בית פורומים כל העולם כולו

דער עונש פון א משב''ק מחוצף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2011 04:55 לינק ישיר 

איך וויל ענק נישט אויפרעגן, אבער אז מ'רעדט דא מיט אזא ברייטקייט אויף חשוב'ע יודן רופנדיג אים 'מחוצף' - 'נענש'.
*
How About.....?

הא אבאוט, איך זאל ציען א פאראלעל פון וואס מ'שרייבט דא אויף ר' יונה'ן, צום סאטמארע רבי'ן וואס איז אקארשט צוריקגעקומען פון פאלם-ספרינגס, און ווייזן מיט'ן אינדעקס פינגער,
קוקטס, הנה, אזוי זעהט אויס א קינד וואס איז זיך מתחצף פאר'ן טאטן!,
ער האט געהאט אלעס!, און ווייל ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו 'שעהרן' מיט'ן ברודער, און אים לאזן ווערן רב אין וויליאמסבורג, 
איז ער נעבעך ביטער נענש געווארן, און געפלויגן מאחורי הגדר 
  • פון'ם ביהמ'''ד ווי די 2 צדיקים האבן געדאווענט 
  • פון'ם הויז ווי די טאטע ז''ל האט געוואוינט 
  • פון אלע גבאים סיי פון'ם רבי'ן, און סיי פון'ם ברך משה
  • פון  אלע סאטמארע ביהמ''ד אין וומ''ס, מאנסי, מאנטריאל, י-ם, אנטווערפן, 
  • פון אלע מוסדות אין וומ''ס
  • פון זיך קענען רופן אדמו"ר סאטמאר, אן דארפן צולייגן אייביג דעם שעימפולן פיל: מהר''א
ווייל אז נישט פרעגט מען וועלכע?



תוקן על ידי סטראבערי ב- 12/01/2011 05:02:15





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2011 05:40 לינק ישיר 

איך בין אביסל סורפרייזד ווי די ארונים זענען דא אזעלעכע אומגלויבליכע בת היענה'ס, עס איז אזוי בולט די ספינעריי, אז דער נאיווסטער מענטש פאלט נישט פאר די סארט ספינס, כאילו זיי זענען גאר געווען די וואס האבן אנטזאגט ר' יונה צו ליגן און אלטן חלקה, ס'יענס געלעכטער, קיין ספק בעולם אז זיי וואלטן איינגעלייגט אלעס אין די וועלט צו האבן ר' יונה ז"ל, און עס ברויך נישט קיין ראוית והסברים, מ'זעהט בחוש ווי זיי ווערן זייער אומאייגענעם, ווען מ'זעהט אזא איש מכובד זאל מרצונו הטוב בוחר זיין דוקא צו גיין צו א נייע ביה"ח, אז ס'ברענגט זיי צו היפש דעספרעט און נידריגע טאקטיקן, ווי משפיל זיין אזויפיל אנשים חשובים וואס זענען שוין בעלמא דקשוט, אלס נאר ווייל זיי האפן נאך אלס מיט דעם צו אנטמוטיגן אנדערע נישט צו גיין אהין, איך ווייס איין זאך, איך בין אויפגעוואקסן מיט אזא אינסטינקט אז מ'רעט נישט אדער מקטרג אויף קיין מענטשן וואס זענען שוין אין גן עדן, אפגערעט פון אייגענע היימישע פרומע אידישע ברודער אנשים אחים, אידן יראים ושלמים,

אויסערדעם, אויב לשטיתתכם איז ר' יונה געווען א מחוצף, איז דאך טאקע זה הוא וואס מאכט דער נאייער ביה"ח א חלקת בזוי, טאקע בלויז נאר ווייל ס'ליגן דארט די סארט אידן, ווייל אויסער די פאליטיק זענען עטס דאך מודה אז די אידן זענען קיין טראפ שוואכער ווי אנדערע אידן יראים ושלמים, נו וואס איז די גרויסע חידוש אז ר' יונה איז נענש געווארן פארן זיין א מחוצף, ווען ר' יונה וחביריו וואס ליגן דארט וואלטן נישט געווען לשיטתכם קיין מחוצפים וואלטן דאך ענק אויך מודה געווען אז דער חלקה איז א מקום מכובד, פונקט ווי קיינער וואלט נישט געדארפט מסביר זיין מיט געדרייטע פשט'לעך די עונש פון א רוצח וואס מ'האט איהם געהאנגן אינמיטן שטאט, דאס זעלבע דא, אויב ס'ווען אזא דבר פשוט אז דער נייער ביה"ח איז א מקום בזוי, צו וואס די הסברים? נאר וואס דען, ס'איז זייער אבוויעס אז יעדעס מאל א איש מכובד איז דוקא בוחר צו גיין אונעם נייעם ביה"ח, ברענט די הויט פון די אהרונים, אז מ'מוז לויפן דערמאנען און ספינען אז דער מקום איז א מקום בזוי און יענער איז נענש געווארן,

עפענטס ענק די אויגן קומטס שוין צו די הכרה אז ס'העלפט נישט קיין פודינו, און טראץ וואס טאקע פולע חסידי רז"ל האבן נאך נאטורליך א הרגש צום אלטן ביה"ח - און פארדעם פאראבעטן זיי טאקע וועלטן עס צו צוריקבאקומען-, עכ"ז זענען דאס רוב חסידי ר' זלמן לייב גרייט צו מוותר זיין אויף דעם הרגש וזכי' אלס נאר ווייל זיי ווילן נישט האבן קיין שייכות צו קהלות ר' אהרן,

און אויב קינדער וועלן פרעגן קשיות, וועט עס ענדערש זיין:

טאטי, וואס איז אזוי שלעכט געווען מיט די קהלה פון ר' אהרן אז אזוי פיל ערליכע אידן אזוי ווי זיידי ז"ל מיט נאך, האבן מוותר געווען אויף אזא גרויסע זכי' אבי נישט צו האבן א שייכות מיט זיי?


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 12/01/2011 05:43:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 17:53 לינק ישיר 

אוי סקאט

דיין לעצטע שאלה איז א ציפעדיגע שאלה וואס מיינע קינדער פרעגן שוין היינט ואין עונה אותם

וואס איז געווען ר' אהרן'ס פראבלעם תשמ"ה, היינט איז דאך אלע פראבלעמען נאר פון נאך תשמ"ה, אבער וואס איז געווען דעמאלטס?

אם תמצא לומר וויזניץ?

האט דאס עפעס שוואך געמאכט די מלחמה קעגן ציונות?

דעמאלטס האט מען געקענט איינרעדן באבקעס וואס ס'גייט זיין, היינט ווען מען קוקט צוריק זעט מען אז ס'איז געווען סתם דמיונות און שקרים

פארקערט, ווען וויל זען צווישן תש"מ און תש"ע וועלכע יאר ס'איז געווארן קאלט דאס גאנצע ענין פון ציונות מיט פראטעסטן זעט מען אז דאס ענדערש געווארן תש"ס ווען ס'איז געווארן א חלוקה

 

און היינט ווען מען פרובירט איינרעדן די קינדער נאך אלץ מיט די לגיונות אז ער איז משנה פון רבין ז"ל און פארדעם קומט מען צו רז"ל, 50 יאר ארום וועלן זיי אויך קוקן היסטאריע און וועלן זען אז מען האט זיי סתם איינגערעדט מעשיות

 

נעבעך, א רחמנות אויף זיי

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 19:20 לינק ישיר 

סקאט

גראדע אגרי איך מיט דיר דעם פוינט אז ס'נישט אויסגעהאלטן צו רעדן אויף קיין מתים
אבער מיט דעם חלק וואס פאר חשיבות/בזיון זייער ביה''ח האט כלפי דעם אלטען לייקענסטו טרוקענע פאקטן
די ווילסט פאר סיי וועלכע סיבה ריינוואשען יונה האלפערט ע''ה אבער קענסט נאך פאר דעם נישט פארדרייען קיין מציאות


לו יהא אז די זאליס זאלען האבען אביסל שכל אין מאכען די נייע ביה''ח אלס א נייע ביה''ח א שטייגער ווי נאך א חלקה אופן הר המנוחת, ווי טייל זאליס ווילן עס יעצט אויפשפילן אין זייער פקדתו שמרה פארום מיט א גאנצע פשעטל אין געבן א נאמען די בארדיטושב בארג ''הר יואל'' - א שטייגער ווי ככר השבת אין וומ''ס (ווער געדענקט?)
 וואלט עס געווען א נייע חלקה פין די זאליס אזווי די ווילסט, ווי יענקעלע האט שוין ארויסגעברענגט,
עס וועט טאקע נישט האבען אזא חשיבות ווי א ביה''ח במחיצות רבותיה''ק
ווי אלע חסידי סאטמאר האבען זיך געלאזט קאסטן צו ליגן די לעצטע 30 יאר
אבער עס וואלט אפשר כאטש געהאט די זעלבע חשיבות ווי ניו זשורזי אדער כאטש ווי בני יואל , ווען מ'קוקט נישט אויפן פאקט מיט וואס פאר א ציהל די ביה''ח איז געגרינדעט געווארען
אבער כל זמן וואס זיי הענגן צעטליך אין נאמען פין זייער ליצנות'דיגע פורים בי''ד אז אלעס איז איינס
נאכדערצו ווען די פורים דיינים גופא לייגן זייער אייגענע עלטערן אין אלטען ביה''ח
קומט אויס אז פאללאקס איז 'טרוקן' מאחורי הגדר... אן קיין שום הסברים
חוץ אויב די וועסט לייקענען אז ס'איז בכלל דא א גדר

אין נאר וועגן דעם דארפן די זאליס אזוי שטארק מארקעטן זייער ''בית החיים'' אין ארומלויפן צו אלטע יודן מיטן גיטן אין בייזן מ'זאל אינטערשרייבן אז מ'וויל דארט ליגען - א זאך וואס מ'זעהט נאר ביי די מאדערענע זשאויזש סעמעטעריס

אין לגבי חברה קדישא
זיי האבען קיינמאל ניטש פראבירט צו בעטן יונה'ס קרובים מ'זאל אים לייגען אין די אלטע ביה''ח
די חברה קדישא האט נאך קיינמאל נישט געבעטן א מענטשן מ'זאל קומען אדער ענדערש לייגן אין ביה''ח
ס'איז בלויז א PR ספין פין די זאליס, צו פארענטפרן זייער קינדערישע PR
אז די ווייסט פין אפי' פין איין פאל לאמיך הערן, אדרבה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2011 20:30 לינק ישיר 

סקאט, האסט א פארשטאפטן קאפ? אדער עפעס א פראבלעם מיט הבנה?
אדער שפילסטו דא עפעס א געים? עפעס האב איך א פילינג אז דו ביסט בכלל נישט
מחולק מיט מיר, דו האסט נאר ליב ווען מען חזר'ט איבער דעם פליק וואס די זאליס האבן
באקומען,


פארן אלגעמיינעם זאלי עולם איז דער זאלי בית החיים טאקע נישט קיין מקום בזוי, און פונקט ווי
ר' גרונם פון בעלז ליגט אין בעלז, און ר' שמעלקא פון וויזניץ ליגט אין וויזניץ איז פארשטענדליך
אז ר' מאיר פון די זאליס וועט ליגט ביי די זאליס, און דאס איז ביי עהם נישט קיין בזיון, ער באלאנגט
אין זאלי לענד און זיין פלאץ איז ביי די זאליס, ווייל אויב וואלט ער געוואלט ליגן ביי די אהרונים,
וואלט ער באצאלט ביי די אהרונים אין דארט ליגן, איז דאס אויב וויל מרצונו הטוב
גיין צו די זאליס איז דאס ביי עהם בכלל נישט קיין בזיון, וויאזוי שרייבט סטראבערי?
רצונו של אדם הוא כבודו, און דער מציאות איז אז ביז היינט האט זיך טאקע ארויסגעוויזן
אז רוב זאליס ובפרט די עלטערע אידן פארלאנגען קלאר אז זיי ווילן ליגן אין אלטן
בית החיים, ביי זיי איז ליגן מיט רבותינו הק' יא עפעס א זכי', און די יחידים וואס האבן
מחליט געווען צו גיין ליגן ביי זאלי חלקה, און דאס איז מרצונם הטוב, איז דאס נישט
קיין בזיון, ביז אהער פארשטייסטו? זענען מיר ביזדערווייל אויפן זעלבן פעידזש?

דאס אלעס איז געזאגט געווארן ביי די וואס האבן א טשויס, ס'איז בידם מחליט צו זיין 
אימינה אדער אשמאילה, אבער ביי די וואס האבן נישט קיין ברירה, ווי למשל די תשעה
הולכי לערכאות, וואלי פריעדמאן וסייעתו, וואס איז קלאר אז קהל האט זיי ארויס 
געווארפן פון מעמבערשיפ און האבן געזאגט קלאר אין די קארט פאפירן אז זיי קענען
נישט ליגן אין בית החיים מיט רבותינו הק', און די הולכי לערכאות פארפירן אין קארט אז
זיי ווילן אויסדריקלעך נאר ליגן במחיצת רבותינו, און ווען דער קארט האט זיי געשיקט 
לעזאזל, האבן זיי געמאפט אינטערן פלויט און אנגעהויבן צו שרייען אז ס'איז איינס און זיי
ליגן יא צוזאמען מיט רבותינו זי''ע, פאר די דאזיגע מחוצפים איז דער נייער זאלי בית החיים
אויסדריקלעך אינטערן פלויט און א בזיון גדול דארט צו ליגן, זיי גייען נישט אהין מיט א בחירה,
ווען זיי קענען, וואלטן זיי געקומען ליגן אין אלטן בית החיים, על כל פנים אזוי שרייען זיי, און מיט
גיין מאחורי הגדר און שרייען אז באמת זענען זיי יא מיט רבותינו, מאכט זיי ללעג ולקלס בעיני כל
ישראל, 

איך מיין אז ביז דערווייל איז אלעס קלאר און לכאורה לויט דיינע פריריגע תגובות ביסטו מיט דעם
אלעם לכאורה מסכים, יעצט לויט ווי איך פארשטיי איז די פראגע אויף ר' יונה האלפערט, האט
ער געהאט א ברירה צו ליגן אין אלטן בית החיים און מרצונו הטוב בוחר געווען צו ליגן אין פאללאקס
לאט?, אדער איז ער אין די קאטאגאריע פון עזריאל גליק, משה גבאי, וואלי פריעדמאן, מאסרי,
הערש מיילך כהנא, ראזנער, דער גז''ל מיט זיין לישקע, וואס קהל האט זייער קלאר באשלאסן
בכתב אז זיי האבן נישט קיין רשות קבירה אין אונזער בית החיים, וואס ביי זיי איז דאס קלאר א עונש
און א בזיון נישט צו קענען ליגן במחיצת רבותינו זי''ע, איז די פראגע, איז ר' יונה געצווינגען געווען
צו גיין אינטערן פלויט, אדער איז געגאנגען מרצונו הטוב.

איז דער תירוץ זייער קלאר, און ר' יונה האט באקומען דעם מעסעדש  פון קהל, אז נאך דעם טרויריגן
א' חיי שרה ווען דער חצוף מחוצף האט ארויף געטראגן דעם הייליגן ברך משה זי''ע ביי די באקאנטע
מזרח, מערב צפון ודרום, דרשה, ווען דער ברך משה איז נתבזה געווארן בפני עם ועדה מיט בזיונות
עצומות עד אין לשער, יא, דעמאלטס ווען הרה''ח ר' לייבעלע קארפן שליט''א וואס איז געזעצן לעבן מיר
האט אנגעהויבן צו וויינען און געזאגט אז ווער ס'האט ארויף געטראגן דעם רבין אויפן ארון קדוש
און גורם געווען דעם ביטערן עלבון התורה וועט פון גיהנום קיינמאל נישט ארויס, און דער יונה האלפערט 
אונזער באקאנטער שוכן עפר איז דאן געווען פון די אנפירער, און ביי דעם דאזיגן אקט האט ער פארלוירן
די רעכטן פון צו זיין א מעמבער און האט פארלוירן דעם זכות קבורה ביי אונז אין בית החיים, און אויב 
האלסטו אז אויב וואלט ר' יונה געוואלט קומען צו אונז וואלטן מיר עהם געכאפט בשני ידים, ביסטו פשוט
נאאיוו און צוריק געבליבן, כל המחלל  שם שמים בסתר נפרעין הימנו בגלוי, זיין א שוכן עפר מאכט נישט
פארגעסן דאס רשעות און אכזריות פון דעם מענטש, סקאט, האב נישט קיין פאראיבל, איך רעד נישט אויף
א מענטש וואס איז שוין אין גן עדן, ווייל ר' יונה וועט אין גן עדן נישט זיין אזוי שנעל, פון איך ווייס, וועסטו 
פרעגן?, איך ווייס, אז פאר מצוות ומעשים טובים באקומט מען גן עדן, און פאר רשעות ואכזריות גייט
מען אין גיהנום, און ווער עס גלייבט אין שכר ועונש קען מיט מיר נישט מחולק זיין, אויסער אז ער איז 
א פינסטערער בלינדער זאלי, און לויט ווי איך ווייס ביסטו ווייט פון צו זיין א פינסטערער און בלינדער זאלי.   


 


תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 12/01/2011 20:36:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 21:46 לינק ישיר 

 
ווייסט וואס,
for argument sake
וועל איך דיר נאכגעבן אין אנעמען אז די ארונים האבן געלאזט וויסן ר' יונה אז ער קען נישט ליגן אין די אלטע חלקה, מסכים,
און לאמיר אויך אנעמען אז פאר אזא קאליבאר ווי ר' יונה איז ליגן אין די נייע חלקה נישט לפי כבודו, אבער פאר שאר הזאלונים איז עס יא גענוג בכבוד'יג
מסכים מיט דעם אויך

מיינט דאך דאס אז ר' יונה האט נאך בחייו געוויסט אז ער גייט ער נישט ליגן אין די אלטע ביה"ח,

סא, וואס קלערסטו האט ר' יונה געקלערט ווען ער האט באקומען די נייעס, איך שטעל מיך פאר בערך אזוי:

"ס'טוט מיר טאקע זייער באנג אז איך וועל נישט ליגן לעבן מיינע באליבטע רבי'ס און פריינד, אבער זאל דאס זיין א כפרה פאר מיינע עבירות, גם זו לטובה, איך האב שוין געהאט סך ארגערע מיטמאכענישן אין מיין לעבן, איך וועל זיין זייער ציפרידן צי ליגן בתוך עמי, צווישן וואוילע ערליכע אידן פון מיין קהלה, און א ביה"ח וואס איז גארנישט ארגער ווי שאר בתי חיים בכל הדורות, כל זמן וואס איך ווייס אז בחיים חייתי האב איך זיך געפירט בדרך התורה לפי השגתי, און איך וועל חלילה נישט מוותר זיין אויף אידישקייט פרינציפ'ן צוליב די כבוד והרגש פון ליגן נונט צו מיינע רבי'ס, און זאל דאס טאקע זיין א הוראה פאר מיינע קינדער און דורות הבאים, אז דער עיקר פון א מענטש לעבן איז נישט די הרגש פון ווי נונט מ'ליגט צו די רבי'ס וועלכער שורה, דער עיקר איז אז ווען מ'לעבט זאל מען זיין נונט צום אייבירשטן, ווייל אויף יענע וועלט איז דאך ממילא עליונים למטה ותחתונים למעלה,"



תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 12/01/2011 21:46:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 23:32 לינק ישיר 

סקאטמאלען

יש''כ פאר גוט ארויסברענגען מיין פוינט,  ר' יונה איז געווען אן ערליכע ער האט געטון בחיו וואס ער האט פארשטאנען אז עס איז על פי תורה, נישט קענען פארדעם ליגען אין ביה''ח הישן איז אים די גרעסטע כבוד, ס'וויזט אויף זיין מידת האמת וואס ער האט געלערענט פון זיין רבין די ברך משה ז''ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2011 23:43 לינק ישיר 

די מנהל קען אראפנעמן די אשכול אבער יענקל11 פארמאך דיין שמוציג פיסק, ווער ביסטו? מיינסט אז מען האט שוין פארגעסן די בילד וואס די האסט אמאל דא בטעות ארויפגעלייגט,
(סארי פארן דערמאנען אבער אויב איינער רעדט אזוי אויף א שוכן עפר קען איך מיר נישט איינהאלטן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/1/2011 23:58 לינק ישיר 

סקאט, מיינסט צו זאגן אז ר' יונה האט מקבל געווען באהבה זיין עונש,
מעגליך!, אצינד זעה אז די איבעריגע מחוצפים און עזות פנימער זאלן
אויך מקבל זיין באהבה זייער עונש און זאפארט ארויס פון קארט וואס
איז א חילול השם איום ונורא, און די מצוה רבה פון מקבל זיין באהבה
איז א מצוה הבאה בעבירה מיט הרמת יד בתורת משה,

אגב, אין מיין בוק איז דאס נישט קיין שום קבלת העונש באהבה, נאר
ר...... אפילו בפתחן של גיהנום אינם חוזרין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:01 לינק ישיר 

דאס איז וואס איך האב געשריבן אין אן אנדערע פארום. איך מיין עס איז כדאי דא עס נאכצוברענגען


ברךמשהחסיד כתב:
עס איז בכלל נישט קיין "כבוד" אפילו נישט קיין כבוד המדומה צו ליגן אין א חלקה בגזילה, און ס'איז בכלל נישט קיין טובה פאר א נפטר
. גזילה פון וועם? ווער האט דאס געהאט אז מ'האט דאס גע'גזל'ט? עס האט אייביג געהערט פאר די ראשי הקהילה חסידי ותלמידי רבינו בעל ברך משה, און עס איז ווייטער געבליבן. חסידי ברך משה האבן אייביג געהאט איינס און די בני יואל האבן אייביג געהאט איינס, דו ביסט א ברך משה חסיד קיינמאל נישט געווען, אפשר ביסטו געקומען צו אים פון תשנ"ט זיך צו פרייען בצרתו, אבער מיט א קוויטל נישט, און קום מיר נישט איינרעדן קיין שטותים.

די בית החיים האט אייביג געהערט צו זיינע חסידים און עס איז דארט געבליבן, אונז לערנען פון די ברך משה זייער אסאך, מיין רבי רעדט פון דעם אגאנצן צייט, מיין רבי האט געהאלפן זיין יענקי ברודער צו מאכן געלט אויף די ברך משה חשבון אפילו נאך די מחלוקה. מיין רבי ארבעט ארויסצוגעבן נאך ספרים פון זיין טאטע,מיין רבי געט בנינים נאך זיין טאטע, (משא"כ בנין יאקאבוויטש אין קווינס והדברים ידועים) מיין רבי'נס חסידים געבן ארויס די משה היה רועה, מיין רבי'נס חסידים לערנען און צינדן כסדר ליכט לטובת נשמתו, און מיין רבינ'ס חסידים לערנען ברך משה און נישט נאר מאכן געלט אויף דעם.

אלזא עס איז אייביג געווען צווי בתי חיים, איינס פאר חסידיו און איינס פאר מתנגדיו. סאו וכאן הבן שואל, פון וועם האבן דיר דאס צוגענומען? יא! מיר האבן נישט געלאזט אז אויך דאס זאלן זיינע מתנגדים צונעמען.
די נייע חלקה איז זייער א חשוב'ע חלקה, און פונקט ווי דער המנוחות, און דער הר הזתים אין ירושלים, עפנט מען שטענדיג נייע חלקות, ווי מען לייגט פרישע נפטרים ב"מ, פונקט אזוי אין קרית יואל האט מען געעפנט ניי חלקות, ווי מען לייגט ערליכע אידן אנשים חשובים, בלי שום שאלות של גניבה וגזילה, און ס'איז זייער א חשוב פלאץ.

וואס דאס פארגלייך? דארט עפענט מען ווייל עס איז ליידער נישט דא קיין פלאץ, אויב דו וועסט פארקויפן א חלקה נעבן די הייליגע בעלזא רב זי"ע פאר א בעלזא, מחנובקא חסיד, וועט ער עס אפקויפן בכל הון דעלמא, זיי מאכן נישט אוועק דאס אלטע פלאץ.
לגבי הרה"ח ר' יונה ע"ה, דער משב"ק, וואס אויף דעם שרייבן די אהרונים אז העטעך פעטעך מען וואלט אים געלייגט נעבן ר' סענדער דייטש, אויף דעם וואלט מען אפשר געקענט זאגן כבוד המדומה.
אינטערעסאנט אז פאר די כבוד המדומה איז געווען צענדליגע דיני תורה אינדערהיים וועגן חלקות, און סיגוט אליינס איז געווען א געטיעכטס ווי צו לייגן ר' משה ארי' ביז מ'האט געבויעט אן אוהל דערנעבן. ליגן אין די חלקת הרבנים און נישט מאוחרי הגדר איז שוין געווען אין די גמרא'ס צייטן אז די גמרא גערציילט אז מ'האט געלייגט איינע פון די אמוראים מאוחרי הגדר אנשטאט א מסור, צוליב דעם וואס מ'האט אויפגעשטוישט די ביידע מיטות. האט די אמורא געקומען צו זיין תלמיד אין חלום און פארציילט אז ער איז נענש געווארן צוליב דעם וואס ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם, און דאס איז געווען זיין עונש, משא"כ די אנדערע מסור האט אמאל געדארפט צו האבן א סעודה פאר'ן קייזער און די קייזער איז נישט אנגעקומען האט ער געטיילט די סעודה פאר ארעמעלייט און דאס איז געווען זיין שכר. עס איז געווען אן "עונש" צו ליגן נישט אין די חלקת הרבנים, און עס איז געווען א "שכר" צו ליגן יא אין די חלקת הרבנים.

די זעלבע איז ר' יונה, ער האט באקומען אן עונש נישט צו ליגן נעבן די רבנים ווייל ער האט געזעהן ווי אזוי מ'פארשעמט א תלמיד חכם און ער האט געשוויגן, אפילו ער איז געווען א תלמיד חכם און אן ערליכן איד.

במילא פארדריי נישט א קאפ מיט כבוד המדומה. ווייל אויב יא
וואל
ט ער ווען געקענט ענטפערן גראד כבוד המדומה און נישט וועגן ער האט געזעהן ווי אזוי מ'איז מבזה א תלמיד חכם


אבער ווי יעדער ערנסטער מענטש פארשטייט איז סתם שטותים צו מעסטן די זאכן לויט כיבודים, און ווער זאגט איז ס'איז נישט חשוב'ער צו ליגן נעבן הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש ע"ה. קענען מיר דען שאצן ווער ס'איז גרעסער אדער קלענער?

איין זאך איז זיכער אז ווער ס'איז עוסק בתורה וביראה אזוי ווי ר' יונה, אזא איינער איז אסאך חשוב'ער ווי איינער וואס רעדט זיך איין אז ער וועט ליגן נעבן דעם אדער יענעם, וואס די זאכן העלפן גאנץ ווייניג.

און נישט ליגן און גע'גנב'טע קרקע האט אויך א ספעציעל חשיבות.



און וועגן וואס דו האסט געשריבן אז איינצעלע יחידים. דאס איז נישט קיין איינצעלע יחידים, דאס דארף זיין דיין רבי און מורה דרך, די וועלכע האבן אינטערגעשריבן אז מ'זאל באגראבן אין פאלאקס לאט, די אינטערשרייבער אליינס האלטן נישט איין זייער ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:04 לינק ישיר 

apnews כתב:
די מנהל קען אראפנעמן די אשכול אבער יענקל11 פארמאך דיין שמוציג פיסק, ווער ביסטו? מיינסט אז מען האט שוין פארגעסן די בילד וואס די האסט אמאל דא בטעות ארויפגעלייגט,
(סארי פארן דערמאנען אבער אויב איינער רעדט אזוי אויף א שוכן עפר קען איך מיר נישט איינהאלטן)

 
קול דמי הברך משה צועקים, מיר חסידים פון ברך משה וועלן נישט
פארווישן דאס בלוט געצאפעכטס וואס די שטוב מענטשן האבן עהם
גורם געווען, קען זיין כגובה ארזים גבהו, וועלן מיר עהם נישט מוחל
זיין, און וויאזוי איר זאלט נאר נישט לערנען קיין פשט, שעפן מיר נחת
אז די מחוצפים ווערן פאריאגט דארט אינטערן פלויט ווי מחוצפים
באלאנגען, און דיינע נארישע תגובות וועגן שמוציגע בילדער נוסח
יוסל תשעים וועט נישט טוישן דעם מציאות,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:08 לינק ישיר 

רוח הקודש הופיע בבית מדרשו  ס'איז קיין שום ענין צו ליגען אין א ביה''ח מיט א צדיק אויב מ'ליגט מאחורי האוהל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:16 לינק ישיר 

עס איז כדי צו באמערקן א וויכטיגע פוינט וואס וועט אפווענדן ענקער (פאללאק פענס) לעצטע תגובות
די אלע ארבעט אויף וואס יענקעלע באשילדיגט יונה האלפערט ע''ה איז געטוהן געווארען בשעת ס'נישט געווען א רעדע פין אויב אין ווי מ'זאל לייגן אין בית החיים
 דעמאלטס האבען נאך די חברה קדישא אנגענומען טייל מאל די רעקעמאנדאציע פין עזריאל גליק ווי מ'האט טאקע געלייגט ליידער עטליכע עליונים למעלה ותחתונים למטה פאר א שטיק צייט
אין יענע צייט ווען די זאליס האבען נאך טעראזירט ר' בערל פרידמאן - ראה''ק בשעה שמתו מוטל לפניו אפי' ער האט געהאט א געקויפטע חלקה, אדער משפחת האפמאן מיטן סטראשען בשם די פורים בי''ד אז מ'גייט ציברעכן די מציבה אויב מ'קומט נישט נאך זייערע פארלאנגען, אא''וו

ווען די געשלעג איבער די בית החיים האט זיך אנגעהויבן אין שוין יונה נישט געווען אויף די מאפע, מ'האט שוין פין אים נישט געהערט,
סוי די גאנצע בנין וואס די בויסט אויף אז חי' שרה האט יונה געהאט מסירות נפש איז מופרך מעיקרה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2011 00:17 לינק ישיר 

שוין, אגוט מארגן, דער ראצער ווייסט שוין פונקטליך פארוואס ר' יונה'ס עונש קומט זיך, כאב פאר דיר נייעס, ר' יונה ז"ל האט געהאט אנדערע השגות צו מברר זיין בשל מי העונש הזה, און ער האט נישט געברויכט קיין הילף פון א היידפארק לץ, און ווער ער וואלט געגלויבט אז ער האט געטאן עפעס אן עוולה אין די פאליטיק ענינים וואלט ער געווען דער ערשטער צו זאגן חטאתי עוותי, אלא מאי האט ער לפי השגתו געטאן ע"פ תורה אין די עניני הפאליטיק,

און אויב דו ווייסט שוין יא פארוואס ס'קומט איינעם עונשים, אונטערסאנט דו קענסט נישט אויספיגערן פארוואס די אהרונים האבן באקומען אזא מכת חרב הרג ואבדן מיטן פארלירן די הויזן אין וומ"ב ושאר מקומות, דער עונש איז עפעס א מיסטערי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 00:22 לינק ישיר 

outspoken

כ'זעהנאכנישט וואס די זעהסט פין די תשובה
כ'קען מיך נישט אויסרעכנען וואס די וועסט אריינטייטשן אין רבין'ס ווערטער
אבער דאס איז אמאל זיכער אז די לעצטע 30 יאר אפגעזעהן ווער ס'איז געווען ראה''ק אדער רבי האט יעדע סאטמארע יוד געוואלט ליגען אין קרית יואל אפי' ס'געווען א אוהל
אין נאך היינט צו טאגס ווילן כמעט אלע וואס רופן זיך סאטמארע אריינגערעכנט זאליס ליגען אין ביה''ח במחיצות רביה''ק

אין די איינציגסטע קהילה וואס מאכען פאבליק רילעישאן'ס אין מארקעטינג מ'זאל קומען ליגען אין זייער בית החיים איז די חסידות וואס איז תחת נשיאות ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס גייט האבען א 'אוהל' אין פאללאקס לאט אי''ה
אין דארט לויפט מען גאר ארום אן קיין שום בושה צו אלטע אידן אין אידענעס אדער צו משפחות בשעה שמיתו מוטל לפניהם
זעהט אויס אז רוב עולם זעהט נישט אין רבין'ס תשובה וואס די ווילסט מ'זאל זעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער עונש פון א משב''ק מחוצף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.