בית פורומים כל העולם כולו

ביד"צ קעגן ר' דוד שווימער, וועמען גלייבט מען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/1/2011 03:24 לינק ישיר 

איך האב מיך נאך געפרעגט ביי די וועד השחיטה פון די עדה החרדית און דאס איז וואס זיי זאגן.

דער ר' דוד שווימער איז א שוואגער מיטן בעל הבית פון גלאט עוף, וואס ביז דעם פארגאנגענעם ראש חודש אלול, פלעגט די עדה החרדית שחטן נאר ביי "גלאט עוף", נאר אזוי ווי גלאט עוף פלעגט זיין שרעקליך טייער, און צו קויפען א פעקל פלייש בהכשר העדה האט געקאסט ממש דאפעלט ווי די אנדערע פליישן, גלאט עוף פלעגט שרייען אז קענען נישט אנדערש ווייל זיי דערלייגען איצט אויך געלט...

האט די עדה געזאגט נאו פראבלעם זיי גייען נעמען ביי נאך א בית השחיטה, און זיי האבן אנגעהויבען צו נעמען ביי די בית השחיטה "הידורים", און די פרייזן זענען שוין אראפ מיט 30 פארצענט...!

איצט האבן זיי גענומען די שוואגער ר' דוד שוויימער און שרייבט בריוון, און האפן אז אזוי זאל די עדה צוריק אנהייבען צו שחטן נאר ביי גלאט עוף.

און ברוך הבא... אויך דער צודרייטער חעשין האט שוין א בריוו, איצט קומט די נייעס אז ציממערמאן פון ווילי שרייבט שוין אויך א בריוו...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2011 04:20 לינק ישיר 

וואס איז די כוונה פון תולדות אברהם יצחק רבי'ן שליט"א מיט זיין הוראה נישט צו עסן ביזדערווייל קיין 'עדה' פלייש? צוליב הגאון ר' משה בראנסדארפער שליט"א?


תוקן על ידי לאעליכם ב- 17/01/2011 04:21:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 04:22 לינק ישיר 

לכבוד די אלע שמות הנרדפים (וגם אני הקטן בתוכם) ני'

וויסען זאלט איר אז דער הרב דוד שווימער שליט"א וואס איז א מו"ץ ביי די עדה שוין אסאך יארען איז זייער זעלבסטשטענדיג מיט אייגענע הכנסות אשר על כן האט ער קיין חשבון נישט מיט רעכענען אז ער וועט פארלירען הכנסות אדער שכירות פון די עדה.

נניח אז ער איז א נוגע בדבר דורך זייענדיג א שוואגער מיט די בעה"ב פון די אנדערע שחיטה אבער לאמיר אייך פרעגען א שאלה.

די עדה איז היינט צו טאג א מולטי מיליאן דולר אפערעישען, אנדערש ווי אין די פריערדיגע יארען ווען זייער גאנצער ציל איז געווען צושטעלען פאר די הייפעלע אידען אשר לא כרעו לבעל א ביסעל כשר עסען. בזמנו פון הר"ר אברהם ראט ז"ל און מנחת יצחק זצ"ל, און די פריערדיגע צדיקים האבען זיי נאר געהאלטען פאר די אויגען איין זאך!

עס זאל זיין כשר בתכלית ההידור בלי שום פקפוק וחשש.

היינט אז עס שטייט אין קאן שווערע צענדליגע מילאנען דולארען, וואס דער גאנצער וועד הכשרות איז א מאשין אויף צו מאכן געלט פאר די פאר ארומיגע מענשען, קענען זיי זיך נישט ערלויבען אויף קיין מאכל קיין שום מין קטרוג אדער ערעור אזוי ווי ביי די או.יו.!!!!!

דער גלאנץ פון די ארגאניזאציע מוז ווייטער שיינען און זיין אויסגעפוטצט און ווער עס איז מערער אדער קורא תגר אויף זיי, איז אחת דתו!

דאס וואס ער ראב"ד הר"ר יצחק טובי' ווייס מיט די אנדערע מו"ץ שרייבען אונטער די שרייעדיגע קול קורא'ס קומט אויך נאר פון א נגיעה פון הכנסות פונקט ווי הר"ר דוד שווימער אבער מיט איין זייער גרויסען חילוק.

ר' דוד איז נישט-נישט-נישט אנגעוויזען אויף קיין איין פיאסטער פון די עדה'ס שכירות פאר אים משא"כ הר"ר יצחק טובי, און אלע אנדערע בלי יוצא מהכלל זענען מחוסר לחם אן די עדה'ס שכירות.

איצטער זאגט מיר ווער איז מער נוגע בדבר???????????????

עס דארף קומען א אינדעפעדענט רב, וואס איז באמת נישט אנגעוויזען אויף די עדה און ער זאל דערגיין דעם אמת.

ביז דער ווייל איז די עדה'ס קול קורא'ס ווערט כקליפת השום !!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 04:29 לינק ישיר 

כ'ווייס נישט פארוואס האסטו אזוי קאטעגאריש ארויסשפאצירט אקעגן די מהודרד'ידגע "העדה הכשר", פאקטיש איז עס טויזענט מאל מער מהודר און מער חומרא'דיג ווי אלע כלומר'שטע 'מהודרדיגע' הכשרים מיט וואס מיר עסן זיך אן דא אין אמעריקע.

שרייבסט בתוה"ד "זיי קענען נישט ערלויבן אויף קיין שום מאכל קיין שום קטרוג אדער ערעור", פאקטיש איז עס ווייט פון אמת, די "עדה" האט נישט קיין שום פראבלעם אראפצונעמען הכשרים אינמיטן א גרינעם דינסטאג, ווען זיי זעהן אז דער בעה"ב מאכט קונצן וכדו'. וואס עס איז פארגעגאנגען איצטערט, ווייס איך נישט, אבער פון דא ביז צוגלייכן די "עדה" ביז אי.יו. איז פאלג מיך א גאנג!

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 04:47 לינק ישיר 

נאכמאל הגאון הגדול רבי יעקב בלויא שליט"א איז די בעל מכשיר פון די עדה.

ביי מיר איז ער פון די איינציגסטע באגלייבסטע מענטשן אין דור.

דאס זעלבע זאגט די גאנצע בי"ד העדה החרדית.

דערקעגן שטייט איין מענטש וואס איז א קלארע נוגע בדבר ער איז א שוואגער מיט גלאט עוף, און נאך איין מענטש חעשין..., יא אויך נחום ראבענבערג איז ביזי דערמיט אויף די האטליין...

ווען איך וועל זעהן אז א נארמלער רב אדער מורה הוראה זאל געבן א בריוו איז די זאך אנדערש, אבער דערווייל ברויך מען זיין בלינד אדער סתם א שונא פאר די עדה צו זאגן אז שווימער איז גערעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2011 12:59 לינק ישיר 

אבער פארוואס ברענגט קיינער נישט ארויס דעם פאקט אז לאמיר זאגן אז אלעס וואס הר''ר דוד שווימער שליט''א שרייבט אקעגן די מנהלים פון וועד השחיטה איז אמת אויב אזוי ווי איז ער געווען ביז יעצט פארוואס האט ער זיך נאר יעצט דערמאנט צו שרייען אויף דעם עס איז דאך נישט קיין נייע זאך די אלע פאקטן וואס ער שרייבט אלא מאי מיגי דשתיק ביז יעצט הדבר אומר דרשני מיט א גרויסע פראגע צייכן .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 18:59 לינק ישיר 

זענט עטס בלינד?

יעצט איז דאך פארגעקומען די פרשה מיט די פלייש וואס קומט מכלומרשט פון פריזער.

אין מיינע אויגן איז די עדה'ס רעפוטאציע שטארק געפאלן. און זייער נאמנות האט געכאפט א ערנסטע טראסק.

מיט זייער ווילדע אטאקע קעגן שווימער'ן האבן זיי געוויזן אז זיי זענען "דעפרעסט" איבער די פרשה, און אנשטאט עס צו הענדלען בכובד ראש, ארבעטן זיי ווי עכטע טעראריסטן.

בכלל, שרייט דאך הרב שווימער אינעם בריוו געפערליכע מכשולות וואס דארט קומט פאר. האט מען עס מברר געווען אז ס'איז נישט אמת?

האט עמיצער (א דרויסנדיגער) געמאכט א חקירה ודרישה?
עס זאגט זייער פיל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 20:11 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער פון א אינערליכע קוואל, איז נעכטן פארגעקומען א זיצונג אין בד"ץ, וואו עס איז באשלאסן געווארן אז אין ליכט פון די טענות גייט מען איינשטעלן א נייע סיסטעם צו פארזיכערן אז די שוחטים ווערן נישט באצווינגען דורך די בעה"ב, אז די שוחטים גייען מהיום והלאה שחט'ן יעדע וואך אין א צווייטע פלענט, איין וואך ביי גלאט-עוף און איין וואך ביי הידורים, וחוזר חלילה.

אויב איז דאס ריכטיג קוק איך דאס אן ווי זייער א גוטע סעלושן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2011 01:52 לינק ישיר 

פייו, פארוואס עפעס, די גאנצע מעשה איז דאך שקר, הרב שווימער איז דאך גארנישט מער פון נחש ר' שר"י.

שטותים אין א זייט. איך האב נישט צופיל געדולד זיך צו טענה'ן, אבער איך זעה אז אנדערע האבן שוין אויך דא אזוי געשריבן.

ר' דוד שווימער איז א ערנסטע אנגעזעענע רב, נישט קיין פאשקעווילן שרייבער, און ער איז לפחות ווערט אזוי פיל אז איך זאל נישט האקן אויף אים צוליב דעם שרעקליכן חטא פון ארויסקומען קעגן די עדה.

דאס זאגן און שרייען אז עס קען נישט זיין איז שטותים און הבלים, פונקט ווי ביי יעדעם איינעם קען זיך מאכן פראבלעמען קען זיך עס מאכן ביי די עדה אויך. און פערזענליך גלייב איך אז יש דברים בגו, און פיל קלוגער וואלטן זיי געטאן ווען זיי לערנען זיך פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר ביי די קאטשקע פרשה, ווען מען האט אפיציעל געזאגט, יא, איך האב געמאכט א מיסטעיק.

און דאס איז אויך קלאר אז די עדה איז פאקטיש געווארן א מאסיווע הכשר ביזנעס, און בדרך כלל ביי אזעלכע זאכן מאכן זיך טאקע אלץ אפאר גברי אלימי וועלכע באקומען זיך אריין אין אייפלוסרייכע פאזיציעס אין דעם קאמפאני און טוען כאדם העושה בתוך שלו. ממילא איז זייער מעגליך אז עס פאסירט טאקע אזעלכע זאכן.

אויף התאחדות וואלט איר דאס געגלייבט? וואס הייסט די הייליגע הכשר פון התאחדות, די בעסטע אין די וועלט (נאך די עדה פארשטייט זיך), אבער אויף זיי גלייבט מען עס. ממילא גלייב איך אז עס קען זיין אמת ביי די עדה אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 17:59 לינק ישיר 

די מעשה מאכט נישט קיין טראפ סענטס, ר' יונה איז גערעכט, די אלע טענות וואס הרב שווימער שריבט אין זיין בריוו, שרייט דאך נחום ראזענבערג אויף אלע בתי שחיטות, מה כל הרעש? וואס האט יעצט פאסירט? בכלל, ער שרייבט אז מען זאל עס נישט מפרסם זיין, אין ער איז עס מפרסם, וואס גייט דא פאר? איך גלייב נישט אז עדה האט עס מפרסם געוועהן, עדה וואלט דאך נאטירליך געוועהן דער ערשטער גונז צו זיין אזא בריוו, אלעמאל, אין יעדן דור זענען דא מענטשן וואס טרעפן פראבלעמען איבעראל, ווי למשל קאשוי, לויפער, וכד', דאס איז דער מציאות, אז מען זוכט טרעפט מען.

איך וויל מדגיש זיין אז עס מיינט בהחלט נישט אז די סארט מענטשן זענען עפעס שלעכטע מענטשן אדער וואס, קאשויער רב איז געוועהן א יוד א צדיק, נאר וואס דען, עס איז אזא סארט OCD וואס די מענטשן האבן,  זיי זענען פערענויד אז עס זענען דא חששות אין פראבלעמען, עס מיינט בהחלט נישט אז עס איז דא א פראבלעם, ווען פרעזידענט בוש האט געזאגט אז 911 איז געמאכט געווארן דורעך על קידא זענען אויך דא מיליאנען מענטשן וואס שרייען אז מען קען אים נישט גלייבן, ער זאגט ליגנט, באמת האט דער אמעריקאנער גאווערמענט עס געמאכט, דאס זעלביגע איז דא, איינער זאגט אז עס איז דא פראבלעמען, גרויסע צדיקים פון דור זאגן אז נישט, קעסט קאספירירן וויפיל דו ווילסט אז עדה באהאלט זאכן, למעשה בלייבט עס א פוסטע קאנספיראציע, גארנישט מער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 18:23 לינק ישיר 
שחיטת בד"ץ

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2868701&forum_id=16386

ווילסט וויסען פארוואס מען גלייבט,  און מיט גרויס רעכט, הר"ר דוד שווימער שליט"א, גיב א קוק אין דעם בילד.

דער טשאקעווער איז טאקע נאר אין וועד הכשרות און נישט אין וועד השחיטה אבער ווי קומט ער זיך מתכבד צו זיין מיט גיין צו א חתונה פון דעם רב ראשע יונה מעצגער!

אויב איז יונה מעצגער זיין התחברות, פאר וואס מעג מען נישט עסען יונה מעצגער השגחה פונקט ווי דעם טשאקווער'ס עדה חרדית?

מארגען גייט דער טשאקעווער הענגען ווילדע פאשקווילען אין די ירושלים'ער גאסען אנטקעגען די טריפה'נע מדינה דארט ווי א נאכט פריער טאנצט ער אויף זייער שמחות!

איצטער פארשטייסטו שוין פארוואס הרב שווימער'ס ערעור און קטרוג איז צום גלייבען מער ווי די עדה'ס בעוה"ר און צו אונזער חרפות און בושות!


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/01/2011 22:31:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 18:44 לינק ישיר 


שעם זיך אדםאמיתי!! מיטען זיך צוזלאזן אזוי, און שרייבען אויף אידן ת"ח כאחד הריקים


פרעזענליכע אטאקעס קען תלמידי חכמים האט א שיעור, עס איז דא א מארגענדיגע טאג אויך,



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 19/01/2011 18:46:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ביד"צ קעגן ר' דוד שווימער, וועמען גלייבט מען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.