בית פורומים כל העולם כולו

דער עונש פון א משב''ק מחוצף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/1/2011 17:52 לינק ישיר 

אין יארען ארום וועלען די אייניקלעך גיין צים זיידענס ציון אין וועלען פרעגען פארוואס דער זיידע האט נישט געהאט די זכיה צי ליגען איןאיינעם מיט די רביס הצדה"ק אין מיט די אנדערע בני המשפחה וואס ליגען יא דארט,וועט דער תירץ זיין וועט מען זאגען אז די  בית החיים איז צוגענומען געווארען דורך ערכאות, און די יודן האבען נישט געוואלט ''לעבען'' אין די קהילה נאר צו קענן ''שטארבען'' אין די בית החיים

ווי האט אמאל אן ערליכע איד גאזאגט ''איך האב נישט מורא ווי אזוי איך וועל שטארבען איך האב מורא ווי אזוי איך האב געלעבט''

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 18:33 לינק ישיר 

סקאט, איך האב דיך געווארענט..., דו האסט דיך היבש פארפלאנטערט
מיט דיינע נארישע תגובות, און אצינד מאטערסט דו דיך ארויס צו קריכן
פון דעם פלאנטער וואס דו האסט דיך אריין געלייגט, דרייסט רעכטס, דו
דרייסט לינקס, שרייבסט נאך מיינע ציטאטן, אביסל צו סעיוון פעיס, אבער מיט
דיין פראבירען צו בארעכטיגן דיין שטאנדפונקט, קריכסטו מער אריין אין די בלאטע,

דער זאלי בית החיים איז טאקע נישט קיין מקום בזוי, און די וואס ליגן דארט
קענען זיין גאנץ וואוילע אידן, דאס איז געזאגט געווארן פאר די אלגעמיינע נפטרים
וואס ליגן דארט, די אידן וואס זענען דארט מרצונם הטוב, אבער די אידן וואס ליגן
דארט בהכרח געצווינגענערהייט, וועט גורם זיין אז דארט "מאחורי הגדר" וועט
זיין א געגנט פון אידן וואס אויף איין מצבה וועט שטיין " שימש בקודש את
מרן רבינו הקדוש בעל ויואל משה זי''ע עשרות בשנים" אויף די צווייטע מצבה
וועט שטיין שימש בתור גבאי את מרן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי''ע" 
אויף די דריטע מצבה וועט שטיין יד ימינו של הברך משה ובונה עולמות של
תורה בבנית השיכון קרית ויואל משה בירושלים עיה''ק, אויף איינעם וועט שטיין
כיהן כראב''ד בקהלתינו קהל יטב לב, אויפן נעקסטן וועט שטיין חבר הבית דין 
דקהלתינו, אופן אנדערן מצבה וועט שטיין רב ואב''ד זענטא בנו החביב של רבינו
בעל ברך משה זי''ע, אא''וו, און מענטשן וואס וועלן דארט אריין וואנדערן וועלן פרעגן, 
וואס גייט דא פאר? קינדער וועלן פרעגן די עלטערן היתכן די נאנסטע מענטשן
פון דעם דברי יואל און דעם ברך משה ליגן עפעס מחוץ למחנה, פארוואס ליגט
נישט זריאלע גליק לעבן רבי יוסף אשכנזי?, פארוואס ליגט נישט יאנקל כהנא לעבן
רבי לייבוש לעפקאוויטש?, פארוואס ליגט נישט דער גז''ל און ליפא לעבן זייער טאטע?,
 וועט מען בהכרח דארפן ענטפערן אז קהל האט נישט געלאזט ליגן הולכי בערכאות
אינעם בית החיים ווי רבותינו הקדושים ליגן, צו דאס הייסט לחרפון ולדראון עולם?
ענטפער דו אליין...

און קים מיר נישט מיט א ענטפער אז מען וועט מסביר זיין פאר די קינדער וואס פרעגן די פראגעס,
אז די נעאלאגן אבער ליידער פארכאפט דעם בית החיים, ווייל כל זמן רובא דרובא ערליכע
אידן זענען בוחר צו ליגן אין אלטן בית החיים, איז דער תירוץ נישט אנעמבאר, און עד
היום ווען מען פארט אויף די איר אלטע בתי חיים אין די אלטע היים ווי מען האט געמאכט א מחוצה
המבדלת צעווישן די ערליכע אידן און די נעאלאגן, ווייסט א יעדער ווער עס איז אין ערליכן בית החיים
און ווער עס איז מאחורי הגדר, און די סיבה פארוואס ער ליגט דארט, 

עס קען זיין אז דאס גייט זיך אמאל טוישן?, און מען וועט אראפ נעמען דעם צוים? מעגליך!!! 
אבער עס איז גאנץ מעגליך אז נישט..,  אין לנו אלא מה שעינינו רואות, איך רעד נאר פון היום
יום, און לעת עתה זענען די וואס ליגן דארט, ליגן  "מאחורי הגדר", און דער וואס ליגט דארט
געצווינגענערהייט, בהכרח, ווייל קהל וויל זיי נישט נעמען ביי אונז, דער איז דארט מאחורי הגדר
בתור עונש ובזיון. 

ר' יונה האלפערט וואלט זיכער געוואלט ליגן נאנט צו רבותינו זי''ע, און נאנט צו זיינע נאנטע
ידידים, אין גאנץ פאללאק איז נישטא קיינער אין דעם קאליבער פון ר' יונה האלפערט, דער
נענסטער איז ר' אליעזר חיים טייטלבוים ע''ה אבער אויסער ר' אליעזר חיים האט קיין שום
עלטערער איד וואס איז געווען אדוק ומקושר לרבותינו הק' זי''ע זיך אויסגעוועלט צו ליגן דארט
אפגעזינדערט מאחורי הגדר, און גלייב מיר מידי שבוע בשבוע, טראץ דעם פרעשער פון די
זאליס אז מען זאל דייקא פארלאנגען און אינטערשרייבן אז מען זאל ליגן דארט מאחורי הגדר,
קומען צו פרישע מעמבערס, וואס זאגן אז אינטער גרויס דרוק און מעכטיגן לחץ באצאלן זיי
פאר די זאליס, און שרייבן אפילו אינטער אז מען זאל זיי לייגן ביי פאללאקס לאט, אבער למעשה 
זאגן זיי פאר קהל, אז זיי האבן מוסר מודעה געווען פאר די קינדער אז זיי ווילן אויסדריקלעך 
ליגן אינעם בית החיים צוזאמען מיט רבותינו הקדושים זי''ע, (ר' יעקב חיים רוטנער ז''ל ור'
אהרן הערש וויינבערגער ז''ל יוכיחו), 

און מיין נישט אז איך בין נאאיוו, איך ווייס זיכער אז עס וועלן זיין גאנץ פיינע אידן ערליכע אידן,
וואס וועלן באשליסן דארט צו ליגן, די שנאה צו די אהרונים און צו כ''ק אדמו''ר שליט''א וועט
איבער וועגן די זכי' פון ליגן במחיצת רבותינו הקדושים, סוף כל סוף, די בני יואל, וואס זענען
געווען אזוי אדוק ומקושר צום הייליגן דברי יואל זי''ע, אזוי ווייט אז זיי האבן שולל געווען די גאנצע
איידיע פון האבן א ממלא מקום, די שנאה צום ברך משה איז געווען נאר ווייל ער איז געווארן
דער ממלא מקום, עם כל זה האבן זיי נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו הייסן זיי מטמין זיין
אפאר מייל אוועק פון הייליגן דברי יואל, איז זיכער אז היינט צו טאג וועלן זיין מאנכע מענטשן
וואס וועלן יא באשליסן צו גיין צו פאללאקס לאט, אבער וויאזוי מעסט מען דעם דורעכפאל פון די
זאליס, איז אזוי: עס איז זייער קלאר אז אלע אהרונים וועלן אלע פארלאנגען צו ליגן אין אלטן בית החיים,
פארוואס? פשוט, ווייל זיי באלאנגען דאך דארט, די זאליס וועלן פארלאנגן  צו ליגן אין פאללאק,
ווייל זיי באלאנגען דאך דארט, איז ביז רובא דרובא נייטראלע מענטשן, וועלן קומען צו די אהרונים,
איז דאס א דורעכפאל פאר די זאליס, היינט צו טאג האלטן מיר דארט, קיין איין אהרוני וועט זיכער
נישט גיין צו די זאליס אינטערן פלויט, נייטראלע מענטשן קומען כמעט הונדערט  (100) פראצענט
צו די אהרונים, און לעת עתה קומען אפילו רובא דרובא פון די זאליס, (די וואס מען נעמט יא אן ביי
די אהרונים) צום אלטן בית החיים, און דאס א ביטערער פיל פאר די זאליס אראפ צו שלינגען, איין
ר' יעקל שווארץ ע''ה און ר' וואלף לעפקאוויטש ע''ה איז אסאך א גרעסערער דורעכפאל פאר די זאליס
ווי דער געווינס פון האבן ר' מרדכי פריעדמאן ז''ל אדער ר' משה אפרים הערשקאוויטש ז''ל, און ביז
עס וועט זיין אפילו נאר יחידים פון די זאליס וואס וועלן פארלאנגען צו ליגן אין אלטן בית החיים וועט
ליגן אין פאללאקס לאט זיין א געוואלדיגער פחיתת הכבוד.  

דאס וואס די פראבירסט מינימייזן דעם דורעכפאל און פארלוסט פון די זאליס ווען זיי האבן אזוי
מיאוס פארלוירן דעם בית החיים, און דו פראבירסט דאס מדמה זיין צום פארלוסט וואס די אהרונים
האבן געהאט מיט פארלירן ראדני, וויל איך דיר זאגן אז ס'איז בכלל אינו דומה, אמת די אהרונים 
האבן געהאט א גרויסן פארלוסט מיט פארלירן די בנינים, איז דאס אבער בכלל נישט גלייך, 
בנינים איז א באקוועמלעכקייט, א גרויסע קהילה מיט מוסדות דארפן האבן בנינים, אבער בנינים
איז ריפלעיסעבל, גלייבסט נישט? געב א קיק די אהרונים אין וויליאמסבורג? מען האט ב''ה
בנינים פאר בתי מדרשות, פאר תלמוד תורה, בית רחל, וכו', ס'קומט שווער אן? יא, אוודאי,
און טאקע דריבער שרייען מיר געוואלד אז מען זאל זיך שטעלן לדין תורה, און אויב דער באשעפער
וועט העלפן און דאס וועט זיך איבערדרייען, וועלן מיר דאך צוריק האבן די בנינים, און אויב חלילה 
נישט, האבן מיר דאך נייע בנינים, דער גרויסקייט פון אינזער רבי איז בכלל נישט געוואנדן אין 
ראדני, אדער עטרת אברהם, קיינער אין די וועלט זאגט נישט אז ר' זלמן לייב איז גרעסער פון
רבינו שליט''א ווייל ער האט ראדני, ראדני איז נישט דער באראמעטער צו מעסן דאס גדלות פונעם
רבי, און דער דברי יואל זי''ע איז נישט געווארן אויס רבי ווען היטלער ימ''ש האט עהם צו גענומען
זיינע בנינים אין די שטאט סאטמאר, ער האט אלע בנינים ריפלעיסט אין אמעריקא ביתר שאת
ויתר עוז.  

אבער ביים בית החיים איז עפעס אנדערשט, דארט טוישט זיך גארנישט, מען מאפט נישט פון
דארט צו א נייע חלקה, מען לייגט איינעם אריין און דארט בלייבט ער, מארגן, איבער מארגן,
נעקסטע יאר, און צענדליגע יארן, מען בלייבט דארט פערמענענט, דער פלעק פון ליגן מאחורי
הגדר קען זיך נישט אפ ווישן, ס'איז א מעוות לא יוכל לתקן, און דאס איז ווייטער א בחינה פון
"חרפון ודיראון עולם", לאמיר גיין איין טריט ווייטער, לאמיר זאגן אז א יאר ארום גייט זיך איבערדרייען
דאס בעלות אין בית החיים, און די זאליס גייען דאס צוריק באקומען, משה גבאי וועט ליגן לעבן
רבי יוסל אשכנזי, יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין וועלן ליגן לעבן ר' לייבוש לעפקאוויטש און ר'
סענדער דייטש, אלעס וועט ווייטער זיין ביים אלטן, מען וועט אראפ נעמען דעם כותל המפריד און ס'וועט 
באמת זיין איין בית החיים, אבער... די אייניקלעך פון ר' יונה האלפערט וועלן ארויס פארן ביים יארצייט
און פרעגען די עלטערן פארוואס ליגט זיידי אזוי ווייט פון ברך משה? ער איז דאך געווען דער גבאי?
וואס וועט מען ענטפערן? וואס פאר א פנים וועט מען טראגן?, (גראדע ווייס איך דער ענטפער, מען
וועט זיי ענטפערן דעם באקאנטן תירוץ וואס מען נוצט אויף אלע קשיות, פארוואס טאנצט מען אויף
חתונות בשנת האבל?, פארוואס איז נישטא קיין ישיבה פארטאגס?, פארוואס האבן מיר שוואכערע
ווייץ אויף מצות לפסח?, פארוואס עסן מיר מפוקפק'דיגע פלייש?, דאס אלעס האט איין תירוץ,
"אהרן טייטלבוים איז א שייגץ", דער תירוץ איז גילטיג אויף אלע קשיות). אבער דער פלעק וועט בלייבן.

איך האף, אז אצינד פארשטייסטו שוין מיין ערשטע תגובה, אז נישט יעדער וואס ליגט "מאחורי הגדר"
איז דאס א עונש, טאקע נאר ביי אזעלעכע אידן ווי ר' יונה האלפערט, ולהבחל''ח ר' עזריאל גליק,
וואלי פריעדמאן, ר' ישראל חיים מנשה, מאסרי, הערש מיילך כהנא, ראזנער, און די גאנצע גרופ.
ביי זיי איז דאס א עונש, אז זיי האבן נישט די זכי' צו ליגן במחיצת רבותינו הקדושים,
         
_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 21:57 לינק ישיר 

איך הער אז די משפחה שעמט זיך זייער מיטן פאקט אז ער ליגט ביי פאלאק.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2011 02:43 לינק ישיר 

איך האב אינגאנצן אן אנדערן השערה וואס מ'וועט זאגן פאר די דורות הבאים פארוואס די זיידעס ליגן אין א באזונדערן ביה"ח, מ'העט זיי זאגן בערך אזוי,

וויסן זאלסטו מיין טאייער קינד, אז נאך די פטירה פונעם ברך משה זצ"ל, האט די סאטמארע קהלה זיך ציטיילט אין צווייען, ווי 2 זוהנ'ען פון ברך משה האבן קונקורירט אלס אדמורי"ם, טייל חסידי סאטמאר האבן זיך אנגעשלאסן מיט ר' אהרן אין טייל מיט ר' זלמן לייב'ן, און אונזער זיידע ז"ל האט איינגעזעהן אז דער מער פאסיגער ממשיך דרך איז דער קהלה תחת נשיאת ר' זלמן לייב, און היות די אלטע ביה"ח איז מאת השם אריינגעפאלן אין די אנדערע קהלה, האט זיידיס קהלה, קהילת ר' זלמן לייב בע"כ געמוזט מקדש זיין א נייע ביה"ח פאר זייערע חברי הקהלה, און טראץ וואס זיידי ע"ה האט כל ימי חייו געהאט א שטארקע שאיפה צו ליגן בחלקת צדיקי סאטמאר, האט ער פארט מוותר געווען אויף דעם זכי', אבי זיך אנציגעהערן צו די ערליכע קהלה לפי רוחו, ווי די קענסטו טאקע זעהן מיין טאיער קינד וויפיל אנשים מכובדים ומרומים וואס ליגן אויך דא לעבן זיידי, האבן אויך מוותר געווען אויף אזא גרויסע זכי' אלס נאר ווייל בחייהם האבן זיי נאר געוואלט זיך אנגעהערן צו די ערליכע קהלה,

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 11/01/2011 02:47:26

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 04:13 לינק ישיר 

(אלס נאר ווייל בחייהם האבן זיי נאר געוואלט זיך אנגעהערן צו די ערליכע קהלה,)

אפשר קאנסטי זאגען וואס וועט מען מסביר זיין דאס אייניקעל דאס עהרליכקייט פינעם זיידענס קהלה
ערכאות
כשרות
אהרענטליכקייט
שיערי תורה
 קידוש השם (מיר טראסטען נישט דין תורהס) ענקער לאיער
 
קינדער וועט מען נישט קענען איינרעדען אזוי ווי משה האט אינז קעלבלעך איינגערעדט

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 18:02 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
איך האב אינגאנצן אן אנדערן השערה וואס מ'וועט זאגן פאר די דורות הבאים פארוואס די זיידעס ליגן אין א באזונדערן ביה"ח, מ'העט זיי זאגן בערך אזוי,

וויסן זאלסטו מיין טאייער קינד, אז נאך די פטירה פונעם ברך משה זצ"ל, האט די סאטמארע קהלה זיך ציטיילט אין צווייען, ווי 2 זוהנ'ען פון ברך משה האבן קונקורירט אלס אדמורי"ם, טייל חסידי סאטמאר האבן זיך אנגעשלאסן מיט ר' אהרן אין טייל מיט ר' זלמן לייב'ן, און אונזער זיידע ז"ל האט איינגעזעהן אז דער מער פאסיגער ממשיך דרך איז דער קהלה תחת נשיאת ר' זלמן לייב, און היות די אלטע ביה"ח איז מאת השם אריינגעפאלן אין די אנדערע קהלה, האט זיידיס קהלה, קהילת ר' זלמן לייב בע"כ געמוזט מקדש זיין א נייע ביה"ח פאר זייערע חברי הקהלה, און טראץ וואס זיידי ע"ה האט כל ימי חייו געהאט א שטארקע שאיפה צו ליגן בחלקת צדיקי סאטמאר, האט ער פארט מוותר געווען אויף דעם זכי', אבי זיך אנציגעהערן צו די ערליכע קהלה לפי רוחו, ווי די קענסטו טאקע זעהן מיין טאיער קינד וויפיל אנשים מכובדים ומרומים וואס ליגן אויך דא לעבן זיידי, האבן אויך מוותר געווען אויף אזא גרויסע זכי' אלס נאר ווייל בחייהם האבן זיי נאר געוואלט זיך אנגעהערן צו די ערליכע קהלה,

אין דאס קינד וועט ענטפערן, טאטי! האו קאם בערעלע לעפקאוויטש'עס זיידע וואס איז אויך מיט ר' זלמן לייב'ס קהילה, פארוואס ליגט ער יא מיטן ויואל משה אין איין בית החיים? און אזוי אויך נאך יונגלעך פון מיין חדר וואס זייערע זיידעס און באבעס האבן באלאנגט צו רבי זלמן לייב'ס קהילה און דאך ליגן זיי נישט אינטערן צוים, יודעלע שווארץ'ס זיידע, וואס איז אפילו געווען א בני יואל, און דאך ליגט ער מיט דע ויואל משה, משה'לע גראס'עס באבע האט מען אויך געלייגט אין די בית החיים מיט דע ויואל משה, כאטש זיין זיידע איז גבאי אין דע גרויסע שול אויף ראדני, און איך האב אליין געזען זיין זיידע געבען א קיש פאר דע רבי, סא, פארוואס קען אינזער זיידע נישט זיין מיט רבי זלמן לייב'ס קהילה און דעסטוועגן ליגן דארט ווי אלע זיידעס און באבעס ליגן, יא, איך האב שיעור נישט פארגעסן, חזקי וויינבערגער'ס עלטער זיידע און עלטער באבע, ליגן אויך דארט פאר די געיט, כאטשיג זיין זיידע  איז א חבר הבית דין ביי דע רבי, טאטי, עפעס זאגסטו מיר נישט דע אמת, אלע יונגלעך טשעפען מיט מיר אין חדר, זיי שרייען מיר גיי צו פאללאק, פונקט אינזער זיידע האט מען געדארפט לייגן אינטער דע געיט.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 18:24 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:

נשלח ב-11/1/2011 19:19 לינק ישיר 

מיין קינד טייערע ווייל זייער זיידעס האבן באצאלט מעמבערשיפ פארן מהר''א'ס קהילה, נאר צו קענען ליגען אין איין ביה''ח מיט רבינו הק', אבער אונזער זיידע איז געווען א איד וואס איז געווען אויסגעקאכט אינ'ם ויואל משה, און ער האט פארשטאנען אז דורך דעם וואס ער איז אן אפציעלע מעמבער אין א קהילה, איז מען א גאנצע שותף אין אלע זייערע מעשים, און אונזער זיידע זאל מיען אין לעכטיגן ג''ע, איז געווען א מסירת נפש איד און א בר דעת, ער האט נישט פאר כבוד המדומה געוואלט האבען קיין שייכות, און זיין א שותף מיט א קהילה וואס......(דא וועט דער זלונישע טאטע מסבר זיין פארן אייניקעל א שיינע פאר שעה)

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 20:23 לינק ישיר 

קלארמאכונג: די שאלה ותשובה וואס איך בין משער איז צווישן א פאלנער טאטי אין א קינד בשנת תתכ"א

יענקעלע'ס תשובה קוקט מיר ענדערש אויס ווי א דעבאטע צווישן שמואל ווידער אין יעקב שמשון גאלד בשנת תשע"א אין די סאטמארע מקוה

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 20:51 לינק ישיר 

ניין, דער דיבעיט צעווישן טאטע און קינד, קען זייער
מעגליך זיין שוין תשע''ב ביי די ערשטע יארצייט פון
ר' יונה האלפערט ע''ה, און דער דיבעיט איז אויסדריקלעך
צעווישן א טאטע און א חדר יונגל, ווייל אויב ווילסטו הערן 
די דיבעיט צעווישן דעם טאטע און דעם קווינס בחור/אייניקל? 
דאן וועט דיר פשוט שלעכט ווערן, פון די דיבורים פון א קווינס בחור.

אגב, יעקב שמשון גייט נישט אין איין מקוה מיט ר' שמואל ווידער,
און יעקב שמשון האט נאך תשע''א נישט אריין געטרעטן אין די
סאטמארע מקוה...  

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 20:52 לינק ישיר 

אויב די פראבלעם זאל זיין וואס א טאטע וועט זאגען פאר א קינד
איז א שאד יעדעס ווארט
מ'וועט זאגען פארען קינד, פינקט ווי בג''ץ, ערכעות, סירוב לדי''ת, מפוקפוקדיגע ווייץ, זולזול בטהרת המשפחה, מסירה, כו'  איז געווארען א מצוה,  איז מאחורי הגדר נאך חשוב'ער ווי ליגען במחיצת פין רבין

אז די קוקסט אין 50 יאר ארום, דעמאלטס גייען צענדליגע זאכען זיין אנדערש

די מציאות איז
אז צילוב די א''ד סיבה לייגט מען דארט אדער נאר סוסייד זאלי'ס אדער מענטשן וואס קהל וויל נישט לייגן אין ביה''ח ציליב זייער היסטארי אדער ציליב די תקנות פין די חברה קדישא - אריינגערעכנט מענטשן וואס וואלטן אפשר געדארפט באקומען מכובד'דיגע פלעצער
אין ציליב דעם זענען די זאליס די איינציגסטע קהילה וואס דארף ארומלויפן צו זייער אייגענע מענטשן מיטן גיטן אין בייזן אז מ'זאל אינטערשרייבן אז מ'וויל דארט ליגען
אין וועגן דעם זענען דארט 80/90 פראצענט נפטרים יונגערע מענטשן אין בלויז איינצעלנע זקנים

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2011 21:19 לינק ישיר 

מיינע טייערע פריינט;

יעדער דא ווייסט אז אויב ר' יונה וואלט נאר – אן ארויסרעדן א ווארט – נאר א בלינק געטוען צו שלמה שמש און אים א שלעפ געטוען צו א זייט – און אים ריינגערוימט אין די אויער,

 "ליסטען היער, פאליטיק איז פאליטיק, אבער ריעל סטאָפ איז סיריעס ביזנעס:

"יאַך וויל ליגן אין'ם אלטן ביה''ח!"
וואס עס וואלט נאכגעקומען ווייסט איר אלע זייער גוט, ער וואלט באקריגן אלעס, אפי' אויפ'ן דאך פון'ם אוהל –אויב ער וואלט געוואלט – וואלט ער געקאנט ליגן.

אלע ארונים וואלטן טריאומפירט, די בלאט וואלט ארויסגעגיבן א באזונדערע ביילאגע, א קלייניגייט? אפי' דער וואס האט געקעמפט ווי א לייב פאר ר' זלמן לייב, וויל אויך נישט ליגן דארט!?

טא, וואס פעלט צו דרשנ'ן און דרשנ'ן, עונש ארויף אראפ, און שפילן בת-היענה?

 פאר אלע יודן אזא עונש...

"רצונו של אדם זה כבודו" = דאס האט ער געוואלט, און דאס האט ער באקומען!"

דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/1/2011 21:45 לינק ישיר 

סטראבערי, ר' יונה האט טאקע פראבירט צו ווינקען צו שלמה שמש,
און מען האט עהם געוויזן ווי ער באלאנגט, לאו דווקא אויפן דאך
פון אוהל, נאר עטליכע הונדערט פוס אוועק פון אוהל, דארט
אינטערן פלויט,

סטראבערי, לעטס געט סיריעס, האלסט טאקע אז די אהרונים וואלטן
געלאזט ר' יונה ליגן אין אינזער בית החיים?, ווייל אויב יא, דארפסטו
גענייטיג א אינטערזיכונג, די אלע אנשי רשע ומחוצפים, און די אלע
הולכי לערכאות והולכי להבג''ץ ווייסן זייער גיט, אז ווי לאנג די אהרונים זענען
די לעגאלע בעלי בתים פונעם בית החיים, איז זייער פלאץ אינטערן פלויט,
און טאקע מהאי טעמא זיצן זיי אין קארט, זיי ארבייטן זייער שווער צו באזיגן,
דעם "רצונו של אדם הוא כבודו", זיי גייען נישט צו פאללאקס לאט ווייל
רצונו של אדם הוא כבודו, זיי גייען אהין ווייל דא לאזט מען זיי נישט ביי אונז,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2011 23:33 לינק ישיר 

סטראבערי, לאז מיר מאכן א טעסט

עזריאל גליק איז נאך אלס היסטארישקייט מער ווי ר' יונה (נישט מיט חשיבות, חשיבות איז ר' יונה מער, איך רעד אלס היסטארישקייט פון משב"ק וכו') ער איז דאך געווען משב"ק סיי ביים דברי יואל און סיי ביים ברך משה

זע עזריאל זאל ווינקען שלמה שמש (וואס איז דאכט זיך זיין נעפיו) און קוק ווי ער וועט אנקומען

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 02:31 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:
 
ניין, דער דיבעיט צעווישן טאטע און קינד, קען זייער
מעגליך זיין שוין תשע''ב ביי די ערשטע יארצייט פון
ר' יונה האלפערט ע''ה, און דער דיבעיט איז אויסדריקלעך
צעווישן א טאטע און א חדר יונגל, ווייל אויב ווילסטו הערן 
די דיבעיט צעווישן דעם טאטע און דעם קווינס בחור/אייניקל? 
דאן וועט דיר פשוט שלעכט ווערן, פון די דיבורים פון א קווינס בחור.

אגב, יעקב שמשון גייט נישט אין איין מקוה מיט ר' שמואל ווידער,
און יעקב שמשון האט נאך תשע''א נישט אריין געטרעטן אין די
סאטמארע מקוה...  

מיר פארלאנגען צו הערן דעם דיבעט פונעם טאטע מיט דעם קווינס בחור.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער עונש פון א משב''ק מחוצף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.