בעלוז צדיקים תעלוץ קרי'
גאהר גרויס איז געווען דאס התרוממות עצומה וואס האט ארומגענומען אנשי שלומינו נעכטן ביי די געהויבענע שמחה בחצרות קדשינו.
ארום 5:40 איז מרן רבינו שליט"א מיט'ן חתן און די מחותנים ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג צו מעמד קבלת פנים.
נאך די דברי כיבושין פונעם בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי התעוררות און דערנאך געענדיגט מיט ברכתו הקודש לכל הקהל הנאספים.
דאן איז מען געגאנגען צום באדעקן צום זאל פון ראוז קעסטל ווי עס איז פאהרגעקומען די שמחת החתונה פאר די נשים, און דאן איז מען געגאנגען צום מעמד החופה וועלעכע איז פאהרגעקומען פארנט פון בנין התלמוד תורה אויף ווייט עוו. ווי עס האט שוין אפגעווארט א ריזיגער ציבור אנשים נשים וטף זקנים ונערים מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם מעמד החופה.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק גאב"ד מעלבוירן שליט"א אן עלטער זיידע פון די כלה, אלס עדי קידושין זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א ר"מ ישיבה לצעירים בקרית יואל, און הרה"ג חיים ברוך וואלפין שליט"א ר"י סטאלין בב"פ.
הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א דער זיידע פון חתן איז מכובד געווארן מיט כתובה ליינען, און מיט די ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע פון חתן הגה"צ גאב"ד סוליצא שליט"א, און הגה"צ גאב"ד דשיקוב שליט"א זיידע פון די כלה מיט ברכה אחריתא.
אלס עדי יחוד זענען מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר וואלף גליק הי"ו פון קרית יואל און מוה"ר משה חיים פרידמאן הי"ו פון קרית יואל וועלכער האט זיך וואכן לאנג אוועק געגעבן למען סדר ימי השמחה מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט.
נאך די געהויבענע מעמד החופה האט מרן רבינו שליט"א אנגעוואונטשן ברכת קדשו למקהלות אלפי ישראל און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד.
דער סעודת החתונה פאר'ן ציבור איז סערווירט געווארן בביהמ"ד הגדול, ווי די עסקנים האבן אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע סדר, און אויפגענומען דעם ציבור בכבוד הראוי און מכבד געווען איש על מחנהו ואיש על דגלו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל ביהמ"ד הגדול צו די סעודת החתונה ווען דער ציבור ברעכט אויס אין א ספאנטאנע ריקוד, דערנאך איז דער חתן אריינגעקומען און געטאנצן מיט די געהויבענע זיידע'ס, און דאן האט מען ממשיך געווען מיט דער סעודה.
דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזעהן אדמו"רים ורבנים שליט"א און חשובע קרובי המשפחה וועלכע האבן זיך באטייליגט ביי די שמחה בחצרות קדשינו.
נאך די סעודה האט מען מאריך געווען בשמחת חתן א לענגערע צייט, ביז אום 10:55 ווען מען האט געענדיגט טאנצן.
דאן איז דער רבי שליט"א ארויס פאר א קורצע צייט און די עסקנים האבן צוגעגרייט דעם ביהמ"ד צום חמשה-עשר טיש און די מצוה טאנץ.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי שליט"א צירוק אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און אפגעראכטן דעם שלחן הטהור לרגל חמשה עשר בשבט, און דערביי משמיע געווען דברות קודש לרגל המאורע.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער זיידע פון די כלה הגה"צ אבד"ק אלעסק שליט"א, מיט די זעקס ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הגה"צ רב דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, און דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ.
א גרויס התעוררות האט געהערשט אינעם פול געפאקטן היכל הביהמ"ד בעת ווען דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד הי"ו האט אויסגערופן מרן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דערביי מזכיר געווען פאר'ן רבי'ן שליט"א צרכי עם ישראל המרובים, אז דער רבי שליט"א זאל אינזין האבן ביי די געהויבענע מאמענטן.
אין א בחינה פון וינועו אמות הספים האבן אנשי שלומינו מיטגעלעבט די געהויבענע הייליגע מאמענטן פון די מצוה טאנץ, בעת ווען דער רבי שליט"א האט אראפגעלייגט זיין עבודת הקודש ביי די ריקודין של מצוה.
א מחזה הוד האט ממשיך געווען ווען דער רבי שליט"א האט געטאנצן מיט בניו ובני בניו בליעה"ר נאכגעפאלגט מיט א רקידה מיט צענדליגער אייניקלעך און אור אייניקלעך פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע בשעת ווען אנשי שלומינו בעטן א הייסע תפילה אז "די הייליגע זיידע'ס זאלן זיך מיען ביים בורא עולם, און דער גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען מעתה ועד עולם עד ביגו"צ.
-ויה"ר שהשמחה ישפע לנו שפע רב-
♦♦♦