| נשלח ב-14/1/2011 19:32 |
|
| |
שמחת מלכות סאטמאר - מיטוואך וויליאמסבורג
דעם קומעדיגען חמשה עשר בשבט מיטוואך נאכט קומט פאר איין וויליאמסבורג די גרויסע חתונה, פון נכד כ"ק מרן רבינו שליט"א אין בית מדרשינו הגדול.
די חופה וועט פארקומען אויף ווייט עוו. אין פראנט פונעם בנין התלמוד תורה.
ווי די פלענער זענען איצט, גייט מרן רבינו שליט"א פירן די חמשה עשר טיש ביי די חתונה, צווישען די טאנצן אין בענטשן, וואס דאס וועט זיין א היסטארישע זאך.
שישו ושמחו בשמחת רבינו!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 23:06 |
|
| |
שמחה בחצרות קדשינו


|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 00:08 |
|
| |
וועלכע מחותן וואוינט און וויליאמסבורג?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 01:21 |
|
| |
| apnews כתב: |  | וועלכע מחותן וואוינט און וויליאמסבורג?
|
|
קיין איינס נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 07:28 |
|
| |
קיין איין מחותן וואוינט נישט אין וויליאמסבורג
נאר אזוי ווי רבינו שליט"א האט שוין פון לאנג באגערט צו טוישן די אלטע סיסטעם פון מאכן א טראסק וואס ציט אריין אין אומגעהויערע שווערע גרויסע איבריגע הוצאות ביי שמחות בכלל, בפרט ביי שמחות בביתו נאוה קדשו וואס די הוצאות זענען אזוי אויך גענוג און נאך אסאך געלט, וועט די חתונה פארקומען אין ביהמ"ד, די מחותן וואוינט אין ב"פ, אבער די בארא פארקע ביהמ"ד איז פארשטייט זיך צו ענג צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער חסידים וועלכע ווערן ערווארטעט זיך צו באטייליגן ביי די שמחה במילא וועט די חתונה פארקומען אין ביהמ''ד הגדול אין וויליאמסבורג!
שישו ושמחו בשמחת רבינו......
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 02:36 |
|
| |
שבת של שמחה בצל הקודש
א הערליכער שבת-אויפרוף איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל.
פרייטאג פארנאכטס פאר'ן זמן איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום שטוב פון חדב"ן הגה"צ ר' ברוך שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט מעטר געווען דעם חתן מיט'ן שטריימל כנהוג, און ארום 20 מינוט נאכ'ן זמן איז דער רבי שליט"א מיט'ן חתן און מחותנים געגאנגען צו ביהמ"ד ויואל משה ווי עס זענען פאהרגעקומען די תפילת ליל שב"ק, קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד דער אבי הכלה הר"ר זלמן אשכנזי שליט"א.
ארום 8:30 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעוקמען צום טיש אין היכל השלחנות אינאיינעם מיט די בחורי חמד תלמידי הישיבה, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הר"ר מענדל פאנעטה שליט"א איידעם פון הגה"צ מ'סוליצא שליט"א, מיט מנוחה ושמחה איז מכובד געווארן הר"ר ישעי' קאהן שליט"א בן האדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א איידעם פון הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א.
ביי די תורה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפ'ן מדרש הים ראה וינס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל ראה און מאריך געווען בדרוש בענין שינוי השם ושינוי המעשה.
מיט קה אכסוף איז מכובד געווארן א זוהן פון הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א, מיט קה רבון איז מכובד געווארן הר"ר יצחק בן הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מחותנו הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א, עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הייליגן רבי'ן ר' זושא זי"ע וועמענס יארצייט עס איז געפאלן די פארגאגנענע וואך, מיט אז ביום השביעי איז מכובד געווארן הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א זוהן פונעם מחותן הר"ר זלמן שליט"א איידעם פון הגה"צ ר' העניך שליט"א חדב"ן.
שב"ק אינדערפרי האט מען באגלייט דעם חתן פון ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א, צום ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פאהרגעקומען די תפילות יום שב"ק און דער שמחת עלי' לתורה.
דער רבי שליט"א האט לרגל שבת שירה געדאווענט פאר'ן עמוד פסוקי דזמרה און די שירה פסוק ביי פסוק כנהוג, תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד דער זיידע פון חתן הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער קידושא רבה לרגל די שמחה, ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק זה קלי ואנוהו, און רש"י טייטשט עס אויף בנין ביהמ"ק, האט די רבי נאכגעברעגט ז"ה אל"י איז ר"ה זכור את יום השבת לקדשו, אז שב"ק בעפאר די חתונה קומט אראפ די השפעה פאר די גאנצע וואך ווי ס'שטייט אין זוה"ק, און דעמאלטס קומט אראפ די השפעה פאר די מקדש מעט וואס מען גייט בויען.
ביי שלש סעודות האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק אז ישיר משה, רש"י זאגט עלה בלבו שישיר, און אויסגעטיישט מיט א הקדמה פון דברי יואל אז די תיקון צו הרהורי עבירה איז חשק און השתוקקות צו לימוד התורה ועבודת ה'.
נאך די תורה איז פאהרגעקומען דער שמחת הפארשפיעל צו די שמחה בחצרות קדדשינו.
♦♦♦
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 02:38 |
|
| |
פארשפיעל פארגאנגענעם שב"ק נאך ס"ג
בילדער דורך: משה גאלדשטיין




♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 21:51 |
|
| |
שמחה בחצרות קדשינו


|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2011 20:51 |
|
| |
Street Closures: Wythe: Keap to Heyward, Kent: Clymer to BQE due to Satmar Chasina tonight in Satmar Biem"d http://twitpic.com/3ri3hi
Also closed Penn from Bedford, all streets surrounding Satmar Chider on Wythe Ave. Rabbi Glanz on Scene: http://twitpic.com/3ri2ky
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2011 22:31 |
|
| |
מודעות
שמחה בחצרות קדשינו

♦♦♦
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2011 22:43 |
|
| |
אז מ'רעדט שוין ס'איז כדי צו באמערקן די מאסיווע קללות פין די זאליס בעיקר פאר'ן ברענגן די חתונה אויף וומ''ס לויט זייער שטרוי האט דאך סאטמאר אין וומ''ס נישט קיין מנין אין זיי וועלן זיך דארפן אויסשטעכן די אויגן זייער מצב איז נאכמער הימל שרייענד ווייל ווי באקאנט קומען פאר יערליך עטליכע חתונות בליעה''ר, דאס איז טראץ וואס מ'דארף ב''ה נישט מאכען קיין גרויסע מצב אין איבערקערענישן אין מ'מאכט עס שפארזאם, אן די מינדעסטע ווינט אין אויב ווען די חופה איז אויף ווייט עוו' קרענקט זיי עס אזוי, וואס קען מען ערווארטען אויב מ'זאל מאכען די חופה אויף בעדפארד אדער ליע עוו'
אלפאנס, די 311 האטליין סיסטעם האט געמאלדן אז זיי וועלן דינגען פאר היינט נאך סעקרעטארן צו אויפהייבן די פולע קאמפליינס וועגן די סאטמאר וועדינג וואס קומט אריין לרחצה ביי יעדע סאטמארע מסיבה זיי בעטן נאר מ'זאל רעדן געלאסן צו די זאך אין זאגען די ענגלישע נעמען
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2011 00:57 |
|
| |
Rabbiny Shlita just came into Biem"d Hag' 2Kabules Punim of Neched Rabbiny HaChusen Chaim Zvi T"B BHrh"g R'Burich w/Bas Har'Zalmen Ashkenazi
5:55
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2011 20:17 |
|
| |
די נעכטיגע חתונה איז געווען אימבארשרייבליך שיין, דא אין ווילי' האמיר שוין לאנג נישט מיטגעלעבט אזעלכע שיינע שעות, ווי אויך די שיינע חמשה עשר טיש פאר'ן בענטשן, כ'בין נייגעריג ווען דער עולם האט געגסן די חמשה עשר סעודה אין שטוב, דער עולם ביי די חופה אין ביים טיש אין מצוה טאנץ קע''ה, ווער ס'האט געהאט א פלאץ איז געווען גליקליך עס איז כדי צו אנמערקן די נער'ישע אלטע טעראר פין רופן פייער לעשער ביי די חופה, וואס האט געמאכט דער עולם שמייכלן, פארוואס דארף יעדער וויסן ווי שטארק זיי טוט וויי די חופה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2011 20:41 |
|
| |
אז ס'ברענט רופט מען פייער לעשער, און אוי האבן די זאליס געפלאקערט, גיי פרעג מיך פארוואס?, אבער כאפענדיג א בליק אין כל הזאלי כולו פורום, זעהט מען זייער דערביטערקייט,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2011 20:48 |
|
| |
צהלי ורוני יושבת בארא פארק כי גדול בקרבך קדוש ישראל מיט גרויס התרגשות גרייטען זיך תושבי בארא פארק, מיט צוהאלטען דעם געהויבענעם שבת קודש, בצל הקודש של אבינו רועינו כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וואס וועט וויילן און די שטאט לכבוד די שמחה שבת שבע ברכות של נכדו. דו לעצטע הכנות ווערן איצט פארענדיגט, צו קענען אקאמענדירן די פולע געסט, וואס קימען צו פארן פון איבער גאנץ ניו יארק, לכבוד דעם שבת של שמחה בחצרות קדשינו, וואו אויך ווערן די לעצטע דעטאלען פונעם געהויבענעם שב''ק בצל הקודש אויסגעארבייט, דורוך די בארימטע ראשי העסקנים שע''י קהל יטב לב ד'סאטמאר בארא פארק, וואס מאכן זיכער אז אלצדונג זאל קלאפן עצהיו''ט, לכבוד שמחת בית רבינו. ויה''ר שמשמחה זו ישפע לנו שפע רב, ולכל ישראל, אמן
|
|
|
|
|