געלעכטער: חתן פון קרית יואל, כלה פון בארא פארק, חתונה אין וויליאמסבורג
לעצטענס האבן זיך ב"ה אנגעהויבן מערן שמחות ביים עם הארץ אין שטוב ווי די פרעש, אלע געטרייע נכדי רבינו בעל ברך משה וואס האבן אונטערגעשריבן קעגן זייער זיידע אין קאורט, מאכן שמחות, און דער עקסטאז וועפט אויס, דער עולם ווערט קלענער, די בילדער זענען שוואכער א.א.וו.
דער עם הארץ האט אויסגעדרוקט זיין גרויס ווייטאג און באדויער צו דעם דאזיגן פאקט, ער טענה'ט אז דאס ברענגט אים ארויף די קאשמארע זכרונות אז ער איז פאקטיש נישט דער רשכבה"ג וואס ער האט זיך זיין גאנץ לעבן גע'חלומ'ט אז ער גייט זיין, עס דערמאנט אים ווידער אז ער איז נישט דער איינציגסטער בעל הבית אויף דעם טיטל "אדמו"ר מסאטמאר", און דאס איז די סיבה פארוואס זיינע אייניקלעך'ס שמחות ווערן נישט דורכגעפירט מיט אזא פאמפע ווי עס ווערן דורכגעפירט די שמחות ביי זיין שוואגער דער סקווערער, אדער ביי זיין פעטער פון וויזניץ מאנסי.
דעריבער האט מען באשלאסן אז די יעצטיגע חתונה פון זיין אייניקל, גייט מען אריינברענגן קיין וויליאמסבורג - טראץ וואס דער חתן וואוינט אין קרית יואל, און די כלה וואוינט אין בארא פארק - און דורכדעם אויפפרישן דעם ציבור לבבות נשברות, וואו מ'וועט טאנצן מיט התלהבות אין א שול געבויעט אין א קורצע צייט אפשניט פון צוויי וואכן, וועלכער געפינט זיך ביים הייוועי וואס פירט קיין בארא פארק.
מיר וואונטשן א הארציגן מזל טוב פאר דעם עם הארץ, ער זאל זיך עלטערן אין פריידן, מאכן ווי מער שמחות אין בית המדרש הגדול אויף... הופפער סט.
תוקן על ידי דזשיגאן ב- 13/01/2011 20:58:31
נשלח ב-13/1/2011 21:26
איך געדענק נעך די געלעטער ווען דער תלמיד חכם וגאון הגאונים ר' זלמן לייב טייטלבוים פון בארא פארק האט חתונה געמאכט מיט לעמבערגער פון בארא פארק צו ארץ ישראל (ווער פאר א גיט יאר ווייסט, וויליאמסבורג נישט) און האט חתונה געמאכט אין וויליאמסבורג, דער עולם איז געלעגן אויפן פלאר פאר געלעכטער, און ווען דער זעלבער תלמיד חכם וגאון הגאונים ר' זלמן לייב פון בארא פארק האט חתונה געמאכט מיט ראזענבערגער פון ארץ ישראל, ווי מיינט איר איז געווען די חתונה? ווייטער אין וויליאמסבורג, דעמאלטס האט דער עולם שוין געפלאצט פאר געלעכטער, מען לאכט נאך פון עם עד היום, דער עולם קען פשוט נישט סטאפן צו לאכן.
דער חילוק איז אז דעמאלס איז געווען א זיידע, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, און מ'האט געברענגט אלע אייניקלעך'ס שמחות צו די שטאט וואו ער האט געוואוינט. משא"כ ר' אהרן וואוינט אין קרית יואל, און פאר פראפעגאנדע צילן שלעפט מען אריין די חתונה קיין וויליאמסבורג.
(חוץ אויב דו ווילסט אננעמען די ווערסיע פון דעם אייזענעם קאפ פון לובלין, שלום לאנדא, וואס האט געמאכט א לעדערהע"ד פאר דעם עם הארץ גלייך נאך די פטירה פון ברך משה, און געשריבן דערויף די אדרעס פון 152 יוז סטריט...)
נשלח ב-13/1/2011 21:39
איז פארוואס איז ר' זלמן לייב צוריק געלאפן קיין בארא פארק צו די מצוה טאנץ ווען דער גרויסער זיידע האט געוואוינט אין וויליאמסבורג? אפשר ווייל עס איז געווען פרשת חיי שרה?
נשלח ב-13/1/2011 21:45
דזשיגאן כתב:
לעצטענס האבן זיך ב"ה אנגעהויבן מערן שמחות ביים עם הארץ אין שטוב ווי די פרעש,
ויקוצו מפני בני ישראל
אויב ווילסטו שטארק הערן א תירוץ וועל איך דיר זאגן
די חתונה באלאנגט אין ב"פ, היות 53 איז נישט גענוג גרויס צו אקאמאדירן דעם ציבור ברענגט מען עס קיין וומסב"ג
_________________
נשלח ב-13/1/2011 21:52
הופפער איז אויך צו קליין, איך האלט עטץ זאלטס נאכאמאל עס מאכן אין פאלאסקי קאמפלעקס.
נשלח ב-13/1/2011 23:11
הודעה פון סקאטמאלען
חתונה אין וומ"ב פון אייניקל פון סאטמאר רבי שליט"א - מהר"א
כידוע, איז חתונות ביי אייניקלעך פון סאטמארע רבי שליט"א שוין נישט קיין נייעס, קע"ה,
נאטורליך איז שוין אזוי דארט אז חסידי ר' אהרן קומען שוין נישט צו אלע חתונות, אזא גאטונג ווי אין וויזניץ, אדער סקווירא, ווי נאר די חסידים וואס וואוינען אינעם שטאט פונעם שמחה קומען געווענליך צו די חתונות,
די חתונה גייט זיין אין וויליאמסבורג, אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד אויף הופער סט, די חסידים פון שטאט וועלן דאסמאל האבן די זכי' זיך צו באטייליגן
נאר א דעמאנונג: אז די סאטמארע חתונות ביי ר' אהרן איז זייער פונטליך אין פרי, דער רבי קומט אריין 5:30 שארף, אפי' זאל נאר זיין א מנין מענטשן, אין בערך 1:30 איז אלעס פארטיג,
ביטע נאר באריכטן דא טריקענע באריכטן פון די גרויסער רעבישע שמחה
ומשמחה זו יושפע שפע רב.
נשלח ב-14/1/2011 02:27
סענעטאר כתב:
דער חילוק איז אז דעמאלס איז געווען א זיידע, ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, און מ'האט געברענגט אלע אייניקלעך'ס שמחות צו די שטאט וואו ער האט געוואוינט. משא"כ ר' אהרן וואוינט אין קרית יואל, און פאר פראפעגאנדע צילן שלעפט מען אריין די חתונה קיין וויליאמסבורג.
(חוץ אויב דו ווילסט אננעמען די ווערסיע פון דעם אייזענעם קאפ פון לובלין, שלום לאנדא, וואס האט געמאכט א לעדערהע"ד פאר דעם עם הארץ גלייך נאך די פטירה פון ברך משה, און געשריבן דערויף די אדרעס פון 152 יוז סטריט...)
קענסטו נישט די היסטאריע פון סאטמאר, איך פארשטיי דיר בחור'ל דו ביסט דאך נישט ניטאמאל געווען א תינוק בן יומא. גאר אסאך חתונה'ת זענען נישט געווען אין וויליאמסבורג, נאר אינדרויסן פון שטאט, קרית יואל וכו' דער ברך משה האט קיינמאל נישט פארלאנגט אז עס זאל זיין ביי אים, דו קענסט אים נישט, ער איז געווען א וותרן שאין כדגמתו. (אפשר האט ער געוואלט אז מ'זאל ברענגען זיין אייניקל ביום חפתו, דאס יא).
ווען ער מאכט ווען אין ב"פ וואלסטו געשריגן:
נעבעך אהרן טייטלבוים, יצחק ראזענבערג וויל אים שוין נישט אריינלאזן ביי זיך אין ביהמ"ד, האט אהרן נעבעך געדארפט זיך אפטראגן אין 53 וואס עס איז אזוי גרויס ווי די קאווע שטיבל פון ראדני, יא יא, דער אהרן האט געמיינט אז ער גייט ווערן רשכבה"ג, אבער צום סוף האט מען אים אפילו פון הופפער ארויסגעשטעלט.
ווען ער מאכט ווען חתונה אין קר"י וואלסטו געשריגן:
דער אהרן, אפילו אויף זיינע אייניקלעך האט ער נישט רחמנות, אלעס כדי צו ווייזן אז ער האט די קליינע, פיצי, קוים זעהבארע ווייסע שוהל, גייט ער חתונה מאכן אין קר"י בשעת די קאפל גייט וואוינען אין ב"פ און נאך זיין 8 שעה'דיגע מצווה טאנץ וועלכע גייט זיך ענדיגן נאך 5 פארטאגס, גייען זיי זיך נעבעך שלעפן קיין ב"פ. רשע וואס דו ביסט, אפילו אויף דיינע אייניקלעך האסט נישט רחמנות.
אינגעלע, מאך קיינעם נישט משוגע,האסט עפעס א גוטס זאג עס, סתם וואס מ'שמעוסט אין דיין קלאס היינט ביי די לאנטש נאכן שפילן ביזנעס קארדס, איז קיינעם נישט אינטערעסאנט
נשלח ב-18/1/2011 21:17
הודעה פון סקאט מאלען
היינט חתונה אין וומ"ב פון אייניקל פון סאטמארע רבי שליט"א - מהר"א
כידוע, איז חתונות ביי אייניקלעך פון סאטמארע רבי שליט"א שוין נישט קיין נייעס, קע"ה,
נאטורליך איז שוין אזוי דארט אז חסידי ר' אהרן קומען שוין נישט צו אלע חתונות, אזא גאטונג ווי אין וויזניץ, אדער סקווירא, ווי נאר די חסידים וואס וואוינען אינעם שטאט פונעם שמחה קומען געווענליך צו די חתונות,
די חתונה גייט זיין אין וויליאמסבורג, אין גרויסן סאטמארען ביהמ"ד אויף הופער סט, די חסידים פון שטאט וועלן דאסמאל האבן די זכי' זיך צו באטייליגן
ווארשיינליך צוליב פראקטישע סיבות איז עס אין וומ"ב, ווי עס איז מעשים בכל יום אז מחותנים פון פרעמדע שטעט, מאכן חתונות אין זאלן פון פרעמדע שטעט, מסתמא, ווייל וומ"ב וואוינען דאס מערסטע סאטמארע חסידים און זיי האבן א גרויס ביהמ"ד, און די כלה וואוינט דאך אין ברוקלין, (נאר השערות),
די חופה גייט זיין אין פארנט פון די סאטמארע ת"ת אויף ווייט עוועניו, זייער א פראקטיש פלאץ, ווייל ס'סיי נונט צו די ביהמ"ד ווי די מענער גייען זיין, און סיי צו ראוז-קעסטיל, ווי די פרויען גייען זיין, אזוי אז מ'דארף נישט קיין שום טרענספארטעישן
נאר א דעמאנונג: אז די סאטמארע חתונות ביי ר' אהרן'ען איז זייער פונטליך אין פרי, אן קיין חכמות, דער רבי קומט אריין 5:30 שארף, אפי' זאל נאר זיין א מנין מענטשן, אין בערך 1:30 איז אלעס פארטיג,
ביטע נאר באריכטן דא טריקענע באריכטן פון די גרויסער רעבישע שמחה
ומשמחה זו יושפע שפע רב.
_________________
נשלח ב-19/1/2011 21:28
איך זעה אז אויפן אהרונישן קאלענדער איז היינט ד' משפטים.......... אזוי איז געשטאנען אין גוט מארגען היינט ביי די אינוויטעישען צו די באראפארקע חתונה אין הופער...
איך זעה אז אויפן אהרונישן קאלענדער איז היינט ד' משפטים.......... אזוי איז געשטאנען אין גוט מארגען היינט ביי די אינוויטעישען צו די באראפארקע חתונה אין הופער...
נשלח ב-19/1/2011 21:48
דענקט נאך איינער ביי די פאפא חתונה דעם ווינטער ווי די אהרונים האבן געשאלטן אז מ'האט אפגעשפארט די גאסן, ווייל מענצער און גאלדבערגער האבן דאס ערלעדיגט?
יעצט קומט פאר דאס זעלביגע ביי די בארא פארק'ע חתונה וואס קומט פאר אין הופפער היינט נאכט, לכבוד דעם וואס דער פאפא רבי פון קרית יואל וועט אריינקומען, זענען די גאסן אין וויליאמסבורג שוין אפגעשפארט, ווייל ארי' לייב גלאנץ מעג יא. הא לן והא להו.
אגב, אויב האט זיך איינער געווינדערט אינעם אמת'ן ציהל פון ברענגן די חתונה קיין וויליאמסבורג, אז דאס איז בלויז צו האבן א גרעסערן עולם, כאפט א בליק אויף די פראפעגאנדע - אפשפארן גאסן וואס קומט פאר, און די טעקסט מעסעדזשעס מיט בילדער וואס ווערן נאכאנאנד געשיקט וויאזוי דער שר המוסרים אריה לייב גלאנץ שפארט אפ גאסן.