בית פורומים כל העולם כולו

ווי אזוי פארענטפערט מען א "עם הארצות"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2011 23:50 לינק ישיר 
ווי אזוי פארענטפערט מען א "עם הארצות"?


הגם ס'איז א נושא וואס איז שוין דורכגעטון געווארן דא עטליכע מאל און איבערגעקייט מיט שאלות ותשובות אהין און צוריק, דאך האלט איך אז אזא גאונישע תירוץ פאדערט א באזונדער אשכול

 

מיר שטייען אלע בתוך שנת האבילות פון הרבנית הצדיקת ע"ה אשת חבר פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע, און כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז ס'איז דא הלכות וואס גייט אן בשנת האבילות, נאר אריינצוגיין ממש בפרטי פרטים פון די הלכות איז דא צומאל זאכן וואס מען טוט מחמת חסרון ידיעה.

למשל, על פי ההלכה איז קיין שום פראבלעם נישט צו הערן קיין מוזיק בשנת האבילות, דער המון עם בעלי בתים זענען דא אסאך וואס זענען יא מחמיר אלס געפיל אויס, נו תבא עליהם ברכה.

ווידעראום טאנצן, איז נישטא קיין שום היתר בשנת האבילות אפילו אן מוזיק (חוץ שבת ויו"ט אדער ביי א שמחה מיו"ח), דער המון עם בעלי בתים זענען דא אסאך וואס טאנצן יא מצוה טאנץ ביי חתונות פון קרובים אן מוזיק, און דאס קומט פשוט מחמת חסרון ידיעה, מען מיינט אז דער פראבלעם איז דער מוזיק, דער פראבלעם איז נישט די מוזיק דער פראבלעם איז דאס טאנצן.

 

זינט בריאת העולם איז חוץ עשו הרשע (דאכט זיך) נאך נישט געווען א מענטש וואס האט אזוי מצער געווען און מבזה געווען א טאטן, און אזוי געטון אנדערש ווי זיין טאטע האט געוואלט, און באותו זמן געזאגט אז ער איז גאר דער מכבד אב ואם שבדורינו, און מכבדו בחייו מכבדו במותו אויף זעלבן פארנעם.

בהשקפה ראשונה וועט קיינער נישט זאגן אז דאס וואס ער טוט לאחר פטירתם איז כדי זיי מצער צו זיין, מיר האלטן נישט אז ער איז אויף די מדריגה, ס'איז פשוט מחמת חסרון ידיעה, און ממילא אז עס פאסירט איינמאל און א צווייטע מאל, און די גאנצע גאס שמועסט דערפון, וואלט א נארמאלע מענטש א שומר תומ"צ אכטונג געגעבן נישט צו טון נאכאמאל אזוי, און מאכן א שווייג, לאז מיר זאגן ער האט דעמאלטס געמעגט וועגן ער איז געווען א פעטער.

 

דערווייל קומט א חתונה פון א איד ביי וועם ער איז נישט פסול לעדות אלס קרבות, מען פארט א וועג פון זעקס שעה כדי צו קענען טאנצן מצוה טאנץ.

ס'איז באמת א מורא'דיגע פליאה, און איך בין געווען זיכער אז ס'איז זיכער דא עפעס א היתר, כ'מיין מען גייט דאך נישט סתם אזוי בשאט נפש טרעטן אויפן שולחן ערוך און טאנצן בימי האבילות וואס א פויער'ס א קינד טוט נישט דאס פאר א טאטן. (לשון רבינו הברך משה בעובדא הידוע להתברך לפני החתונה תשנ"ב)

 

און אין די לעצטע פאר טעג האט זיך דא געטון א פאלעמיק און אויפן אנדערן פארום, כדי צו פארדעקן די בושה האט מען זיך געעפנט א פרישע ניק און זיך גענומען טרייבן ליצנות פון אלעס ארום, אבי נישט צו דארפן ענטפערן, די בושה דארט האט געגרייכט צו א קלימאקס אז א אייגענער האט שוין נישט אויסגעהאלטן פון דעם דינייעל וואס דארט טוט זיך אפ

 

היינט האט אבער ארויסגעשפראצט א מורא'דיגע תירוץ, און אט דער תירוץ פארדינט באמת א עקסטערע אשכול

 [quote]די שטעלסט דא אן די פנים ווי א קלאסישע מענטש וואס וויל טאקע פארשטיין,


לאמיך דיר פרעגן, דיין סברא חיצונה זאגט דיר אז ער פראוועט אזוי עם הארצות בפומבי, לפני קבל עם ומלואו??

האלסטו אז קיינער פון די גבאים, קינדער, דיינים, רבנים, ראשי קהילה, חברי קהילה, האבן נישט געקענט איהם אפהאלטן פון אזוי ברבים ארוסצושרייען זיין עם הארצות???

נאר וואס דען ביסט גארנישט אזא תם, נאר שטויסט ווי א מועד, די ווייזט ארויס בפומבי דיין עם הארצות, נישט קענדיג הלכות אבילות, און קיינמאל נישט באקומען שימוש אויף הלכות אבילות, און שרייט זאכן כאילו ווי די ביזט די פוסק אחרון!!!!!!!

און וויבאלד דיין בר פלוגתא וכת דיליה, זענען נארמאלע מענטשען מיטן קאפ אויפן פלאץ, און ווייסן אז מיט ענטפערן אויף דעם עם הארצות, וועט עס ווערן א דבר שבא לעולם, אפי' מ'רעד דא פון הוילע לופט, ענטפערן זיי נישט, און די מיט נישט כאפן די זאך, שרייטסטו ווייטער ככלב שב אל קיאו מיט דיין עם הארצות............

און צום שלוס, קען זיין אינץ האבן מיר א רבי אן עם הארץ, אבער דאס ס' זאל זיין א קהילה שלימה, פונעם גרעסטען ביזן קלענסטן, א באנדע עם הארצים, דאס איז א חידוש פלא וואס מ'זעט ווייניג.................[/quote]

 

מען רייבט זיך די אויגן צו זען ווער עס שרייבט די ווערטער

ס'איז באקאנט דאס ווערטל וואס מען פלעגט זאגן דער חילוק פון סאטמאר אין אנדערע חסידות'ער, אין אנדערע חסידות'ער אז דער רבי וועט נעמען א חלף און שחט'ן א חזיר און עסן, וועט יעדער זאגן א צווייטע תירוץ פארוואס די רבי האט עס געמעגט עסן, איינער וועט זאגן אז ס'האט נאר אויסגעקוקט ווי א חזיר און ס'איז באמת א בהמה, איינער וועט זאגן אז דער רבי האט מכוון געווען וכו' וכו', אין סאטמאר וועט מען זאגן, דער חזיר איז א חזיר און דער רבי איז א שייגעץ.

 

אט די זעלבע מענטשן וואס זענען טעגליך ביזי אפירצוקראצן פרישע זאכן אויף רבינו שליט"א אז ווייל ער טוט דאס און דאס איז ער נישט ראוי צו זיין סאטמארע רבי (כאילו איינער פרעגט זיי), אט די זעלבע קומען מיט א תירוץ וואס פאסט נישט פאר א סאטמארע חסיד צו ענטפערן, מען דרוקט זיי אזוי לאנג צו די וואנט ביז מען ענטפערט מיט קעלבערנע אויגן: האלטסט טאקע אז ער טוט אזא עם הארצות?

און אונזער ענטפער איז יא!

ס'איז נישט די ערשטע!



תוקן על ידי וואלןסח ב- 09/01/2011 23:53:05




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2011 00:27 לינק ישיר 

וואלען דאס האב איך דיר געשריבן אין דעם אשכול
רז"ל טאנצט מצוה טאנץ בתוך שנת האבל פון זיין מאמע ע...


מען קען נישט זיין פארנומען צו פארענטפרן טעגליך זשיגאן'ס עמעראצעס
מוז מען מאכען ליצנות דערפון אין פארוואסערן
עפענען ניקס מיט אשכולות אנפיקעווען אין די וועלט אריין צו ס'שטומט צו נישט
אז די אייגענע חבורה זאל נישט ארומגיין מיט אזוויפיל קשיות אין קאפ
אויף די אינטערנעט האט דאך זשיגאן די אויבערהאנט בכמות ובאיכות

ווען ער זאל ווען אנהייבן צו פראבירן צו ענטפרן זיין טעגליכע עמעראצעס
וואלט ער נאך מער געדארפט דאפלען זיין בעקעריי סטעף

נישט קיין תורה נישט קיין חכמה זעהט מען אויס אזוי וכ'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווי אזוי פארענטפערט מען א "עם הארצות"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext