בית פורומים אידישע געדאנק

עם הארץ פראקלאמירט: בתוך עמ"י אנוכי יושבת..

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2011 21:21 לינק ישיר 
עם הארץ פראקלאמירט: בתוך עמ"י אנוכי יושבת..

אין א פרישן פראפעגאנדע פרואוו האט דער עם הארץ די היינטיגע וואך געגעבן א אונטערוויו פאר זיין ידיד נאמן, דער משכיל יצחק פראנקפורטער, וועלכער איז געדרוקט געווארן אין זיין נארוואס ארויסגעגעבנע "עמי" אויסגאבע. א אונטערוויו מיטן עם הארץ איז דאך שוין היינט נישט קיין שום חידוש, האט מען למען המצב צוגעשטעלט אפאר פירער פון די או. יו. ארגענעזאציע, כדי צו מאכן דעם ארטיקל אטראקטיוו, נעמליך דער סאטמארער רבי פון קרית יואל (אוי אוי ווי דאס טוט וויי...) טרעפט זיך מיט די פירער פון די או. יו. צו דיסקוסירן "כשרות" אויף וואס דער עם הארץ איז מכלומרשט דער גרעסטער און בעסטער מבין.
 
דער זעלבער שרייבער האט שוין ביי א צאל פריערדיגע געלעגנהייטן 'זוכה' געווען אריינצוגיין אל הקודש פנימה פון דעם דזישגאן עם הארץ, הערן פון זיינע פערל רייד און איר ברענגן צום המון עם וואס לעכצן נאך א גוט ווארט פונעם עם הארץ און ווארטן מיט שפאנונג צו הערן פון זיין פקחות. דער קלימאקס איז געווען דער אונטערוויו וואס דער עם הארץ האט געשאנקן פאר יצחק פראנקפורטער נאך זייענדיג א שרייבער אין די "משפחה" מאגאזין, איידער ער האט זיך צוקריגט מיט די ארטיגע רעדעאקציע, און ער האט געעפענט א נייע מאגאזין מיטן נאמען "עמי".
 
עס איז נאר אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער זעלבער שרייבער וואס האט דאסמאל געהאט די זכי' צו רעדן צום עם הארץ, האט לעצטענס געשריבן א גאנצן מאמר מיט א געפערליכן סילוף אויף תולדות רביה"ק מסאטמאר זי"ע, ווי כאילו דער רבי איז געווען א חתן צו א געוויסע רבי אין אונגארן איידער ער האט חתונה געהאט בזיווג שני צו הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע"ה, נאר אויפן פארלאנג פון די טעכטער האט ער אפגעלאזט דעם שידוך.
 
בכלל איז דער גאנצער עמי אויסגאבע געגרינדעט געווארן צו פארשפרייטן השכלה ביים היימישן ציבור. דער יצחק פראנקפורטער איז א אויסגערופענער משכיל, און האט שוין אפגעפירט היימישע אינגעלייט פון דרך המסורה, דורכן זיי אויפקלערן מיט דברי כפירה ה"י. יצחק האט גענומען אלס ספאנסאר פאר די אויסגאבע א אינגערמאן מ. ל. וואס האט אמאל געוואוינט אין וויליאמסבורג, און איז אויפגעקלערט געווארן דורך יצחק, און זיך אריבערגעצויגן קיין מאנהעטען אפלאזענדיג זיין חסידישן לבוש און מסורה.
 
דעריבער איז דאס גאר א פאסיגער שידוך צווישן דעם דזישגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים מיט דעם משכיל יצחק פראנקפורטער. און נישט פארגעסן די הייליגע "או. יו." ארגענעזאציע.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:28 לינק ישיר 

פלוץ יפלצין, נאך אזוי שיין ווי די מישפאכא!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:34 לינק ישיר 

א כבוד אין עהערע טאקע פאר א "סאטמארער רבי" אז ער דארף זיך נעבעך לאזן באשרייבן, פאר פראפעגאנדע ציהלן, אין זייערע מאגאזינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:34 לינק ישיר 

האט ער דערציילט עפעס פרישע מופתים וואס ער האט באוויזען דאס יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 21:43 לינק ישיר 

סענעטאר כתב:
א כבוד אין עהערע טאקע פאר א "סאטמארער רבי" אז ער דארף זיך נעבעך לאזן באשרייבן, פאר פראפעגאנדע ציהלן, אין זייערע מאגאזינען.

אז דער דברי יואל האט זיך געלאזט באשרייבן אין ידיעות אחרונות, און אין פנים אל פנים, דער ברך משה האט זיך געלאזט באשרייבן אין מישפאכא, מעג זיך כ''ק רבינו שליט''א אויך לאזן באשרייבן, ער איז דאך סוף כל סוף זייער ממלא מקום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 22:18 לינק ישיר 

אגב איז דער משכיל פראנקפורטער אן איידעם ביי לייבי פריעדמאן, דער סאטמארער סגן ראה"ק.


ער וואלט זיכער ענדערש געפאמפט דעם רבי'ן זאל זיין געזונט, ווען ער קאאפערירט ווען.

סאו מען קען אים נישט בלעימען פארן זוכן "סקופס" ביי ר' אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 23:44 לינק ישיר 

הא הא הא! א יעדעס מאל וואס א וועלט-בארימטער אויסגאבע זוכט אויס א גוטער נושא, צו באהאנדלן אז זייער מאגעזין זאל זיך פארקויפן אין די טויזענטער, און ווען זיי נעמען צווישן די פילצאליגע רבנים מהר"א מסאטמאר, רופט עס באלד ארויס אויפברויז ביי זיינע שונאים, איי איז דאס א נחת... יו האב איך איצט א שמייכל אויף מיין געזוכט בשעת איך שרייב אז איך האב א שמייכל...

עס וועט אייך גארנישט העלפן, מהרז"ל האט זיך פלאצירט  אויף בעדפארד, אבער חוץ פון דעם קענסטו מיר נישט אנצייגען אויף איין זאך אז ער זאל האבן משפיע געווען פאר כלל ישראל, און כלל ישראל זאל ריכטיג געניסן פון זיינע אויפטוהן... אזש עס זאל זיין אינטערסאנט פאר א וועלט-בארימטע אויסגאבע איר צו ברענגען אלס דער קאווער-סטארי.

רבותי! איר קענט שטויסן און באכענען, ארויף אראפ, אהער און אהין...און ווי נישט...אויף אלע אויפנים, און אלע סארטן וועגען...אבער דאס אז מהר"א האט צום פארקויפן מיינט גאר אסאך פאר אזוינע אויסגאבעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2011 23:56 לינק ישיר 

מהר''א איז א איש המעש (יא גוט נישט גוט) איז דא אסאך צו שרייבען, פון מהרז''ל איז נישט דא וואס צו שרייבען (אפשר איז דאס א גוטע זאך)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 00:13 לינק ישיר 

outspoken כתב:
מהר''א איז א איש המעש (יא גוט נישט גוט) איז דא אסאך צו שרייבען, פון מהרז''ל איז נישט דא וואס צו שרייבען (אפשר איז דאס א גוטע זאך)

 
נישט גוט ארויסגעברענגט. דער אהרוני פאמפט פאר די גאס אז ער איז א אזוי גערופענער איש המעש, און דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג נישט, פינטל.
 
אדרבה, זאג דו מיר, ווען ר' אהרן טייטלבוים שטעלט ווען אהער פארן ציבור אזא פראכטפולער זאל ווי פרדס פיגא, וואלטן מיר געהאט צו הערן און צו געדענקן פאר א גאנץ לעבן דערפון, יא? וואס טוט זיך אבער אז דער אונטערנעמער דערפון איז געווען דער סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג, איז קוים וואס מ'הערט דערוועגן, און דאס ביסל וואס מ'הערט שוין יא איז אז אליעזר קעסטנבוים האט דאס מנדב געווען, אבער דאס אז דער רבי האט דערפאר געשוויצט און געשנארט און פאקטיש געברענגט לידי מעשה, דאס רעדט שוין קיינער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 00:18 לינק ישיר 

חזקה כתב:
רבותי! איר קענט שטויסן און באכענען, ארויף אראפ, אהער און אהין...און ווי נישט...אויף אלע אויפנים, און אלע סארטן וועגען...אבער דאס אז מהר"א האט צום פארקויפן מיינט גאר אסאך פאר אזוינע אויסגאבעס.

 
אמת, מיר שטויסן און באכענען אויף דעם וואס מהר"א האט צו "באצאלן" פאר די אלע אויסגאבעס אז זיי זאלן אים באשרייבן, גארנישט מער. פון אונזער זייט זאל ער ארומגיין צו יעדן צייטונג אויף די וועלט און זען אז זיי זאלן האבן א אונטערוויו צו א קאווער סטארי פון "סאטמארער רבי פון קרית יואל", אזוי ארום מאכט ער פרייע אנאנסירונגען פאר די זאליס אז ס'דא "נאך" א סאטמאר, א זאך וואס דער ר' אהרן זעלבסט וויל נישט אנערקענען.

תוקן על ידי טאטעלע ב- 14/01/2011 00:21:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 00:27 לינק ישיר 

משהלע כתב:
אז דער דברי יואל האט זיך געלאזט באשרייבן אין ידיעות אחרונות, און אין פנים אל פנים, דער ברך משה האט זיך געלאזט באשרייבן אין מישפאכא, מעג זיך כ''ק רבינו שליט''א אויך לאזן באשרייבן, ער איז דאך סוף כל סוף זייער ממלא מקום.

 
דער חילוק איז נאר אז ביים רבין ז"ל זענען אים די צייטונג שרייבער נאכגעלאפן און פרובירט פון אים ארויסצורוקן א ווארט, און ווען ער האט שוין יא גערעדט מיט זיי האט ער דאס גענוצט צו פארשפרייטן זיין מלחמה קעגן ציונות. דער עם הארץ און שטריק אבער, לויפט נאך די צייטונג שרייבער זיי זאלן פון אים שרייבן א ווארט, און ווען ער רעדט מיט זיי פרובירט ער זיך אגאנצן צייט אהערצושטעלן כאילו ער איז נישט דער גרויסער עקסטרעמיסט, ער פארשטייט דעם דור, ער פארשטייט די אנדערע זייט מטבע אויך. א שטייגער ווי די וואך וואס ער האט זיך פאטאגריפירט מיט או. יו. פירער אויפן דעקל, כדי זיך צו געפעלען פאר די פרעמדע און מאדערנע גאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 00:27 לינק ישיר 

רבותי! איר ווילט הערן א אינטערסאנטע זאך???....איין מינוט, לאז מיר געבן א טיפער אטעם......!

פון מהרז"ל הערט מען נישט קיין פיפס ווען ער ברענגט זאכענעס לידי מעשה...אבער אינטערסאנט איז....ווען הערט מען יא פון אים??? ווען הערט מען אז "עכט" שטילערהייט שוויצט ער פון בעדפארד?... ווען א געוויסע פובליקאציע ווייסט איבער זאכן וואס מהר"א פאלט ביי....און פירט עס אויס...און טוט עס באשרייבן. כ'מיין נישט צו זאגען ווען עס קומט א נדבן און זאגט ער גייט מנדב זיין און טוהן...אבער ווען עס קומט למעשה...דארף איינער קומען עס ברענגען לידי מעשה... מען רעדט דא פון זאכן וואס מען ווייסט שוין, עמ"י קומט נישט דא דערציילן נייע זאכן, דאס וואס מיר ווייסן שוין חזר'ט ער איבער און דערשנאפט נאך אינפארמאציע איבער ווייטערדיגע חידושים וואס רבן של ישראל גייט משפיע זיין.

רבותי! טאטעלע האסט גארנישט געטוה אנדערש ווי איך האב געזאגט...אלע צוזאמען...א באכע אהער, א ציפ אהין....פארשידענע גרימאסן אויפאמאל....א קרעכטץ און א זיפטץ....ווילדע געשרייען און שטארקע עסענישן....


פון בעדפארד קיין סאטמאר....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 00:31 לינק ישיר 

חזקה, חוץ פארמערן פינטלעך אין דיין תגובה פארשטיי איך נישט וואס דו האסט געזאגט. וואו זעסטו יעצט, שוין נאך וואס עמי האט באשריבן דעם הייליגן עם הארץ פון מאנרא אז דעם וויליאמסבורג סאטמארער רבי'ס מעשים ווערן מפורסם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 01:10 לינק ישיר 

מהרז"ל'ס מעשים זענען שוין נישט די ערשטע, און נישט די צווייטע מאל מפורסם געווארן, איין מאל אינעם "משפחה" מאגאזין, און אזוי ווייטער ביי אלע אנדערע גלעגענהייטן ווען עס איז גערעדט און געשריבן געווארן איבער די היסטארישע אויפטוהן איבער די חתונה תקנות, דאן ווערט מפורסם מהרז"ל'ס אויפטוהן.

ווייל די גאנצע "פרדס פיגא" וואס איז געקומען לידי מעשה איז א בלויזער תוצאה פון זיין ברודער מהר"א'ס היסטארישע אינטערנעמונג, וואס ער האט עס נישט נאר געברענגט לידי מעשה, נאר עס איז אויך זיין געדאנק, און צו דעם אויך אויפגעטוהן אז זיין ברודער זאל אים נאכטוהן און ברענגען לידי מעשה.

דעריבער א יעדעס מאל וואס עס ווערט דערמאנט און מפורסם, נישט קיין חילוק אויף סיי וועלכע פארמאט "חתונה תקנות" רעדט מען אויך פון פרדס פיגא, וואס דאס איז רבי אהרן'ס פירות!!!

איצט, קיפ אן באכענונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 01:36 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס די AMI איז נישט געווען צום האבן 2 וואכן צוריק, נאכן עס דעליווערן?
(איך וויל נישט שרייבן ניול פה, סא לאז איך עס פאר ענק אויסצופיגערן)

צו זעהן די ציהל פון די אמי אויסגאבע, קוקט וויאזוי איר הויפט פינאנצירער קוקט לעצנס אויס, א שרעק!
זיי האבן א סקערי ציהל מיט'ן אויסגאבע כידוע ליודעי דבר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2011 01:38 לינק ישיר 

מ'האט עס נאכ'ן דעליווערן צוריק אויפגעפיקט און עס איבערגעדריקט נאכ'ן צענזורין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עם הארץ פראקלאמירט: בתוך עמ"י אנוכי יושבת..
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext