מען זעהט אז דו מאכסט דא אגרויסן סאלאט, דו ווילסט דיינע קעלבעלעך פארקויפן א לאקש, קיין ווארט שטומט נישט מיטן צווייטן.
בכל אופן ביזטו א מחוצף - דו קענסט זיך זיצן דארט אין וויליאמסבורג - אדער ערגעץ אנדערש וויא, אין פרעסן א דאנאט - אלעס איז דאך ביי אונז אין אמריקע "כשר - פארווע - מזונות", און שרייבן דו ערגסטע חוצפה ווערטער אויפן בית דין הגדול שבירושלים.
שעם זיך
_________________
נשלח ב-11/1/2011 23:05
איך שעם זיך זייער זייער שטארק. און מיין דאנאט האב אויך שוין אויפגעגעסן אויך.
1) מיט וואס איז די סקאנדאל ווינציגער ביי דעם מאכיל נבילות משה פינקעל? 2) פארוואס דארף הרב דוד שווימער צוריקציען פון זיין פסק ? 3) וויאזוי האבן זיי פארקויפט "פרישע פלייש" נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן?
ביטע ענטפער, אבער נאר צום ענין.
גוטזאגער
איך האב למעשה דיר נישט געוואלט ענפערן, ווייל דו ביזט ככלב השב אל קיאו, מיטן האפענונג אז דער עוילם וועט גלייבן דעם גאב"ד פון הייד פארק - מער וויא דעם גאב"ד העדה החרדית.
למעשה ביזטו נישט ווערד קיין תגובה, וועגן די אויבנדערמאנטע סיבה, אבער כדאי דער עולם ליינער זאל זעהן וויא ווייט דו מיינסט נאר דעם אמת - און דו מיינסט אז עוילם איז גוילעם - און דו קענסט אים פארדרייען דעם קאפ, וועל איך דא ברענגען אפאהר שטריכן - און מער קיין ווארט בל"נ.
דו ווילסט זיך ארויס שטעלן אלס גרויסער 'ידען' - וואס ווייסט אלעס, דו שרייבסט - שיסט רעכטס און לינקס, און אפילו אזא קלייניגקייט - ווייסטו נישט
דאס שרייבסטו "הידורים פארקויפט "נאר" בשר עוף" אלע אין ארץ ישראל ווייסן אז הידורים האט סיי בקר - און סיי עופות - אוקיי, לאמיר זאגן אז עס פעלט דיר אביסל אין ידיעה - און דו האסט געמיינט - האסט געטראכט - האסט פארשטאנען - מען דיר געזאגט, אז הידורים האט נאר עופות, וואלסטו געאהט אביסל נארמאלקייט - ווען דו וואלסט נאר איינמאהל געליינט דעם צעטל פון דעם גאב"ד - אדער פונעם בית דין, וואלסטו געזהען בפירוש - אז הידורים פארקויפט אויך בהמה פלייש טוה אויס דיינע גלעזער - און זעה אינעם מודעה. (אנטשולדיגט איך האב פארגעסן - אז וואס בית דין - מיטן גאב"ד שרייבן, איז בלויזע בלאף און געלד גייציגקייט.)
דו פרעגסט 1) מיט וואס איז די סקאנדאל ווינציגער ביי דעם מאכיל נבילות משה פינקעל? ווייל דער בית דין פון די העדה החרדית מיטן גאב"ד בראשם האבן מברר געוועהן דעם עניין לעומק, און זענען געקומען צו די מסקנה - אז עס איז עלילה שפילה און בנין פון בלויזע שקרים קעגן הידורים.
דו פרעגסט 2) פארוואס דארף הרב דוד שווימער צוריקציען פון זיין פסק ?
ווייל דער בית דין פון די העדה החרדית מיטן גאב"ד בראשם האבן מברר געוועהן דעם עניין לעומק, און זענען געקומען צו די מסקנה - אז עס איז עלילה שפילה און א בנין פון בלויזע שקרים קעגן הידורים, און ר' דוד קען נישט ממשיך זיין צו זיין א משרת בקודש - אויב ער ווארפט זיך נישט אונטער, אונטערן סמכות פונעם בית דין מיטן גאב"ד בראשם, צו שמעקט אים אדער נישט.
דו פרעגסט 3) וויאזוי האבן זיי פארקויפט "פרישע פלייש" נאך עטליכע וואכן נישט שחט'ן? וויל "במקום שאין עקירה אין הנחה" - זיי האבן נישט פארקויפט קיין פרישע פלייש - נאר אויפגעלאזטע פלייש - און דאס וואס דו קייסט איבער נאכאמאהל און נאכאמאהל - ווערט דאס נאכנישט א פאקט, דער בית דין פון די העדה החרדית מיטן גאב"ד בראשם האבן מברר געוועהן דעם עניין לעומק, און זענען געקומען צו די מסקנה - אז עס איז עלילה שפילה און א בנין פון בלויזע שקרים קעגן הידורים.
איך בין זיכער אז דו וועסט אפילו נישט קוקן וואס איך שרייב - פונקט וויא דו האסט נישט געזעהן דעם מודעה פון דעם רב און פונעם בית דין. - און דו וועסט זיכער ממשיך זיין מיט דיין חוצפה - בכל אופן שרייב איך אז די ליינערס דא זאלן זעהן וויא ווייט נאריש דו ביזט - און כאטשיג עס שטייט "מילתא דעבידא לאגלוייא לא משקרא אינשי" - גייסטו האן ווייטער מיט דיינע שקרים - יראה הקהל וישפוט - און זעהן וויא ווייט דו ביזט פון צו זיין אמענטש, און וויא מען קען דיר נישט גלייבן.
עס קערט זיך איבער אין ירושלים עיה"ק איבער א פלייש געשעפט"הידורים" וועלכע האט אנגעבליך פארקויפט "טריפה" פלייש, אין ערגסטן פאל, אדער פארקויפט "בשר סתם" אונטער'ן נאמען פון די עדה
דער געמיינער יונג איז מוציא לעז קעגן א קאמפאני 'הידורים' - וואס טראגט דעם הכשר פון די העדה החרדית, אויב עס איז דא שאלות אויף דעם ספעציפשן געשעפט "אושר עד" - וואס אין דעם געשעפט האט מען פארקויפט 'די שאלה'דיגע פלייש' - האט דאס גארנישט צו טוהן מיט די 'הידורים' קאמפאני - פינטל.
דאס זיך עקשן'ען פונעם 'גוטזאגער' - אז די פאקטן זאלן זיין לויט 'זיין' געשמאק - אומר דרשינו.
דער בית דין שרייט חי וקיים - די 'הידורים' קאמפאני איז כשר וישר, בית דין שרייבט - אזוי וויא זיי האבן אלעמאהל געשריבן - אז פלייש - וויא עופות דארף צו האבן א 'פלאמבע' - פון דא ביז צו נעמען א קאמפאטישנס קאמפאני - אין זיכן זיי באגראבן על לא עוולו בכפם - איז א שאנדע.
צום אויספיר נאכאמהאל - דער געשעפט וואס האט פארקויפט די פלייש - הייסט 'אושר עד' - אושר עד האט פארקויפט פלייש (לפי דברי אושר עד) פון די הידורים קאמפאני, וואס האט פלייש נאר פון די העדה החרדית, איז ממה נפשך - אויב אושר עד האט אריין געגאנבעט נישט כשרע פלייש - וואס האט דאס צו 'הידורים'? - האט אושר עד פארקויפט טאקע הידורים פלייש - איז דאך אלעס כשר וישר.
נשלח ב-12/1/2011 22:46
די זאך ווערט נאך מער קאמפלעצירט
פארוואס פארלאנגט מען נישט פון אושר-עד א הסבר וועמענס פלייש ער האט פארקויפט??
און פארוואס דארף דוד שווימער צוריקציען אויב "מעגליך" האט דא איינער פארקויפט נישט עדה פלייש אינטער די עדה נאמען??
לויט ווי אזוי איך פארשטיי, דארף די עדה זיין די וואס זאלן וועלן אז מען זאל אינוועסטעגעטין אושר-עד
וועמענ'ס פלייש ער האט פארקויפט! ווייל אושר-עד האט דאך מעגליך געניצט די עדה'ס נאמען אויף פלייש וואס
די עדה האט נישט געשאכטן?! לויט די פארדאכטען אז ער האט געהאט פרישע פלייש, און די זעלבע צייט וואס די עדה
האט די פלייש נישט געשאכטן,?
און איך שרייב נאכאמאל, אז איך צווייפיל ח"ו נישט קיין מינוט אין די עדה'ס אויפריכטעקייט
זיי זענענן אויסגעריפענע תלמידי חכמים און ארקענטע ערליכע רבנים, און אזוי אויך נישט און
אושר-עד אויפריכטעקייט עס איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן אז עפעס שלעכט איז באמת פארגעקימען
אבער זכות הציבור לדעת!
וואס וויל דוד שווימער, און וואס איז זיין מיינוג?
האט מען דא פארקויפט אנדערע כשר'ע פלייש אינטער די עדה' נאמען?
פון ווי קויפט אושר-עד אלע זיינע פליישען?
הוי דן את כל האדם לכף זכות, און "הידורם" מיט "אושר-עד" האבן א חזקת כשרות ווי לאנג עס וועט נישט אנדערש אויפגעוויזן
אבער אויב עס גייט שארפע בריוון אהין און צוריק, פארלאנג זיך די מינעמאלע ערקלערונג וואס דא איז באמת פארגעקימען, כדי דער עולם זאל נישט פארלירען די טראסט און די השגחה
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 12/01/2011 23:08:30
נשלח ב-13/1/2011 11:22
השר מקוצי
די זאך ווערט נאך מער קאמפלעצירט
פארוואס פארלאנגט מען נישט פון אושר-עד א הסבר וועמענס פלייש ער האט פארקויפט?? מען האט יא פארלאנגט, און ער האט געגעבן א הסבר מניח את הדעת, און האט אויף געוויזן אז אלעס איז ריכטיג
און פארוואס דארף דוד שווימער צוריקציען אויב "מעגליך" האט דא איינער פארקויפט נישט עדה פלייש אינטער די עדה נאמען?? ר' דוד שווימער האט באשמוצט 'הידורים' – אינדערצייט וואס נישט הידורים איז בכלל אויפן דראנג – ר' דוד שווימער אלס שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף, האט געהאט א אינטערסע צו באשמוצן הידורים אלס קאמפאטישן צו גלאט עוף.
לויט ווי אזוי איך פארשטיי, דארף די עדה זיין די וואס זאלן וועלן אז מען זאל אינוועסטעגעטין אושר-עד וועמענ'ס פלייש ער האט פארקויפט! ווייל אושר-עד האט דאך מעגליך געניצט די עדה'ס נאמען אויף פלייש וואס די עדה האט נישט געשאכטן?! לויט די פארדאכטען אז ער האט געהאט פרישע פלייש, און די זעלבע צייט וואס די עדה האט די פלייש נישט געשאכטן,? אזוי וויא אויבן דערמאנט: אושר עד וויא נאר עס האט זיך דערוועקט דער נושא, האט אנגעוויזן אז אלעס וואס ער האט געמאכט איז געוועהן כשר וישר, - און דער בית דין האט אנגענומען וואס אושר עד האט זיי אויפגעוויזן מיט דאקאמענטן – דאטום'ס א.א.וו. און איך שרייב נאכאמאל, אז איך צווייפיל ח"ו נישט קיין מינוט אין די עדה'ס אויפריכטעקייט זיי זענענן אויסגעריפענע תלמידי חכמים און ארקענטע ערליכע רבנים, און אזוי אויך נישט און אושר-עד אויפריכטעקייט עס איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן אז עפעס שלעכט איז באמת פארגעקימען
אבער זכות הציבור לדעת!
וואס וויל דוד שווימער, און וואס איז זיין מיינוג? ר' דוד שווימער אלס שוואגער פון איינעם פון די בעלי בתים פון גלאט עוף, האט געהאט א אינטערסע צו באשמוצן הידורים אלס קאמפאטישן צו גלאט עוף.
האט מען דא פארקויפט אנדערע כשר'ע פלייש אינטער די עדה' נאמען? לויט וויא עס איז נתברר געווארן ביים בית דין מעל לכל ספק – אז נישט.
פון ווי קויפט אושר-עד אלע זיינע פליישען? אושר עד איז א ריזן טשעין סטאר (Sf70,000 (, עס זענען דא דארטן דעסקס פון אלע מיני הכשרים, מיט א אפטיילונג צווישן יעדן הכשר און הכשר, ביי יעדן הכשר שטייען אנדערע פארקויפערס. הוי דן את כל האדם לכף זכות, און "הידורם" מיט "אושר-עד" האבן א חזקת כשרות ווי לאנג עס וועט נישט אנדערש אויפגעוויזן אבער אויב עס גייט שארפע בריוון אהין און צוריק, פארלאנג זיך די מינעמאלע ערקלערונג וואס דא איז באמת פארגעקימען, כדי דער עולם זאל נישט פארלירען די טראסט און די השגחה. האסטו געזעהן א בריוו אנטקעגן די בריוון פון די ועד השחיטה – בית דין – אדער דער גאב"ד? עפעס אונטער גאחתמעט אופעציאל פון איינעם?
נשלח ב-13/1/2011 14:42
צו דאונלאודן דעם בריוו פון רבי דוד שווימער צו בית דין
אוי גיט ער ארויס שרעקליכע סודות. דער ר' דוד שווימער פארציילט געפערליכע זאכן וואס עס טוט זיך ביי "הידורים", וואס ווערט אנגעפירט דורך א פרייען יונג, אליעזר ווייס.
שומו שמים !
און מיר מוזן שווייגען ווייל עס געפעלט נישט פאר חיים הירשאלי'ס שלאק שאמעס יצחק ווייס (אפשר א קרוב מיט דעם חילוני אליעזר וויס)
דער בריוו שרייט געוואלד, איבער די געפערליכע מיסברויכן וואס טארט טוט זיך אפ אין ירושלים עה"ק, אונטער'ן זיגל פון די ביד"צ...
אוי כ'האב גערעדט יעצט אויפ'ן ביד"צ.. איך טוה שוין תשובה.
נשלח ב-13/1/2011 18:54
Schwimmer Letter to Bed Din * id="doc_513300082247599" name="doc_513300082247599" height="600" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" >
<*
נשלח ב-13/1/2011 18:56
גוטזאגער כתב:
אוי גיט ער ארויס שרעקליכע סודות. דער ר' דוד שווימער פארציילט געפערליכע זאכן וואס עס טוט זיך ביי "הידורים", וואס ווערט אנגעפירט דורך א פרייען יונג, אליעזר ווייס.
שומו שמים !
און מיר מוזן שווייגען ווייל עס געפעלט נישט פאר חיים הירשאלי'ס שלאק שאמעס יצחק ווייס (אפשר א קרוב מיט דעם חילוני אליעזר וויס)
דער בריוו שרייט געוואלד, איבער די געפערליכע מיסברויכן וואס טארט טוט זיך אפ אין ירושלים עה"ק, אונטער'ן זיגל פון די ביד"צ...
אוי כ'האב גערעדט יעצט אויפ'ן ביד"צ.. איך טוה שוין תשובה.
חחח - אלעזר ווייס - איז א ליטווישער אינגערמאן, ווייט פון א חילוני - ווייז ווייטער דיינע ידיעות עצומות
נשלח ב-13/1/2011 19:10
ר' דוד שווימער שרייבט אז דער "שליט" אין הידורים איז נישט קיין שותומ"צ.