ר' יונה האלפערט ז''ל איז נפטר געווארן,
ווי קומט מען זאל לייגן אזא איד ווי ר' יונה?
א איד וואס איז געווען פון די גבאים און פון די נאנסטע
מענטשן פון הייליגן ברך משה זי''ע,
זיכער גאנץ נאנט צום אוהל רבותינו זי''ע,
דארט לעבן ר' יוסף אשכנזי ז''ל, ר' לייבוש לעפקאוויטש
און ר' סענדער דייטש זכרונם לברכה,
די גבאים האבן מאז ומקדם געהאט די פריווילעגיע
צו ליגן סמוך ונראה צום ציון פון די רבי'ס,
אבער אזוי ווי דער ר' יונה האט זיך צו געשטעלט
לעדת קורח, צו די באנדע מחוצפים, ער איז געווען
א שותף צו די עזי פנים וואס האבן אזוי ביטערלעך
מבזה געווען דעם ברך משה, האט ער תיכף באקומען זיין עונש
מען האט עהם מטמין געווען מאחורי הגדר און די חלקת
המחוצפים, און יעדער זעהט בחוש, אית דין ואית דיין.
ער האט געהאט די זכי' מחדש ומקדש זיין די נייע סעקשאן
פון די חלקת המחוצפים, ווי אלע וואס האבן זיך אזוי ביטערלעך
מתחצף געווען, וועלן האבן די זכי' צו ליגן לאחר מלאת ימיהם,
דארט מאחורי הגדר ווי מחוצפים באלאנגען.
נשלח ב-7/1/2011 20:00
איך האלט נישט ביים אריינגיין אין דעם צו ער איז געווען א מחוצף צו נישט, איין זאך וואס איך ווייס ער איז געווען א אויסערגעווענליכער ווארימער חסידישער איד, א שיינער יודע ספר, געהאט א שטיקל כאריזמישע סטיל פון מגידות, מיטן חן פונעם אלטן דור, אבד חסיד מן הארץ, תנצב"ה
לענינינו, אפי' את"ל, אז ער איז, לשטיתתך, נענש געווארן צוליב זיין מקלאמפערשט מחוצפות, איז ער לפע"ד זייער גרינג אפגעקומען פאר דעם חטא, ער איז אין קיין שום מאחורי הגדר, קיין שום חלקת מחוצפים, ס"ה זענען דא 2 באזונדערע זעלבסטשטענדיגע בתי חיים, א אלטע אין א נייע, איינס געהער פאר קהלת מהר"א דער אנדערע פאר קהלת רז"ל, יעדער האט זיך זייער אייגן גדר, רוב חסידי מהרז"ל זענען קובר אין זייער חלקה, ושאר העולם הצמידים לקהילות סאטמאר באערדיגן אין אלטן, יעצט ווי פאר-א-גוט-יאר קומט דא אחורי הגדר אדער חלקת המחוצפים, יעדער איז זיך קובר אין זייער גדר, אפשר איז חלקת מהר"א מאחורי הגדר פון חלקת רז"ל?
לאזטס ענק אפ פון די נאיאיווער לאזונג, ס'איז רחוק מן האמת, און ס'העלפט ממילא גארנישט,
נשלח ב-7/1/2011 20:15
סקאט לאמיך דיר פרעגן פארוואס האט זשיגאן'ס גבאי פארלאנגט זיין ערשטע תנאי אז מ'זאל אראפנעמן דעם גדר, אז נישט גייט ער אין קארט? דער פורים בי''ד האט דאך ג'פסקנ'ט אז אלעס איז איין'ס?
פארוואס מוזן די הולכים בערכעות טיילן חלקות בחינם? די קענסט זיי פאר אזעלכע פיינע מענטשן? די ווייסט אפשר מיט וויפיל די פרייז פין א חלקה איז ארויף די פאר יאר וואס זיי האבען פראבירט זיך משלתט צו זיין אויפן ביה''ח?
אין ווייסט אפשר פארוואס זיי האבען נישט געוואלט בויען קיין גדר דערווייל אויף די זייט צו די ביה''ח דקיט''ל?
פארוואס דארף אברהם בער אליין'ס ארומלויפן צו אלטע יודן אדער צו משפחות בשעה שמתו מוטל לפניהם מ'זאל ענדרש נעמען א קרקע בחינם מיטן גיטן אין מיטן בייזן? קליק דא פאר די בילדער א שרעק: די טרור איז ממשיך אויף יעדער אלטן איד,
די חלקה האט מען מייסד געווען לשם הליכה לערכעות, יא, בלויז די איינע ציהל, ווען דער פאטער וואלט געכאפט א שטיקל התעוררת נאך אזא טראגעדיע וואלט ער געזאגט כ'שרייב אינטער כ'גיי ארויס פין ערכעות אין כדי די חברה קדישא זאל זיך פירן לפנים משה''ד אבער אזווי אלעס בלייבט ביים אלטען איז ער פארנומען מ'זאל אראפנעמען די גדר
אין יעדע ערליכע יוד וואס האלט זיך פאר א סאטמערע תלמיד וויל ליגן במחיצת קדשו פין רבותיה''ק זי''ע
נשלח ב-7/1/2011 20:18
סקאט, ביזט זייער נאאיוו, מיר זענין בכלל נישט מחולק, ער איז געווען א תלמוד חכם, א יודע ספר, א ווארימער חסידישער איד, א חן פון אלטן דור, אלעס איז אמת ויציב, אבער ער האט זיך צו געשטעלט צו דעם כת המחוצפים און האט באקומען זיין עונש יעדער זאל זען אז יש דין ויש דייין, ווי האלסטו וואלט אזא איד ווי ר' יונה געדארפט צו ליגן?, ווען די זאליס האבן ווען בעלות אויפן בית החיים ווי רבותינו הק' ליגן, וואלט ער דען נישט געליגן הארט לעבן דעם אוהל הקדוש פון בעל ברך משה?, און זיי נישט קיין אייזל, דער רבי זכותו יגן עלינו ליגט מאחורי הגדר פון יעקב יואל באנדא, פערדישקייט האט אויך א שיעור, די זאליס שרייען געוואלד אז ס'איז איינס, אבער ווען מען כאפט א בליק זעט מען אז ס'איז פונקט אזוי איינס, ווי די זאליס מיט די תורה, כרחוק מזרח ממערב, זאגסט אז ס'ארט דיך נישט דארט צו ליגן?, אה קיי, האסט א רעכט, אבער לעבן רבותינו הקדושים ביסטו נישט, דאס איז א פאקט, און בכלל נישט רחוק מן האמת, א נארמאלער מענטש וואס האט א טשויס ווי צו ליגן און איז נישט פון די כת המחוצפים, וועלט זיך צו ליגן אין איין בית החיים מיט רבותינו הקדושים, זיי האלטן נישט אז ס'איז איינס, ר' יעקל שווארץ ז''ל האט נישט געוואלט ליגן מאחורי הגדר, הירשפעלד האט געזאגט פאר די הצלה מעמבערס, אז מען זאל עם חלילה נישט לייגן אינטרן צוים, ר' יעקב חיים רוטנער ז''ל האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער וויל נישט ליגן מיט מוסרים,
צו דאס איז זיין גאנצער עונש ווייס איך נישט און איך גלייב נישט, ווייל פאר מבזה זיין דעם ברך משה קומט זיכער א גרעסערער שטראף, אבער דאס זעהן מיר דאך נישט, אבער דאס אז ער ליגט מאחורי הגדר, ענטשולדיג: בתוך הגדר פון חלקת המחוצפים, דאס זעהן מיר, און יעדער זאל זעהן בחוש, אית דין ואית דיין, און אנשטאט צו ליגן נאנט לעבן אוהל, ליגט ער לעבן פערלשטיין.
נשלח ב-7/1/2011 21:28
קיינער לייקנט נישט אז די זאליס וואלטן געקענט באשטיין צו האבן די אלטע ביה"ח, אבער דאס איז נישט דער מדובר דא, די מדובר דא איז צו דער נייער ביה"ח איז אחורי הגדר, קלאר נישט,
אחורי הגדר וואלט געמיינט, ווען לו יצויר די אהרונים זענען בעה"ב אויף ביידע לאטס, אין זיי וואלטן געשטעלט געוויסע נפטרים אונטערן צוים, אבער דא איז דאך דער אנדערע ביה"ח געהער פאר א זעלבסשטענדיגע קהלה וואס האט קיין שום שייכות מיט די אהרונים, און אט דער קהלה באערדיגט "יעדן" דארט,
און קיינער פון די נפטרים האבן נישט געזאגט אז זיי ווילן נישט ליגן "מיט מוסרים" אדער "אחורי הגדר", ס"ה האבן זיי געזאגט אז זיי ווילן ליגן אין אלטען ביה"ח, און ס'זייער פארשטענדליך אז דער אלגעמיינער מענטש וואס האט נישט עפעס א ספעציעלער שייכות מיט קהילת רז"ל וועט וועלן ליגן אין אלטען ביה"ח, פשוט ווייל דאס איז דער עסטעבלישט ביה"ח אין דארט ליגן די אדמורי"ם ווי די ביסט טאקע מסביר,
די אינטערשטעטע שורה איז אז רוב רובו וואס מ'האט געלייגט אין די נייע ביה"ח האבן עס בוחר געווען מרצונם הטוב, און אחורי הגדר זענען זיי נישט, אינה"נ זיי זענען נישט אינעם זעלבן ביה"ח ווי אדמור"י סאטמאר, טאקע וואלט געווען א שיינע זכי', אבער צו זאגן אז דאס איז א "עונש" אין "אחורי הגדר" איז פאלג מיר א גאנג, טויזנטער אידישע קינדער ליגן אין בתי חיים בכל העולם כולו נישט לעבן קיין צדיקים ידיעים, אין קיינער איז נישט פארדעם אחורי הגדר, אין בעלמא דקשוט איז דאך ממילא עליונים למטה ותחתונים למעלה,
נשלח ב-9/1/2011 04:31
סקאט דו לעבסט נעבעך אין עולם הדמיון, און אין עולם הפאנטאזיע ווען די זאליס זאלן זיך עפענען עפעס א בית החיים אין ניו דזשערסי אדער אפילו עטליכע מייל אוועק פון דעם בית החיים און זאגן איך האב אייך אויף כפרות, איך האב מיר מיין בית החיים און איך דארף דיך נישט, אזוי ווי די בני יואל האבן געטוהן, וואלסטו גערעכט געווען אין א געוויסן זין, עס וואלט געוויס אויך געווען א דורכפאל פאר די זאליס קארפן קעפ, דאס אז זיי דארפן אוועק גיין פון דעם בית החיים, אבער בדלית ברירה איז מען אוועק געגאנגען, אזוי ווי די אהרונים פון ראדני, און דאן וואלסטו גערעכט געווען, קיינער איז נישט צווייט ראנגינג פונעם צווייטן, און פונקט ווי דער בעלזער ליגט אין בעלז, דער באבעווער ליגט אין באבעוו, און די בני יואל ליגן ביי די בני יואל, וואלטן די זאליס געליגן ביי די זאליס, אבער דא איז אנדערשט די פרשה, די זאליס האבן געשריגן אז זיי זענען די בעלי בתים אויפן בית החיים, זיי האבן געהאלטן דרשות אז אלעס איז ביים אלטן, זיי זענען געלאפן אין קארט מיט א געוואלד אז זיי זענען די ריכטיגע בעלי בתים און עזריאל גליק איז דער פרעזידענט, זיי האבן ארויס געטעלט מודעות אז נאר ביי זיי קען מען קויפן חלקות אין בית החיים, נו, דער קארט האט געלערנט מיט זיי בלק, מען האט זיי אראפ געווארפן פון אלע שטיגן (ווי יוסל ניינציג האט ליב צו שרייבן) און דער בעלות אויפן בית החיים איז געבליבן ביד האהרונים,
ווען די זאליס האבן זיך געכאפט אז זי זענען אויף צרות, און זיי זענען ארויס געטראסקעט פונעם בית החיים, האבן זיי פארלייגט וועלטן אפצוקויפן די פאר לאטס וואס איז סמוך ונראה, נאנט צו דעם אלטן בית החיים, זיי האבן היפש איבער געצאלט אבער כדי איינצירעדן די קעלבלעך אז ס'איז איינס מיטן אלטן בית החיים קען מען דאך נישט זיין עטליכע מייל אוועק אזוי ווי די בני יואל, האט זיך געלוינט די מיליונען דאלאר וואס דאס האט זיי געקאסט, זיי האבן דאס אפ געקויפט, און פראקלאמירט אז אלעס איז ביים אלטן, ס'איז איין בית החיים, איי דער מציאות איז אז ס'איז בכלל נישט איינס, ס'איז נישטאמאל אין זעלבן ווילידזש, אבער פאר די קעלבלעך איינצורעדן איז דאס פונקט גיט, מען האט געמאכט א מאפע (מען האט אביסל געטשיד אויף די מאפע) אן געהאנגען אין בית המדרש אז אלעס איז איינס, און געוויזן ווי נאנט דאס איז, זענען געגאנגען די אהרונים און געבויט א כותל המבדיל, א מחיצה צעווישן דעם עקזעסטירענדיגער בית החיים און זייער חלק, דער מחיצה המבדלת פונעם בית החיים און פאללאקס לאט האט די זאליס ארויס גענומען פון גלייכגעוויכט, זייער טענה אז דאס איז איינס איז אוועק ווי א חלום יעוף, און יעדער נארמאלער מענטש זעט באשיינדפערלעך אז דאס איז צוויי ביתהחיים'ס, וואלטן די זאליס דאס אנגענומען, און ארויס געקומען מיט א קול קורא פון די לישקע, אז דער אלטער בית החיים איז ליידער ביד הנעאלאגן, די גנבים האבן דאס צו געגנבעט, און ביז דאס קומט נישט צוריק איז בכלל נישט קיין זכי' דארט צו ליגן, פונקט ווי ר' אברהם לייטנער האט געשריבן ביי די בני יואל, דאן וואלסטו ווייטער גערעכט געווען, קיינער איז נישט מאחורי הגדר פונעם צווייטן, פונקט ווי אין ניו דזשערזי אין בית החיים איז דער סיגוטער אדער ספינקער בית החיים נישט מאחורי הגדר פון סאטמאר (וואס האט א גדר) נאר סאטמאר איז סאטמאר און ספינקע איז ספינקע, און אזוי ווי ביי מיר אין הויז האב איך א צוים צעווישן מיין פראפערטי און מיין שכן, און קיינער וועט נישט זאגן אז מיין פראפערטי איז מאחרי הגדר פון מיין שכן, ווייל קיינער איז נישט קיין עיקר און קיינער איז נישט קיין טפל, יעדער איז א פראפערטי פאר זיך, אבער די זאליס לאזן זיך נישט, זיי שרייען געוואלד אז דאס איז יא איינס, זיי מאכן "אינזער" בית החיים דער עיקר, און שרייען אז זייער בית החיים וואס איז א "טפל" איז באמת איינס מיטן עיקר, און דאס מאכט זיי ללעג ולקלס, יעדער איינער פארשטייט, אז דער בית החיים "מאחורי הגדר" איז נישט איינס מיטן עיקר בית החיים, און דאס שרייען אז ס'איז איינס מאכט זיי צו שאנד און שפאט, רובא דרובא אידן וואס ווילן יא ליגן מיטן דברי יואל אין איין בית החיים נעמען נישט אן זייער ווערזיע, און באצאלן גיהעריג מעמבערשיפ פאר די אהרונים און פארלאנגען קלאר אז זיי ווילן אויסדריקלעך ליגן לפני הגדר אין עיקר בית החיים און נישט מאחורי הגדר, זיי נעמען נישט אן דיין טענה אז אינזער בית החיים איז מאחורי הגדר פון פאללאקס לאט, פונקט ווי זיי האבן באצאלט טבין ותקילין פאר א זיץ אין בית המדרש הגדול, און נישט גענומען א מילך קעסטל אינטערן וואנט פון בית המדרש און געטענה'ט אז ס'איז איינס, ניין, אינטערן פלויט איז נישט איינס,
יעצט, דער וואס האט בוחר געווען דארט צו ליגן מרצונו הטוב, האט דאס טאקע נישט אנגענומען אלץ א עונש, עם האט נישט אינטרעסירט צו ליגן נאנט צו רבותינו הקדושים ווי לאנג עס איז תחת ממשלת האהרונים, אבער די וואס וואלטן יא געוואלט ליגן אין בית החיים ווי רבותינו הק' ליגן, נאר זענען געצווינגען אוועק צו גיין, ווייל מען וויל זיי נישט אן נעמען, אזוי ווי ר' יונה האלפערט ע''ה און ר' עזריאל גליק, וואלי פריעדמאן, מאסרי, מיט די אנדערע הולכי הערכאות, און משה גבאי מיט די אנדערע מחוצפים, ביי זיי איז דאס יא מאחורי הגדר, און שרייען אז ס'איז איינס ברענגט נאר ארויס א שמייכל ביי יעדן נארמאלן מענטש.
נשלח ב-9/1/2011 07:43
סקאט שרייבט "אפשר איז חלקת מהר"א מאחורי הגדר פון חלקת רז"ל? איז במילא אז זיי ווילען נישט ליגען אין איינעם מיט זייער רביס טאטע דער בי"משה שטעלט מען עיהם אריין מאחורי הגדר אדער פארוואס קימט זיך פאר רביה'ק אז ער מיז ליגען מאחורי הגדר פין די זאלי מחוצפים
נשלח ב-9/1/2011 16:12
לשיטתי לא קשה מידי, ווייל איך האלט דאך אז קיין איינע איז נישט מאחורי הגדר,
און ווייל אינעם שכינות'דיגן ביה"ח ליגן גרויסע צדיקים ווערט נאך נישט דער דערנעבענדיגער ביה"ח "אחורי הגדר", והא ראי' אויב לו יצויר ווען דער נייער ביה"ח וואלט געגרינדעט געווארן דורך א פרידליכע, פרעמדע קהלה, וואס איז באהבה ואחוה ורעיות מיט די קהלה פון די אלטע ביה"ח, אין לאמיר זאגן מאיז' סיבה וואלט געווען א גדר צווישן די 2 בתי חיים וואלט דען איינעם עולה על הדעת געווען אז דער נייער ביה"ח איז "אחורי הגדר", ווייל אינעם אנדערן זייט גדר ליגן גרויסע צדיקים, אין לך לצנות גדולה מזה,
אוואדי אין אוואדי איז דער אלטער ביה"ח א מיליאן מאל בעסער, אוואדי און אוואדי האבן די זאליס מיס פארלוירן, אבער דאס מאכט נישט זייער ביה"ח אן "אחורי הגדר" אדער א חלקה פון שוואכערע אידן
דאס גאנצע וואס איך קען אפשר דערהערן דער ווארט "אחורי הגדר" איז אלס א קינדישע טשעפע ווארט וואס פאסט פאר דער איד/בלאט, אבער צו גיין זאגן אז דער נפטר איז "נענש" געווארן, איז געהארגעטע שטותים, דער בית החיים איז א געהעריגע כשר'ע בית החיים, ווי עס ליגן וואוילע ערליכע אידן, אפשר זענען זיי נישט געווען אין איינקלאנג מיט דיין צד אין חסידישע פאליטיק,און אפשר ליגן טאקע נישט אין דער ביה"ח די צדיקים וקדושים הידועים, און אוואדי וואלט געווען א שיינע זכי' פאר די אידן צו ליגן אין א ביה"ח ווי עס ליגן גרויסע צדיקים, אבער ווי עס קומט אהער אן ענין פון "עונש" is beyond me
לשיטתך, ווען ס'ווען בידך וואלסטו אפשר מפנה געווען א נפטר א קרוב פון דארט, אמער ער ליגט דאך מאחורי הגדר בחלקת העבריינים,
נשלח ב-9/1/2011 18:32
עפעס זעהט מיר אויס אז דו ליינסט אפילו נישט מיינע תגובות,
דו זעהסט אז איך האב עפעס גענטפערט, שיסט דו צוריק, און ס'איז
אינגאנצן שלא בדרא, נישט צו דערזאך, ווייל דו שרייבסט דאך
בעצם נאך מיינע סברות, און מיט דעם ווילסטו מיך אפ ווענדן,
איך שרייב דאך אז אויב וואלט דאס געווען א צווייטע פרידלעכע קהילה
וואס עפענען דארט א בית החיים, פונקט ווי אין לאנג איילאנד און אין
ניו דזשערזי, וואס אסאך קהילות האבן חלקות נפרדות פאר א בית החיים,
אדער אפילו די זאליס מאכן דארט א נייעם בית החיים, נאר זיי וואלטן געשריגן
"מיר טיילן זיך אפ פון ענק" וואלט קיינער נישט געזאגט אז זיי זענען מאחורי
הגדר, די בית החיים איז א כשר'ע בית החיים, אוודאי יא!!!, עס ליגן דארט
וואוילע עהרליכע אידן?, מעיבי!!!, אבער אויב ליגט מען דארט בהכרח,
געצווינגענערהייט, נישט ווייל מען וויל דארט ליגן, נאר ווייל מען קען
נישט ליגן דארט ווי מען וויל, און מען שרייט אז ס'איז באמת איינס,
דאן איז דאס מאחורי הגדר,
איך וועל די דאס מסביר זיין מיט א משל וואס דו וועסט אפשר יא פארשטיין,
למה הדבר דומה, ווען איינער וויל גיין צו א בעיסבאל געים אין יענקי סטעדיום,
און האט נישט די פאר דאלאר צו באצאלן פאר דעם געים, טרעפט ער זיך
א פלאץ אינטערן צוים, און פון דארט וואטשט ער דעם געים, יעצט דער
פערשוין וואס וויל באמת זיין דארט אינעווייניג דער ווייסט און פארשטייט
אז ער איז מאחורי הגדר, כאטש די אנדערע גויים וואס דרייען זיך
אינדרויסן פאר סיי וואס פאר א סיבה הייסט נישט אז זיי זענען מאחורי
הגדר, ווייל זיי זענען דארט לכתחילה, אבער דער וואס וויל זיין אינעווייניג,
און מחמת סיבות קען ער דארט נישט זיין דער איז זיכער מאחורי הגדר,
און ווען דער חבר וועט עהם פרעגן WHERE ARE YOU וואלט ער זיכער
גענטפערט, I AM WATCHING THE GAME FROM BEHIND THE FENCE
כן הדבר הזה, אויב וואלט די זאליס זיך געפענט אן עקסטערן בית החיים,
און דארט געוואלט גיין לכתחילה, מחמת איזה סיבה שיהי', וואלט קיינער
נישט געזאגט אז זיי זענען מאחורי הגדר, אבער ווען זיי שרייען געוואלד
אז זיי ווילן יא זיין אינעווייניג, און דאס איז איינס און במילא זענען זיי יא
צוזאמען מיט רבותינו הקדושים, זאגט מען זיי, הערט אויף צו חלום'ען,
איר ליגט מאחורי הגדר,
סקאט, אויב וועסטו דאס נאך אלץ נישט פארשטיין, ביסטו א לאסט קעיס,
איך געב אויף, און וועל פאר א יעדן זאגן אז דער דברי יואל זי''ע און דער ברך
משה זי''ע, ליגן מאחורי הגדר פון ר' יונה האלפערט ז''ל.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 09/01/2011 19:28:12
נשלח ב-9/1/2011 19:25
יענקעלע! סופער! בפרט דיין משל!
נשלח ב-10/1/2011 00:41
כאב זייער מורא אז מיר האבן דא א שטיקל מיסקאמיוניקעשן און מיר זענען נישט אויפן זעלבן פעידש, איך רעד פון הודו און דו פון פיש, און ווי נאר דאס וואס אויסגעקלארט, וועט נתברר ווערן אז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי
אוואדי האלט איך אז ר' יונה ע"ה איז נענש געווארן, אבער נישט נאר ער איז נענש געווארן, נאר אלע אידן וואס געהערן זיך אן צו קהלת מהרז"ל האבן באקומען א עונש, מיטן ליידן אזא גרויסן שאדן אז זיי האבן אזוי טראגיש פארלירן די ביה"ח אין קרית יואל, וואס אויסער א גרויסע געלט שאדן האבן זיי נעבעך פארלוירן די זכיה צו ליגן ציזאמען מיט אדמור"י סאטמאר זצ"ל, טאקע א גרויסע עונש,
צו דער עונש איז געקומען צוליב זיין א מחוצף, ווייס איך נישט, איך בין נישט אויוון אין הימל, דער זאלי וועט זאגן אז "צדיק ורע לו", אדער "שטנא נצח", אלנספאל מיר זענען אלע מאמין אז יעדע עגמות נפש, איז א עונש אין א כפרת עוונות, ווי חז"ל זאגן אז אפי' א נישטיגע זאך ווי אריינלייגן די הענט אין טאש צו ארויסציען 1 פרוטה אין ער נעמט ארויס 2 איז אויך א עונש, ממילא איז אוואדי דאס אויך א עונש,
די זעלביגע זענען די ארונים דורכגאנגען יסורי איוב ועגמות נפש מיטן פארלירן די הויזן אין וומ"ב, און פארלירן די זכיה צו דאווענען במקום שהתפלל אבותיו, די זאליס וועלן אוואדי זאגן אז ס'א עונש פאר ר' אהרן'ס חטאים, עפרא לפומי', צו וואס, און דער אהרוני וועט זיך שווערן אויפן בארד, אז ס'איז "צדיק ורע לו" אין זיך נאך טרעפן שיינע מעשיות, ווי פריערידיגע אדמורי"ם לגזע סאטמאר-סיגעט האבן אויך געהאט די סארט מפלות, אבער קיינער וועט נישט מחולק זיין אז ס'איז געווען א עונש אין א כפרת עוונות,
אויב דו באציסט דיך אויף דעם, בין אין אינגאנצן מיט דיר,
וואס איך האב אבער פארשטאנען, קען זיין בטעות, ואתכם הסליחה, כאילו דו זאלסט האבן געזאגט, אז ר' יונה איז נענש געווארן מיטן נקבר ווערן אין א מקום בזוי, ווי ער וועט געדענקט ווערן לדראון עולם צוליב די מקום ווי ער איז נקבר געווארן, ווייל דער ביה"ח וועט געדענקט ווערן אלס די חלקת העבריינים וואס מ'איז מקבר שוואכערע סארט אידן "אחורי הגדר" כנהוג מאז,
אויף דעם דינג איך מיך שוין, ווייל אפי' ווען שאול פערלשטיין זאל מכריז זיין אפען אין גראב "אונזער נייער בית החיים איז אחורי הגדר", וועט עס איהם גארנישט העלפן, ווייל אין מציאות איז דער נייער ביה"ח נישט דער אפטייטש פון אחורי הגדר, אחורי הגדר מיינט אך ורק איין זאך ותו לא, דהיינו 1 קהלה וואס האט 1 ביה"ח אין דער זעלבער קהלה האט א ספעציעלע דעזיגנירט ארט ווי זיי זענען מקבר די אפענע עבריינים, נאר דאס הייסט אחורי הגדר, עפעס אנדערש איז בלויז רעטארישע סלאגאנען,
והא ראי' אויב לו יצויר די זאליס וואלטן אפגעקויפט א נייע ביה"ח, לגמרי נישט לעבן די אלטע, נאר גאר ווייט אוועק פונעם אלטן ביה"ח, אין אינגאנצן אין אנדערן מקום, אין לאמיר זאגן די זאליס וואלטן אויפגעקומען מיט א פארדרייטע סברה אז אט דער ווייטער ביה"ח איז לעולם איינס מיט די אלטע, פארוואס, פרעג מיך נישט, וואלט איינער עולה על הדעת געווען אז א ביה"ח 10 מייל אוועק איז אחורי הגדר, פארוואס ווייל די זאליס זאגן אז ס'איינס, די זעלבע דא אפי' די זאליס קומען מיט זייער פארדרייטע פשט'לעך אז ס'איינס, ווערט עס נישט מיט דעם קיין אחורי הגדר,
און אין דעם חלקה ליגן וואוילע ערליכע אידן, מדקדקים במצוות בקלה כבחמורה, גארנישט שוואכער פון שאר בני ישראל בכל העולם, [איך בין נישט מדמה צו די צדיקים וואס ליגן אין אלטן], דער איינציגער פראבלעם איז נאר אז די פארוואלטער פונעם ביה"ח אין דאס רוב נקברים דארט זענען אידן וואס געהערן זיך אן צו איין צד פון א חסידישע מחלוקה'לע, וואס אויב דאס מאכט עס פאר א מקום בזוי, האט דאך עס נישט גארנישט מיט ווי דער ביה"ח איז, צו לעבן די אלטע צו נישט, און בכלל איז דאס בלויז א פראבלעם נאר פאר א פארנאטישער אהרוניסט, און אויך נאר אזוי לאנג די דרעקישע פאליטיק איז נאך רעלעווענט, קיין ספק אז עווענטועל וועט די מחלוקה אויסוועפן, און והי' המשכן אחד, דער בערלינער וואנט אראפ-פאלן, ס'וועט מיטאמאל זיין וועם זאל אנגיין,
היוצא לנו מזה ר' יונה ע"ה איז נקבר געווארן אין א ערליכע אידישע ביה"ח, בלי שום בזוין כלל וכלל, אין קען טאקע זיין אז ער האט געהאט עונשים בחייו, אין זאל טאקע זיין א כפרה, אין זאל ריען אין לעכטיגן גן עדן, אין זיין א גוטער בעטער פאר אונז אלע, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים, אמן
נשלח ב-10/1/2011 01:04
יענקלע אזוי שיין אין קלאר ארויסגעברענגט
פין די אנדערע זייט פארשטיי איך אביסל די זאליס זיי האבען דאך אנגעהויבן זייער א אימזיגבארע PR אז זיי בלייבן מיטן ביה''ח יעצט אז זיי האבען אזוי מיעס פארלוירן טאקע אין ערכעות מיזן זיי פראגראמען פאר זייערע נאכשלעפער אזא קרואיזע ליצנות אז אלעס איז איינס
-------
און סקאט דיינע ענטפרס זענען היבש מאדנע מיין ציהל איז נישט דיר אפענטפרן, דאס וועל איך לאזען פאר יענקעלע איך מערק נאר ווי די מאכסט גאנצע דיוקים צו פארענטפרן די כבוד פין יונה
די ארונים אין וומ''ס האבען קיינמאל נישט געשריגען אז הופער אין ראדני זענען אייןס זיי זאגען קלאר, מ'האט אינז ג'גנבט דעם ביהמ''ד אין וומ''ס אין מ'ווארט שוין איבער 10 יאר אז ר' זלמן לייב זאל קומען צו די''ת אבער ליידער איז ער נאך אלס מסרב.
אין לשיתך פארוואס זענען דא אזא גרויסע פראצענט פין די זאליס וואס ווילן נאך אלס דווקא צאלען געלט פאר א קרקע במחיצת רבותיה''ק? פארוואס דארף די זאליס ארומלויפן צו אלטע אידן בעטן מ'זאל קומען דארט ליגען? די האסט שוין געזעהן סיי וועלכע חסידות זאל דארפן אזוי שווער אין שמיציג ארבייטן אויף די אייגענע מענטשן אז זיי זאלען וועלן ליגן אין זייער בית החיים?
די שרייבסט געווענליך זייער נארמאל אין דיין יעצטיגע שיטה קוקט עפעס אויס מאדנע איך מיין די זאלסט איבערליינען יענקעלע'ס תגובה אלעס ווערט הערליך פארענטפרט
נשלח ב-10/1/2011 01:18
סקאט, דו רעדסט אביסל מאדנע, איך וועל מוזן איינזעצן אז דיין מענעדזשער באנוצט זיך מיט דיין ניק (עי' ערך חיי שעה)
אויפן בעסטן פאל וואלט איך פארענטפערט דיין משל (אויב זיי זענען ווען ווייטער פון ביה"ח און זיי זענען עס מצרף) אזוי
ווי לאנג די זאליס טענה'ן אז ס'איז איין בית החיים זענען זיי אוטאמאטיש אחורי הגדר, ווייל וועסט נישט געפונען קיין בית החיים וואס באלאנגט פאר א קהלה וואס זאל האבן אינמיטן א גדר, און נאך אזא שיינע און הויכע.
די זאליס האבן איין ברירה, זאגן מיר האבן זיך אפגעטיילט, אה ביסט אפגעטיילט, ביסטו טאקע נישט אחורי הגדר פונקט ווי ספינקא איז נישט אחורי הגדר סאטמאר אין ניו דזשערסי, אבער ווי לאנג זי שרייען זיי זענען איינס, און נאך 30 יאר בית החיים האבן זיי פלוצלינג אונטערן פלויט באשלאסן צו גראבן מענטשן דאן זענען זיי נעבעך מאחורי הגדר
איך האב רחמנות אויף ר' יונה ווייל איך האלט נישט אז ס'קומט זיך אים
שוין זאל זיין כפרת עונות
_________________
נשלח ב-10/1/2011 01:53
נו וואס ווילסטו יעצט, זאגן זיי אז ס'איין ביה"ח, ס'נישט די ערשטע הבלים וואס די זאליס קומען ארויף, ס'מיינט נאך נישט לכבוד דעם אז ס'עפעס משנה למעשה, לא להקל ולא להחמיר, פונקט ווי דאס וואס זיי זאגן אז דער ברך משה האט סוף ימיו איינגעזעהן אז בני יואל זענען צדיקים, איז עס עפעס בעיניכם מעלה ומוריד?
נשלח ב-10/1/2011 04:33
פארוואס זענען די ספינקא כהנא'ס געווען ביטער אנגעווייטאגט אין סיגוט ווען מ'האט זיי געלייגט מאחורי הגדר? פארוואס זענען געווען ביטער צוזעצט? עס איז דאך נענטער צום ציון פון אלע קדושים פון פאלאק'ס לאט.
יעדער פארשטייט, און אינדערהיים איז אויך אזוי געווען, אז די ממזרים און מוסרים האט מען געלייגט מאחורי הגדר. פארוואס? ווייל דאס איז א געזינטע עונש און א בזיון, נישט קיין חילוק ווי נאנט אדער ווייט עס איז צום צדיק. עס איז דאס רושם. היינט ווען מפארט צו מקומות הקדושים אין אינגערין רומעניע וכו' פארציילן אייביג די מגידים איבער פארשידענע מציבות וועלכע ליגן מאחורי הגדר צוליב מסירה וכו'.
נשלח ב-10/1/2011 08:13
סקאט דאס וואס די שרייבסט"און בכלל איז דאס בלויז א פראבלעם נאר פאר א פארנאטישער אהרוניסט, און אויך נאר אזוי לאנג די דרעקישע פאליטיק איז נאך רעלעווענט, קיין ספק אז עווענטועל וועט די מחלוקה אויסוועפן, און והי' המשכן אחד, דער בערלינער וואנט אראפ-פאלן, ס'וועט מיטאמאל זיין וועם זאל אנגיין,"
זאלסט מיר אנטשולדיגען אז אין יארען ארום וועלען די אייניקלעך גיין צים זיידענס ציון אין וועלען פרעגען פארוואס דער זיידע האט נישט געהאט די זכיה צי ליגען איןאיינעם מיט די רביס הצדה"ק אין מיט די אנדערע בני המשפחה וואס ליגען יא דארט וועט דער תירץ זיין אז ער איז ליידער מיטגעשלעפט געווארען מיט די בני קורח אין וועט זיך אראפלייגען אויף דער ערד וועט ער הערען שרייען "משה אמת ואנחנו בדאין " וואס וועט זיך ארויסשרייען פין די נעמען וואס ער וועט אפליינען אויף די מצבות
איז דאס שוין געווען אין היסטארי אז מען זאל דינגען מענטשין אז מען זאל צירעדען עלטערע אידען צי גיין אהין אפולי אימזיסט מאכען גורלות אמאל האט מען געוויסט אז עס פאסט נישט צי רעדען פין די זאכען נאר מען האט דאס געטיען אויף א באשיידענעם אופן אין היינט איז די שמחה ביי די זאליס ביים שטארבען מער ווי ביים געבורען ווערען אזוי ווי שלמה המלך זאגט 'טוב יום המות מיום הוולדו" עס איז נאך אפילו גרעסער ווי ווען מען מאכט א חתונה אין די געאסערטען זאהל
אין וועגען מחוץ לגדר האט מען דיר שוין גיט גענטפערט אז ווי לאנג זיי זאגען אז עס איז איינס איז ענקערס מחוץ לגדר אין ווען עטס וועטס מודה זיין אז עס איז נישט איינס וועט עס הייסען ביי אינז דער ביה"ח של המחוצפים