א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן די לעצטע וואך צווישן ר' אהרן מיטן שוואגער דער בעלזער. ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער.
עס האט יעדער פארשטאנען אז דאס אריבערכאפן צו שבע ברכות פון א שוואגער איז נישט קיין פערצופאל, זיינע שוואגערס מאכן חתונה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און ער פארט קיינמאל נישט. נאר ר' אהרן האט בשלאסן דעמאלס אויב דער טאטע וויל נישט מיך פאר רב הצעיר וועל איך שלום מאכן מיט זיינע שונאים. ער איז אריבערגעפלויגן קיין קרית וויזניץ און זיך געמאכט שיין די פיאות פאר די היסטארישע פיקטשער, און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט, ווי איינער זאגט נאדיר מנה אחת אפים, אין זיבעטן ריפ, פאר אלע פרומע רשעים, פאר זיין טאטן און אלע זיינע שונאים.
די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן, ער האט ר' אהרן געלאזט אהיימפארן ווי א לוזער און ער האט זיך בכלל נישט פון אים וויסענדיג געמאכט.
ר' אהרן האט אנגעהויבן שיקן שליחים צו אים, ער האט זיך אפילו מזכיר געווען ביום חופתו פון זיין זון, בבית המנוח ר' חיים לאקס, אבער דער בעלזער האט זיך פון אים אונטערגעלאכט וואס פאר א לוזער ער אז ער לויפט מיך נאך. ר' אהרן האט זיך נאך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד ביי די חתונה איך האב גערעדט היינט מיט דיין רבי'ן.
ר' אהרן האט געשיקט שליחים צום טיש פון בעלזער דעליווערן משלוח מנות אז יעדער זאל זעהן, אבער דער בעלזער שמייכעלט זיך אונטער פון דעם שוואגער דער בעל גאוה וואס לאזט זיך אראפ צו אים, ווייל אפשר וועלן די בעלזא שטיצן אים און נישט זיין ברודער.
יעצט האט ר' אהרן באשלאסן אז ביי זיין שווער'ס לויה וועט ער האבן א גוטע געלעגנהייט אפיציעל שלום מאכן מיטן שוואגער, זיינע שליחים האבן זיך פארבינדן מיט די בעלזע באהערדע און אויסגעארבעט א פארמאלע מיטונג צווישן די קינדער פון ר' משה'לע וואו מען וועט זיך צוזאמזעצן תיכף נאך יציאת נשמה און מען וועט אויסארבעטן אלע פרטים פון די לויה ביז די ממלא מקום אישו, און די פאטאגראפירער וועלן האבן די זכיה צו כאפן בילדער ווי ר' אהרן מיטן בעלזער שמועסן פריוואט. דערנאך וועלן זיי כאפן שפאציר און ביידע וועלן זיך פארקנייטשן דעם שטערן, און ר' אהרן וועט ווייזן מיט די הענט ביז דער פאטאגראפירער וועט ווייזן אז אלס איז פיקטשער רעדי, און דערנאך וועלן די בליצן זיך אנהייבן, און די שונאים וועלן
פלאצן.
אבער דער שוואגער איז דאך פארט א קוריאזער וואס מען קען נישט אויסרעכענען, ער האט געענטפערט פאר די מתווכי השלום, אז ער גייט נישט שלום מאכן אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא, און אויב אהרן וויל קען ער קומען אהער און איך וועל אים דא אויפנעמען.
די שליחים פון ר' אהרן האבן מוראדיג באליידיגט פון דעם פראסק, זיי האבן באשלאסן אז מען גייט ארויסקומען אין די עפענטליכקייט מיט א אטאקע אז דער בעלזער איז ציוניסטיש געשטימט, זיי האבן
איינגעשפאנט די קול סאטמאר רעדנער'ס און די היידפארק שרייבערס אראפצורייסן בעלזא
מיט זיינע בויכדרייענישן, למען ישמעו, זאל ער וויסן אז ווער עס טשעפעט דעם רבי'ן שפילט זיך מיט פייער.
והנה, זיי האבן אנדעקט אמעריקע אז דער בעלזער איז ציוניסטיש!
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 14/01/2011 19:53:19
נשלח ב-14/1/2011 20:06
חיי_שעה כתב:
א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן די לעצטע וואך צווישן ר' אהרן מיטן שוואגער דער בעלזער. ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער.
עס האט יעדער פארשטאנען אז דאס אריבערכאפן צו שבע ברכות פון א שוואגער איז נישט קיין פערצופאל, זיינע שוואגערס מאכן חתונה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און ער פארט קיינמאל נישט. נאר ר' אהרן האט בשלאסן דעמאלס אויב דער טאטע וויל נישט מיך פאר רב הצעיר וועל איך שלום מאכן מיט זיינע שונאים. ער איז אריבערגעפלויגן קיין קרית וויזניץ און זיך געמאכט שיין די פיאות פאר די היסטארישע פיקטשער, און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט, ווי איינער זאגט נאדיר מנה אחת אפים, אין זיבעטן ריפ, פאר אלע פרומע רשעים, פאר זיין טאטן און אלע זיינע שונאים.
סתם א שקרן במילתא דעביד לגלוי, יעדער האט געזעהן דאס בילד, דער בעלזער האט זיך געבויגן צו ר' אהרן און נישט פארקערט. איך הנאה אז דו האסט דאס געשריבן, אזוי זאל יעדער זעהן ווי אמת טאקע דיינע באריכטן זענען.
די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן, ער האט ר' אהרן געלאזט אהיימפארן ווי א לוזער און ער האט זיך בכלל נישט פון אים וויסענדיג געמאכט.
האדמו"ר מבעלזא נושא דברים ב'יום ההצלה'. צילום: בחדרי חרדים
_________________
נשלח ב-14/1/2011 22:00
פון דעם בילד זעהט אויס אז ביידע בייגן זיך די זעלבע, אבער די פיאות האט ר' אהרן געמאכט זייער שיין,
נשלח ב-14/1/2011 22:06
חיי שעה, העיקר שכחת! טאקע די זעלבע מסיבה וואו דער בעלזער האט זיך צופידעלט מיט זיין ציוניזים, איז געווען ברייט געדעקט אין בלאט די פאריגע וואך אז עס גייט פארקומען, מיטן חשבון אז דער בעלזער וועט ווערן משוחד פאר קאווערידזש אין דער בלאט. אבער די וואך, נאך וואס דער בעלזער האט אפגעווארפן אהרן אז ער וויל זיך מיט אים נישט טרעפן, האבן זיי קיין ווארט מער נישט געשריבן דערוועגן.
נשלח ב-14/1/2011 22:24
דער בעלזער האט נישט קיין פראבלעם זיך טרעפן מיט ר' אהרן, ער וויל ער זאל קומען פינקט ווי ר' יחזקאל ראטה איז געקומען, אבער נישט זיי זאלן זיך טרעפן ביים שווערס מיטה און זאל הייסן זיי האבן זיך געטראפן דארט, נאר אויב די ווילסט קום אריבער צו מיר,
נשלח ב-14/1/2011 22:27
חדשות, איך ווייס נישט צי דו בוסט נאריש צי דו מאכסט זיך נאריש. מיינסט אז דער בעלזער איז א פערד? מיינסט ער ווייסט נישט אז בעריש מייזליש נישט נאר וואס ער פארטרעט נישט סאטמאר, ער פארטרעט אויך נישט זיין אייגענע שוהל אין בארא פארק. נאר וואס דען, בעריש איז דארט געווען טאנצט מען מיט בעריש, און אז עס אים געלונגען דיך איינצורעדן אז אזוי ארום מאכט ער שלום מיט די שונאים איז אים דאס נאך א פלאס, דעציט.
נשלח ב-14/1/2011 22:33
נערישער בעקער, כ'האב נישט געוויסט אז די היינטיגע פסק וועט ענק אזוי צוטרעטן, כ'וועל פשוט ברענגן נאך א דוגמא פון דיין חי שעה ספינעריי
ר' אהרן איז דעמאלטס געווען אין א''י פאר א צווייטע סיבה, א סיבה וואס קען דיר אפשר אויך מצער זיין
נשלח ב-15/1/2011 22:07
א הערט אויס אויף "קול סאטמאר" 212-444-9899. נומער 2-2-0 פון די מעין מעניו, שארפע דברי מחאה אקעגן די דברי בלע וציונות וואס האדמו"ר מבעלזא ירושלים האט געלאזט הערן במשך די וואך
אשריכם פארן ארויסזאגן דעם אמת'ן דעת תורה אן קיין שום מורא! לכו בכוחכם זה!!
נשלח ב-16/1/2011 03:03
rebyankel כתב:
נערישער בעקער, כ'האב נישט געוויסט אז די היינטיגע פסק וועט ענק אזוי צוטרעטן, כ'וועל פשוט ברענגן נאך א דוגמא פון דיין חי שעה ספינעריי
ר' אהרן איז דעמאלטס געווען אין א''י פאר א צווייטע סיבה, א סיבה וואס קען דיר אפשר אויך מצער זיין
זאג נאר דו איש אמת וועלכער דערהייבט נישט קיין געבעקסן, וועלכע פון די אויבנדערמאנטע פאקטן איז "געבאקן"?
• אז דעם דזשיגאן עם הארץ זיכט שוין שלום צו מאכן מיטן שוואגער דער בעלזער די לעצטע צען יאר?
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געגעבן די הענט מיט שיין געמאכטע פאות פאר זיין שוואגער דער חסידישער רבי דער ציוני (כלשון "קול סאטמאר")?
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט זיך מזכיר געווען ביום החופה פון זיינס א קינד ביי זיין שוואגער וועלכער האט פוער פה געווען קעגן מרן רביה"ק בעל ויואל משה זיעואכי"א?
• אז דער דזשיגאן עם הארץ שיקט משלוח מנות די לעצטע פאר יאר פאר זיין שוואגער פון ירושלים, א ביליגער אקט פון חנופה לרשעים?
• אז דער בלאט האט די פארגאנגענע וואך ברייט באריכטעט דעם יום הצלה פון א געוויסן "חסידיש אגודיסטישער קרייז" (כלשון "קול סאטמאר")?
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געוואלט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער אין א פאפאראצי' ביים בעט פונעם וויזניצער שווער?
• אז קול סאטמאר איז שארף ארויסגעקומען קעגן דעם בעלזער נאך וואס ער האט געענטפערט אז ער איז זיך נישט אינטערעסירט צו טרעפן מיט דעם דזשיגאן עם הארץ אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא?
נ.ב. איך בין דיר נישט חושד פאר קיין איין רגע אז די עכטע סיבה פארוואס דו ווילסט מיר נישט זאגן וואס "נאך" דער דזשיגאן עם הארץ האט געטון אין ארץ ישראל יענעם חודש אלול, איז ווייל דו ווילסט אונז נישט מצער זיין. דיין היסטאריע צייגט אז מצער זיין אנדערע איז פון דיינע טאלאנטן. טא ביטע פארצייל אונז וואס "נאך" ר' אהרן האט דעמאלס געזיכט אין ארץ ישראל.
נשלח ב-16/1/2011 09:01
עס איז א פוסטע ליצנות אז דער זעלבער וואס וויינט שטענדיג מיט קראקעדיל טרערן אז מען מאכט ל"ע שלום מיטן טאטן'ס שונאים, איז יעצט אויסן שלום צו מאכן מיט זיין טאטן'ס ביטערער שונא, און דער אויסגעשפראכענער שונא פאר סאטמאר בכלל און פאר רביה"ק זי"ע בפרט. דאס איז דער אידישער אפטייטש פון היפאקראטיע!
(עס איז אינטערעסאנט צו אנצומערקן אז ווען דער עם הארץ איז געלאפן קיין נתני' זיך צו לאזן פיקטשערן מיט קלויזענבורגער, האבן אים מאנכע נאך פארענטפערט אז נאך אלע מעשיות איז ער דאך שוין דער קלויזענבורגער נאר א זון פון זיין טאטן, און עס איז נישט קיין מצוה אנצוהאלטן מיט אים א מלחמה על לא דבר וועגן זיין טאטנס חטאים. אבער דא איז דאך דער בעלזער דער זעלבער וואס האט גערעדט אויף רביה"ק זי"ע, און מיט אים האט דער רבי דער ברך משה זי"ע געפירט די מלחמה, און טראץ די אלע זאכן וויל דער עם הארץ מיט אים שלום מאכן. אוי לאותה בושה! וואס דער גראביאן טוט נישט פאר אביסל אטענטשאן און פובליסיטי.)
תוקן על ידי SatmarHQ ב- 16/01/2011 09:12:02
נשלח ב-17/1/2011 00:36
זאל דער אשכול נאר דינער פאר א סעמפל מיט וויפיל ספינעריי ענק שפייזען זיך טעגליך
כ'פלאן מיך נישט צו פארהערן, כ'האף נאר איין מאל צו ענטפרן (ביז מ'וועט אויסמעקן מיין תגובה), אין זאל יעדער זעהן וויפיל ספינעריי מ'דארף ענק פיטערן טעגליך
• אז דעם דזשיגאן עם הארץ זיכט שוין שלום צו מאכן מיטן שוואגער דער בעלזער די לעצטע צען יאר?
יא, שקר ווי אלע ענקערע ספינעריי
כ'געדענק נאך ווי ענק האבען זיך געשוואירן ביי די גרויסע נסיעה אין ירושלים אז ער גייט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער אין למעשה האט זיך עס אויסגעלאזט ווי אלע ענקערע ספינעריי
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געגעבן די הענט מיט שיין געמאכטע פאות פאר זיין שוואגער דער חסידישער רבי דער ציוני (כלשון "קול סאטמאר")?
דא בין איך שטום, כ'מוז טאקע מודה זיין אז ער זיך געמאכט שיין די פיאות ווייל ער האט געוויסט אז ער גייט טרעפן זיין שוואגער...
אין איבער דאס געבן די האנט, דארפסטו זיין היבש קליינקעפיק,
לשיטתך וואס וואלט ער געדארפט טוהן, צירוק ווייזען די הענט אין זאגען שוואגער כ'געב דיר נישט?
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט זיך מזכיר געווען ביום החופה פון זיינס א קינד ביי זיין שוואגער וועלכער האט פוער פה געווען קעגן מרן רביה"ק בעל ויואל משה זיעואכי"א?
דאס קען איך שוין נישט לייקענען ווייל די האסט עס בפירוש געזעהן אויף היידפארק אין דאס איז ביי ענק תורת משה, נאכדערצו אז די הענגסט עס אן אין ר' חיים לאקס ז''ל וואס לעבט שוין נישט אין גיי פרעג.... כדרככם
• אז דער דזשיגאן עם הארץ שיקט משלוח מנות די לעצטע פאר יאר פאר זיין שוואגער פון ירושלים, א ביליגער אקט פון חנופה לרשעים?
שרעקליך צירוקגעשיקט משלוח מנות פאר א שוואגער
אזא פנים האט עס ווען קנאות איז ביי ענק א 'מיטל' נישט קיין ציהל
• אז דער בלאט האט די פארגאנגענע וואך ברייט באריכטעט דעם יום הצלה פון א געוויסן "חסידיש אגודיסטישער קרייז" (כלשון "קול סאטמאר")?
ווער האט געמאסטען ווי א גרויסע ציוני מ'דארף זיין אז דער בלאט זאל נישט מעגן באריכטן?
ווייל כ'זעה אז וויזניץ, ערלוי, סערעט וויזניץ איז באשריבן געהעריג אפי' אין דער איד
שוין אפגערעדט אז דער בלאט באלאנגט נישט אין פארטרעט נישט סאטמאר
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געוואלט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער אין א פאפאראצי' ביים בעט פונעם וויזניצער שווער?
נאכמאל א היידפארק תורת משה אין ס'איז אומאפרעגבאר
• אז קול סאטמאר איז שארף ארויסגעקומען קעגן דעם בעלזער נאך וואס ער האט געענטפערט אז ער איז זיך נישט אינטערעסירט צו טרעפן מיט דעם דזשיגאן עם הארץ אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא?
זעה נאר וואס פאר א אמונה שלימה ענק האבען אין תורת היידפארק
ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער.
ספינעריי במילתא דעבדי לגלי'
און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט,
ווידער א ספינעריי במילתא דעבידא לגלי'
כ'פראביר צו טרעפן א ווידיא פון יענעם ש''ב אדרבה אויב איינער טרעפט זאל ער ביטע ארויפלייגן
די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן,
גיי טענה מיט דעם שקרן וויפיל דער בעלזער לייגט דרוק שלום צו מאכען, אין די אנטווארט איז אז ער זאל איבערבעטן וועם ער האט בארעדט
אבער גיי טענה מיט אזא ספינער
ר' אהרן האט זיך נאך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד ביי די חתונה איך האב גערעדט היינט מיט דיין רבי'ן.
ווידער ספינעריי במילתא דעבדי' לגלי'
ר' אהרן האט געשיקט שליחים צום טיש פון בעלזער דעליווערן משלוח מנות אז יעדער זאל זעהן, אבער דער בעלזער שמייכעלט זיך אונטער פון דעם שוואגער דער בעל גאוה וואס לאזט זיך אראפ צו אים, ווייל אפשר וועלן די בעלזא שטיצן אים און נישט זיין ברודער.
די ווייסט אפשר פארוואס די בעלזא גבאים האבען פארלאנגט אז מ'זאל איבערגעבן די משו''מ דוקא ביים טיש ברבים?
מן הסתם ווייל ער וויל שלום מאכען מיט ר' זלמן לייב....
כהנה וכהנה, ענק זענען נעבעך אזוי אנגעוויזן אויף די חי שעה ספינעריי
די איינציגסטע וואס האט געהאט די חוצפה זיך צו לעקן אין שלום מאכען מיט שונאים
ניין נישט קיין פעטער'ס שונאים, נישט ווען דער שונא איז א קרוב,
נאר דעם אייגענעם טאטען'ס שונאים וואס האבען אים געטרינקן די בלוט בחיוו
דאס איז דער זשיגאן האמיתי והמקורי
נשלח ב-17/1/2011 02:27
איך וויל פארשטיין די גאנצע בהלה אנטקעגן בעלזא.
ער האט דאך געהאט א אהבה מוסתרת צו סאטמאר וועלכע קומט נאר יעצט ארויס.
נשלח ב-17/1/2011 04:44
rebyankel כתב:
זאל דער אשכול נאר דינער פאר א סעמפל מיט וויפיל ספינעריי ענק שפייזען זיך טעגליך
כ'פלאן מיך נישט צו פארהערן, כ'האף נאר איין מאל צו ענטפרן (ביז מ'וועט אויסמעקן מיין תגובה), אין זאל יעדער זעהן וויפיל ספינעריי מ'דארף ענק פיטערן טעגליך
• אז דעם דזשיגאן עם הארץ זיכט שוין שלום צו מאכן מיטן שוואגער דער בעלזער די לעצטע צען יאר?
יא, שקר ווי אלע ענקערע ספינעריי
כ'געדענק נאך ווי ענק האבען זיך געשוואירן ביי די גרויסע נסיעה אין ירושלים אז ער גייט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער אין למעשה האט זיך עס אויסגעלאזט ווי אלע ענקערע ספינעריי
ווער האט זיך געשוואוירן? אפשר מתתי' דייטש האט אזוי געוואלט. אבער פאקטיש האט דער בעלזער זיך נישט געוואלט טרעפן מיט דיין דזשיגאן עם הארץ, ווי שוין פריער געשריבן, אז ער האט געזאגט ער וויל שלום מאכן מיט עכט סאטמאר.
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געגעבן די הענט מיט שיין געמאכטע פאות פאר זיין שוואגער דער חסידישער רבי דער ציוני (כלשון "קול סאטמאר")?
דא בין איך שטום, כ'מוז טאקע מודה זיין אז ער זיך געמאכט שיין די פיאות ווייל ער האט געוויסט אז ער גייט טרעפן זיין שוואגער...
אין איבער דאס געבן די האנט, דארפסטו זיין היבש קליינקעפיק,
לשיטתך וואס וואלט ער געדארפט טוהן, צירוק ווייזען די הענט אין זאגען שוואגער כ'געב דיר נישט?
אדרבה, ניתי ספר ונחזי, ברענג א ווידאו לאז יעדן זען ווער עס שטעלט זיך אויף געבן די הענט.
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט זיך מזכיר געווען ביום החופה פון זיינס א קינד ביי זיין שוואגער וועלכער האט פוער פה געווען קעגן מרן רביה"ק בעל ויואל משה זיעואכי"א?
דאס קען איך שוין נישט לייקענען ווייל די האסט עס בפירוש געזעהן אויף היידפארק אין דאס איז ביי ענק תורת משה, נאכדערצו אז די הענגסט עס אן אין ר' חיים לאקס ז''ל וואס לעבט שוין נישט אין גיי פרעג.... כדרככם אז ר' מאיר בראנסדארפער קען דיר זאגן מעולם העליון אז ער האט געגעבן דעם היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קאורט, פאארואס זאל נישט חיים לאקס קענען פארציילן אז דער דזשיגאן עם הארץ האט גערופן קיין בעלזא ביום החופה?
אגב, דו לייקענסט אפשר בכלל דעם פאקט אז דער דזשיגאן האט פארברענגט ביום החופה ביי חיים לאקס אין שטוב, אדער אויף אזוי ווייט גייסטו נישט מיט דיינע לגיונות?
• אז דער דזשיגאן עם הארץ שיקט משלוח מנות די לעצטע פאר יאר פאר זיין שוואגער פון ירושלים, א ביליגער אקט פון חנופה לרשעים?
שרעקליך צירוקגעשיקט משלוח מנות פאר א שוואגער
אזא פנים האט עס ווען קנאות איז ביי ענק א 'מיטל' נישט קיין ציהל
צוואנציג יאר האט דער שוואגער פון ירושלים נישט געשיקט קיין משלוח מנות, און פלוצלינג שיקט מען צוריק. והוא לפלא.
• אז דער בלאט האט די פארגאנגענע וואך ברייט באריכטעט דעם יום הצלה פון א געוויסן "חסידיש אגודיסטישער קרייז" (כלשון "קול סאטמאר")?
ווער האט געמאסטען ווי א גרויסע ציוני מ'דארף זיין אז דער בלאט זאל נישט מעגן באריכטן?
ווייל כ'זעה אז וויזניץ, ערלוי, סערעט וויזניץ איז באשריבן געהעריג אפי' אין דער איד
שוין אפגערעדט אז דער בלאט באלאנגט נישט אין פארטרעט נישט סאטמאר
אפגערעדט פון דעם אז דער בלאט פארטרעט נישט סאטמאר, פארטרעט זי אבער יא דעם דזשיגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים, און ביז פאר פינעף וואכן צוריק האט מען פאקטיש נישט געדעקט בעלזא. אלא מאי האט דא עפעס פאסירט אונטער די קוליסען פארוואס מ'האט אים יעצט יא אזוי ברייט געדעקט.
• אז דער דזשיגאן עם הארץ האט געוואלט זיך טרעפן מיט זיין שוואגער דער בעלזער אין א פאפאראצי' ביים בעט פונעם וויזניצער שווער?
נאכמאל א היידפארק תורת משה אין ס'איז אומאפרעגבאר
• אז קול סאטמאר איז שארף ארויסגעקומען קעגן דעם בעלזער נאך וואס ער האט געענטפערט אז ער איז זיך נישט אינטערעסירט צו טרעפן מיט דעם דזשיגאן עם הארץ אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא?
זעה נאר וואס פאר א אמונה שלימה ענק האבען אין תורת היידפארק
מ'שטיינס געזאגט אז קול סאטמאר רעדט בכלל נישט דערוועגן?
ווי יעדער ווייסט האט ר' אהרן מיט צען יאר צוריק זיך אריבערגעכאפט מיט א פליגער קיין ארץ ישראל אויף קרית וויזניץ זיך צו באטייליגן ביי א שבע ברכות פון זיין שוואגער, כדי זיך צו טרעפן מיטן בעלזער.
ספינעריי במילתא דעבדי לגלי'
נו, מיר ווארטן נאך מיט שפאנונג זאלסט אונז זאגן די אנדערע סיבה פארוואס ער איז דעמאלס געפארן קיין ארץ ישראל.
און אינמיטן שבע ברכות ווען אלע פאטאגראפירערס זענען שוין געווען אויסגעשפיצט מיט די כלים קעגן איבער דעם אויבנאן, האט זיך ר' אהרן אויפגעשטעלט און זיך איבערגעבויגן צום שוואגער, און געקוועטשט די האנט,
ווידער א ספינעריי במילתא דעבידא לגלי'
כ'פראביר צו טרעפן א ווידיא פון יענעם ש''ב אדרבה אויב איינער טרעפט זאל ער ביטע ארויפלייגן
גם אני מצטרף לקריאה הנ"ל.
די מידיע האט שיין באריכט דעם בילד, אבער דארט איז געבליבן שטיין. פארוואס? ווייל דער בעלזער האט געכאפט אז ר' אהרן וויל טאקע דערמיט שטעכן די סאטמארע, אבער דער בעלזער איז נישט אינטערסירט אין דעם, ער וויל באקומען א שיין פנים איבער די וועלט און ער וויל שלום מאכן מיט זיינע שונאים, אבער ער וויל דוקא אז די עכטע סאטמארע זאלן מיט אים שלום מאכן,
גיי טענה מיט דעם שקרן וויפיל דער בעלזער לייגט דרוק שלום צו מאכען, אין די אנטווארט איז אז ער זאל איבערבעטן וועם ער האט בארעדט
אבער גיי טענה מיט אזא ספינער
וואו פונקטליך לייגט ער דרוק? פארצייל אונז די סודות.
ר' אהרן האט זיך נאך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד ביי די חתונה איך האב גערעדט היינט מיט דיין רבי'ן.
ווידער ספינעריי במילתא דעבדי' לגלי'
ר' חיים יושע לעבט דאך נאך יא, הייב אויף א טעלעפאן צו אים און פרעג.
ר' אהרן האט געשיקט שליחים צום טיש פון בעלזער דעליווערן משלוח מנות אז יעדער זאל זעהן, אבער דער בעלזער שמייכעלט זיך אונטער פון דעם שוואגער דער בעל גאוה וואס לאזט זיך אראפ צו אים, ווייל אפשר וועלן די בעלזא שטיצן אים און נישט זיין ברודער.
די ווייסט אפשר פארוואס די בעלזא גבאים האבען פארלאנגט אז מ'זאל איבערגעבן די משו''מ דוקא ביים טיש ברבים?
מן הסתם ווייל ער וויל שלום מאכען מיט ר' זלמן לייב....
מתתי' דייטש האט פארלאנגט. שמעון וואלף קליין האט פון די גאנצע משלוח מנות אקציע נישט געוואוסט ביז אינמיטן דעם טיש פון דעם בעלזער
כהנה וכהנה, ענק זענען נעבעך אזוי אנגעוויזן אויף די חי שעה ספינעריי
די איינציגסטע וואס האט געהאט די חוצפה זיך צו לעקן אין שלום מאכען מיט שונאים
ניין נישט קיין פעטער'ס שונאים, נישט ווען דער שונא איז א קרוב,
נאר דעם אייגענעם טאטען'ס שונאים וואס האבען אים געטרינקן די בלוט בחיוו
דאס איז דער זשיגאן האמיתי והמקורי
אמת! ר' אהרן טייטלבוים לויפט נאך דעם בעלזער טאג און נאכט און פרובירט אפשר דאך וועט ער מיט אים שלום מאכן.