| נשלח ב-14/1/2011 16:22 |
|
| |
BREAKING! Appellate division: Zalli's no Authority on Beias Hacheiam!
The Decision of the appellate division confirms the decision of lower court of justice Demeres that the Zalli"s doesn't have any authority on Beias Hacheiam
http://www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2011/2011_00179.htm
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 17:24 |
|
| |
די זאליס האבן געווינען, מען גייט זיי נישט צווינגען צו ליגן ביי די אהרונים, זיי וועלן קענען גיין צו פאללאק מרצונם הטוב...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 17:26 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 18:00 |
|
| |
איך האב טאקע געמאכט א דזשאק, אבער ביי די צוריק געבליבענע, איז דאס זייער כסדר'דיגער מהלך, זיי געווינען אייביג,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 18:22 |
|
| |
אין איין ווארט:
אזוי ווי דער חכם מכל האדם הרב שאול פערלשטיין האט שוין פארויסגעזאגט מיט אנדערהאלבן יאהר צירוק:
"אלעס בלייבט ביים אלטן!"
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:10 |
|
| |
עס איז באמת זיס צו זעהן ווי די פיטערן זייער עולם וואס פאר א געווינס זיי האבען געהאט  כ'קען קוים ווארטן אויף די נעקטסע העליקאפטער אקציע
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:13 |
|
| |
והעיקר: מ'דארף דאנקען אין לויבן דעם אויבערשטן אז דער מקום קדוש ווערט געראטעווט מדי זרים אין די בית החיים אשר שם חלקת מחוקק ספון וועט בלייבן אפגעהיטן בכבוד הראוי, ריין פין מוסרים, בעלי מחלוקת, וכדומה
עד הנה עזרנו רחמיך ד' אלוקינו ..... ואל תטשנו לנצח
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 19:41 |
|
| |
הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!
מיט דאנק צום רבוש"ע איז נאכמאל געראטעוועט געווארן די בית החיים דקהלתינו הק', און מרנן רבותינו בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע וואס ליגן אינעם בית החיים, פון אריינפאלען אין די הענט פון די הולכי ערכאות העולמי, ולבג"ץ הציוני.
די אפאלאט געריכט האט באשטעטיגט די פסק פונעם ריכטער, און מען קען נישט צווינגען קהלתינו הק', צו באגראבען די 9 מוסרים, קוטשי וואלי, יוסף מאסרי, הערש אלימלך כהנא, וכו', אינעם בית החיים דקהלתינו הק', איצט וועלן די אלע מוסרים קענען ליגן אין פאלאקס, און נישט מטמא זיין די בית החיים דקהלתינו מקום מנוחתם של רבותינו הק'.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/1/2011 21:32 |
|
| |
עס איז גאר א גוטע בשורה פאר סאטמארע חסידים אז די חברה קדושה וועלן נישט ברויכן באערדיגן די מוסרים ומלשינים אינעם ביה"ח פון קהל יטב לב.
פון די אנדערע זייט האפן ערליכע אידן אז די כת המוסרים והולכים בערכאות וועלן איינזעהן אז אין געריכט באקומט מען נישט גארנישט, און זיי וועלן איינמאל פאר אלעמאל זיך ברעכן און זיך זעצן צו דין תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 04:26 |
|
| |
עס וואלט געווען כדאי אויב איינער קען אויסרעכנן די נעמען פון די 9 שאנדפולע תובעים בערכעות ומרימי יד בתורת משה,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 07:55 |
|
| |
WILMOS FRIEDMAN, HERMAN KAHAN, ZIGMOND BRACH, JOSE MASRI, ERVIN ROSNER, MORRIS FRIEDMAN, JOSEPH EPSTEIN, HERMAN LANDAU, MOSES SPIELMAN and all others similarly situated,
Plaintiffs ,
-against-
CYL CEMETERY, INC., CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR, INC., CHEVRE KADISHE D'SATMAR, a division of CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR, INC., CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR OF KIRYAS JOEL, INC., CENTRAL CONGREGATION YETEV LEV
D'SATMAR, INC., RABBI EZRIEL GLUCK, JOSEPH WEISS, MOSES WITRIOL, NEW YORK STATE POLICE, DAVID MARKOWITZ,
CHAIM ELIEZER GROSS, JOEL KAUFMAN, DAVID EKSTEIN, ELIAS HOROWITZ, and SHLOMO WERTZBERGER,
ORDER TO SHOW CAUSE
c
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 22:48 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 01:13 |
|
| |
| belony כתב: |  | | WILMOS FRIEDMAN, HERMAN KAHAN, ZIGMOND BRACH, JOSE MASRI, ERVIN ROSNER, MORRIS FRIEDMAN, JOSEPH EPSTEIN, HERMAN LANDAU, MOSES SPIELMAN and all others similarly situated, Plaintiffs , -against- CYL CEMETERY, INC., CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR, INC., CHEVRE KADISHE D'SATMAR, a division of CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR, INC., CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR OF KIRYAS JOEL, INC., CENTRAL CONGREGATION YETEV LEV D'SATMAR, INC., RABBI EZRIEL GLUCK, JOSEPH WEISS, MOSES WITRIOL, NEW YORK STATE POLICE, DAVID MARKOWITZ, CHAIM ELIEZER GROSS, JOEL KAUFMAN, DAVID EKSTEIN, ELIAS HOROWITZ, and SHLOMO WERTZBERGER, ORDER TO SHOW CAUSE c |
|
ברענג ביטע די נעמען וואס זיי האבען געהאט פאר זיי זענען געווארען הולכים בערכעות
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 01:31 |
|
| |
ברוך השם, אז מיר האבן כאטש "עפעס" געווינען פון די גאנצע מחלוקה די לעצטע 10 יאר, די ביה"ח
עס דאכט זיך מיר,אז די בית החיים אינאיינעם מיט די מתיבתה בנינים, זענענן די איינציגעסטע צוויי זאכן וואס מיר האבן געווינענן איבער די זאליס!! חוץ די צוויי זאכען האבן זיי אלעס געווינענן!!! איך זע נישט פארוואס מען איז אזוי העפי דערמיט?! עס דעמאנסטרירט נאר איינמאל און נאכאמאל, וואס פארא געלונגענע על השחיטה, די זאליס מיט זייער מאפיא האבן דורכגעפירט אויף אונז, און זיי האבן אונז אונז אלעס צוגענימען חוץ די ביה"ח, נעבעך פאר אזא געווינס,
איך וואלט זיך גערן געטוישט מיט די זאליס, תן לי הרכוש,......................!!!!!!!!!!!!
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 17/01/2011 01:47:01
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 02:28 |
|
| |
דער שר מקוצי האט שוין עטליכע מאל געוויזן זיין ציהל דא
אבער דאך וועל איך נעמען די מי אין אים ענטפרן
אז מ'קוקט גיט צירוק
שטעלט זיך ארויס גאנץ א אנדערע בילד
ווייל די זעלבע וועג וויאזוי די זאליס האבען געכאפט וויליאמסבורג אין ירושלים, אנטווערפן, די ת''ת אין לאנדאן, האבען זיי אויך געכאפט קרית יואל, ב''פ, לאנדאן, בני ברק, מאנטשעסטר
משה פרידמאן דער משתב''ק האט שטענדיג אריינגשטעלט זיינע מענטשן אין אלע פירענדע פאזיציעס אין סאטמאר, אין דארט ווי נישט האט ער זיכער געמאכט אז די וואס שטייען בראש זאלען זיין שטארק פארפליכטעד צו אים אין נאכטאנצען זיין ווילן
פרעגט אייך נאך ווי נאנט אין פארפליכטעד ר' בערל פרידמאן, ר' אברהם ווידער, ר' אהרן וועלץ, ר' ישעי' וואלף לעוו, ר' משה חיים ווייס, ר' בעריש ווייס, וכו' זענען געווען מיט דעם משתב''ק ביז תשנ''ט
ווען ס'איז געקומען די צייט וואס דער משתב''ק האט אפגעמאכט אז די צייט איז גענוג רייף אין מ'קען שוין שיקען ר' אהרן פארקויפן פענסילס אין מאכען פאר א {ר'} ישראליק פין וויזניץ (עפ''ל)
איז ער געווען זיכער אז אלעס וועט פארען ווי געפלאנט ווי ער האט געהאט אפגעמאכט מיט די שני בני רבינו פין פאראויס
אין נעמען די גאנצע מלכות סאטמאר מיט אירע רבבות תלמידים וחסידים אין געבן אין די האנט פין א לאו לייף א ליידיגע שטריק אין לץ א תלמיד פין איינס פין די גרעסטע ליצים כידוע
למעשה איז אבער ב''ה נישט געווען ווי ער האט געוואלט,
ירושלים האט ער טאקע געהאט אין די האנט, די זעלבע מיט אנטווערפן מיט די בילדינגס, שלום ציק מיט ת''ת, די בילדינג פין די מוסדות אין וומ''ס,
אבער די גרעסערע חלק ראה''ק ומנהלי המוסדות האבען אים יא געוויזן די רוקן (ר חיים יושע האט געזאגט כ'נעם עס פאר מיר,)
נאר ארגער איז געווען זיין דורכפאל מיט די 'מענטשן' ווען כמעט קיינער פין די רבבות חסידי סאטמאר האבען נישט מיטגאטאנעצן מיט זיין נייע וואגען אין האבען נישט אנערקענט אין דעם ליידיגען וועקי שטריק.
ווען ער האט געזעהן ווי שלעכט ער האט זיך פארערכנט, ספעציעל מיט די ''מענטשן'' ווען רובם ככולם חסידי סאטמאר איז קיינער נישט מיטגעגאנגען מיט דעם בועט באביו,
אין ער האט געמוזט זיך אראפלאזען אזי נידריג אין לעקן די בלוט שונאים פין סאטמאר, אנגעהויבן פין אזא ברי' ווי דער מסור ומלשין יוסל וואלדמאן אין גענדיגט ביי אזעלכע ווי הרב דאמפ אדער הרב מארגענשטערן,
האט ער אינאיינעם מיט די שב''ר אנגעהויבן פארשידענע מערכות ניצענדיג רבינו בעל ברך משה פאר זייער פריוואטע שטעקן צו קענען צירוקכאפען נכסים אין מענטשן
אבער חוץ אין ביי קהל וומ''ס { - דערווייל} האט ער גארנישט געקענט צירוקכאפען
מיר געדענקן נאך גיט זייערע פראווען צו קענען צירוקכאפען אין נעמען קאנטראל פין סאטמאר מיט זייער זשיהאד טעראר גרופע
מיר געדענקן זיינע טעגליכע פריווען אין קרית יואל צו ווארפן ר' דוד עקשטיין נאכדעם ביי ר' עמרם כהן
מיר געדענקן נאך ווען דער שטריק אליין'ס האט פראבירט זיך אריינצורייסן אין ב''פ שול
אין ווער ער איז געבליבן ללעג ולקלס האט ער געמאכט אן אסיפה אין אראפגעשלפעט זיין טאטע ז''ל אויף ב''פ
(נאך יארען וואס ער פלעגט שוין נישט קומן צו דינער פאר די מוסדות)
אין געמאכט א גאנצע שפיל אין פראבירט צו טוישן גבאים אין ביהמ''ד
די זעלבע האט ער פראבירט ביי די נסיעה אין לאנדאן
ווי ס'איז געלונגען פאר דעם שטריק א חי שעה ווען ער האט פארגלערנט פרק שבת נאכמיטוג אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד
נאכפאלגענדיג אין מאנטשעסטער ווי דער שטריק איז געבליבן ווארטן אין באן סטאנציע ווי א לוזער
די זעלבע האט ער פראבירט אין ב''ב ביי זיין נסיעה
ווען ער האט פראבירט צו מאכען א קבלת פנים אין ביהמ''ד הגדול אין שיכון
אין שפעטער ווען ס'איז אים נישט געלונגן האבען די גנבים צירוקגעהאלטן די געלט פין מוסדות יטב לב
נאכדעם האט ער ווידער פראבירט אין ב''פ פשוט אין פרעך דורך ערכעות
נאכפאלגענדיג אין ב''ב אין קיין שום בושה פרעכערהייט דורך די ציוניסטישע בג''ץ
די זעלבע מיט די בניני המתיבתא ביי פרשת אביגדור
די זעלבע מיט בית רבינו אין קרית יואל דורך קהל עצי חיים
שוין אפגערעדט פין די בניני הקהילה אין קרית יואל וואס מ'האט אפגעראטעוועט אין די לעצטע מיניט ממש
די זעלבע מיטן ביה''ח אנגעהויבן ביי די העליקאפטער אקציע דערנאך ביי די פולע קלאגעס אין ערכעות
אין נאך צענדליגע פראווען מיט גניבות אין טעראר קעגן קהילות אין יחידים, וואס וועט נעמען גאנצע בלעטער צו באשרייבן
אבער מ'דארף דאנקען דעם אייבירשטען אז והי' המחנה הנשאר לפליטה
אין דארט ווי נישט האט מען מיט גרויס סיעתא דשמיא באוויזן אהערצושטעלן פרישע פרעכטיגע בנינים
א שטייגער ווי די נייע בנינים אין אנטווערפן, די נייע בינינם אין ירושלים אפגערעדט פין די בנינים אין וומ''ס
(אין וומ''ס אליין פארמאגן שוין היינט די ארונים קרוב צו 100,000 טויזענט אין ריעל עסטעיט, רעכן צאם וועט איר זיך איבערצייגן)
ועוד ידינו נטי' בעזהשי''ת
די סיבה פונעם ביה''ח'ס ניצחון איז אזוי גרויס איז ציליב די אייגענארטיגקייט פונעם ביה''ח וואס איז מער ווי אלעם
ווייל ווי פארשטענדליך בילדינגס קען מען אייביג ריפלעיסן אויב נישט אין 1 יאר וועט עס נעמען לענגער
אבער א בית החיים איז א זאך וואס שטייט ביז תחית המתים
אין דער אנדערער צד וועט אייביג מוזען צוקומען צו זייערע שונאים, אפי' ס'וועט זיי געלנוגן צו פראגראמען ביי זייער עולם אז אלעס איז איינס אין אלעס בלייבט ביים אלטען איז עס קיינמאל נישט ריפלעיסבל
אין וועגן דעם דארף מען דאנקען אין לויבן דעם אייבירשטן
בהודי' על העבר ובקשה על העתיד עד הנה עזרנו רחמיך כו'
תוקן על ידי rebyankel ב- 17/01/2011 02:43:36
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 06:12 |
|
| |
רעב יענקל
כ'האב איבער געליינט דיין תגובה איינמאל און נאכאמאל
באדעם ליין זאגסטו אויך די זעלבע ווי מיר, און וומסב"ג האט אונז די מאפיא אלעס צוגענימען
פארוואס אטעקירסטע מיר כאילו איך איך האב עפעס א ציל דא???
יא! איך ווייס אז און קר"י און אין בארא פארק האבן מיר אלעס!
מען האט זיך אבער געשלאגן און וומסב"ג און דארט האט דער גנב ורע לבב אויסגעפירט
דערפאר פארשטיי איך נישט די גרויסע שמחה מיטען ביה"ח, א כפרה א ביה"ח
יעדער איד מאנשי שלומינו וואלט אויפגעטוישט ביהמ"ד החדש אויף בעדפארד/ ראדני/ קליימער/ בנין ויאל משה/ בית רבינו זי"ע/ בנין ברכה סימא / ראטלידש / קיעפ סטריט ועוד ועוד מיטען בית החיים
יא איך ווייס אז ער איז א גנב, ער איז א מסרב לדין,
אבער טאנץ נישט חסדי השם, אז די טויטע האבן ווי צו ליגען, בשעת רבינו שליט"א האט זיין הויז אויף יוז סטריט און מיר האבן אונזער ביהמ"ד אויף הופער,!!
|
|
|
|
|