בית פורומים כל העולם כולו

אבד חסיד: ר' יעקב חיים רוטנער ז''ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/1/2011 19:21 לינק ישיר 
אבד חסיד: ר' יעקב חיים רוטנער ז''ל

היינט איז נפטר געווארען די דער טייערער ר' יעקב חיים ז''ל
א יוד א מוסטער פאר יעדן

זאל ער זיין א גיטע בעטער פאר אינז אלע
מיט די הילף פין אלע צדיקים וואס ער האט געטוהן פאר זיי אויף די וועלט

די לוי איז ארויס פין ספינקא תולדות צבי, ווי ער האט  געדאווענט די לעצטע יארען
ער האט לעצטנס מער נישט געקענט דאווענען אין קינגס טערעס ווייל ער איז געווען ציגעבינדען צו א ראד שטוהל
אין ווערט נטמן אינעם ביה''ח דקהל יטב לב
תנצב''ה

דער עולם איז מכבוד צו ברענגן זייערע זכרונות אויף דעם טייערן יוד


תוקן על ידי היראים ב- 07/01/2011 19:22:57




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2011 03:31 לינק ישיר 

איי ר' יעקב חיים איז נישט דא......  יארן לאנג איז ער געווען דער קעכער אינעם סאטמארע ישיבה קטנה אין וויליאמסבארג, זיין געטריישאפט פאר די בחורים איז נישט צום באשרייבן, ביז די הויכע אכציגערס האט ער געדינט זיין אמט, אין האט יעדן בחור מכבד געווען מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט און איבערגעגעבענהייט, 
יעדע איבריגע מינוט בשעת ער איז געזיצן אין קאך אין ישיבה קטנה פלעגט ער גלייך עפענען זיין גמרא אין עוסק געווען בתורה אויףן קול, און רוב צייטן האט ער אפי' געהאט א חברותא אינעם קיך, יבלחט"א ר' משה שפיטצער מ'ספינקא און פלייסיג געלערענט אויסניצענדיג יעדע מינוט אינעם טאג אויף לימוד התורה
יעדען טאג האט ער צוזאם גענומען אלע איבריגע שריים פון די בחורים און עס ארויפגעטראגן אויפן דאך פונעם ישיבה און עס געגעבן פאר די פייגעלעך צו עסן, אזוי ווייט נזהר צו זיין אין בעל תשחית, די עבודה האט ער אזוי געטהון אריבער דרייסיג יאר, פארציילט מיר א איד וואס פעלגט אסאך מיטגיין מיט ר' יעקב חיים אויפן דאך געבן די עסן פאר די פייגעלעך, אז ווען ר' יעקב חיים האט זיך ל"ע נישט גוט געשפירט פלעגט ער אים אנרופן און בעטן ער זאל אים איבערנעמען די ארבייט אין געבן די אלע שריים פאר די פייגעלעך, נאר דאס האט ער אינזין געהאט ווען ער האט זיך נישט גוט געפילט אז מען זאל ח"ו נישט עובר זיין אויף בעל תשחית, איין חילוק איז נאר געווען אז ווען ר' יעקב חיים פלעגט צו קומען פלעגען אלע פייגלעך שוין קומען פון די ווייטענס און אים באפאלען אויפן קאפ און זיך צוכאפן מיט די עסן, און ווען א פרעמדער פלעגט צו קומען האבן זיי מורא געהאט צו קומען פליען, אזוי ווייט האבן די פייגלעך שוין דערקענט זייער "שפייז געבער"......


תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 09/01/2011 03:34:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 00:42 לינק ישיר 

אינטערסאנט נאכצוברענגן א שטיקעל געבעקס פין די זאליס צו טרייסטן אויף ר' יעקב חיים ע''ה

דער נפטר ע"ה האט געקויפט א חלקה אין די נייע חלקה פון בית החיים שע"י קהלתינו הקדושה אין קרית יואל, און האט אויסגעדרוקט זיין באגער צו ליגן דארט פאר מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, און פאר הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש דקהלתינו הקדושה. אבער ליידער האבן אפאר אייניקלעך געטון קעגן רצונו, און אים איבערגעגעבן פאר די אנדערע חברה קדישא.

שקרים האט נישט קיין שיעור
אבער די מערסטע פין אלעם איז אינטערסאנט ווי דערביטערט זיי זענען אז חוץ די פאר סוסייד זאליס וויל קיינער נישט גיין מאחורי הגדר






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2011 00:47 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2011 01:24 לינק ישיר 

נעבעך! די שפיצערס האבן זיך אויפגעריסן!

מורי ורבו מספינקא!

ר' אייזיק וועט אין 70 80 יאר נישט האבן האלב אזויפיל מסי"נ וויפיל ר' יעקב חיים האט געהאט אונטערן אייזערנעם פארהאנג

אויב עפעס איז ער געווען ר' אייזיק'ס רבי וואס האט זיך געהאט פון וועם צולערנען ווי אזוי ס'זעט אויס א איד פון פריערדיגן דור מיט א הכנעה פאר יעדן

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 03:05 לינק ישיר 

ער פלעגט דאווענען אין פאפא?:



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 05:38 לינק ישיר 

יא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2011 20:51 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
אינטערסאנט נאכצוברענגן א שטיקעל געבעקס פין די זאליס צו טרייסטן אויף ר' יעקב חיים ע''ה

דער נפטר ע"ה האט געקויפט א חלקה אין די נייע חלקה פון בית החיים שע"י קהלתינו הקדושה אין קרית יואל, און האט אויסגעדרוקט זיין באגער צו ליגן דארט פאר מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א, און פאר הרה"ח ר' זלמן לייב פעלדמאן הי"ו משמש דקהלתינו הקדושה. אבער ליידער האבן אפאר אייניקלעך געטון קעגן רצונו, און אים איבערגעגעבן פאר די אנדערע חברה קדישא.

שקרים האט נישט קיין שיעור
אבער די מערסטע פין אלעם איז אינטערסאנט ווי דערביטערט זיי זענען אז חוץ די פאר סוסייד זאליס וויל קיינער נישט גיין מאחורי הגדר





איינער שרייבט מיר אין אישי
אז ער האט גאנץ מעגליך אינטערגעשריבן פאר זיי א צעטיל, מאזיהו סיבה שהוא
ווי באקאנט לייגען זיי שרעקליכע דרוק אין אסאך מאל אפי' מיט טעראר אין סטראשערייען אויף אזעלכע האקעלע זאכען
נאכדערצו ווען ער איז געווען יארען לאנג אויף פעיראל פין 82 , אין זיינע קינדער ארבעטן אויך טיילווייז פאר זיי

נאר ער האט נאכדעם מוסר מודעה געווען פאר די קינדער אז ער וויל בשום אופן נישט ליגען חוץ לגדר אין די חתימה איז נישט געווען מרצונו
אין ר' יעקב חיים געהאט די זכי' נישט דארפן אנצוקומען אין ביה''ח פין די מוסרים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2011 05:06 לינק ישיר 

דער בלאט האט א הערליכע באשרייבונג פונעם נפטר אונעם אוצר ביילאגע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2011 23:00 לינק ישיר 

בילדער פין בחצרות
פין הגה''צ ר' יצחק דוד פרידמאן ז''ל אין ר' יעקב חיים רוטנער ע''ה

♦♦♦

הרה"ג ר' יצחק דוד הכהן פריעדמאן ז"ל ראה"כ פאפא ומח"ס יד כהן שווער פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש

מיט יבדלחט"א מרן רבינו שליט"א

 

ביי קידוש החמה שנת תשס"ט אין קרית יואל (לינס)

 

 

ביי נעילת חג הפסח שנת תשס"ז לפ"ק

 

 

זייענד'יג מנחם אבל יבדלח"ט מרן רבינו שליט"א בימי האבלות פון הרבנית בצדיקת ע"ה

 

♦♦♦

הרה"ח ר' יעקב חיים רוטנער ז"ל ביי יבדלח"ט מרן רבינו שליט"א

 

עטליכע וואכן צירוק ווייזענדי'ג פאר'ן רבי'ן שליט"א די ספר ליקוטי מהרי"א וואס ער האט ארויסגעגעבן

 ♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2011 17:05 לינק ישיר 

ווי  אלט איז ער געווען?


תוקן על ידי NiesNow ב- 17/01/2011 17:08:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אבד חסיד: ר' יעקב חיים רוטנער ז''ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext