט!?
טא, וואס פעלט צו דרשנ'ן און דרשנ'ן, און שפילן בת-היענה? "רצונו של אדם זה כבודו" = דאס האט ער געוואלט, און דאס האט ער באקומען!"
_________________
|
|
|
|
|