בית פורומים אידישע געדאנק

ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2011 22:13 לינק ישיר 
הודעה פון קונצען

בקשת מחילה, מרבה"ק מסאטמאר? מבעלזא??

 

בקשת מחילה, מרבה"ק מסאטמאר? מבעלזא??

ווער דארף איבר בעטען וועם??

 

לשיטתי:

 מהר"א דסאטמאר, צריך להשתטח ולבקש סליחה ומחילה מאת הבעל דברי יואל זצ"ל, - חז"ל "אשתו כגופו" (בכורות - ל"ה, אשתו כגופו דמי, מנחות - צ"ג, אשתו דכגופיה דמי'), בענין רדיפת הרעבעצין, ראה לינק

http://www.youtube.com/watch?v=t3niFU1obRw

http://www.youtube.com/watch?v=zD6e1J8u6CU

http://www.youtube.com/watch?v=ppQMw3amEys

מהרז"ל דסאטמאר, צריך לבקש סליחה (בשם אביו, ובשם קהילתו) מבעלזא על המחלוקת והשנאת חינם שלא היה מוצדק, בפרט לאחר הפסק המצורף מבית דינו ובה פוסקים "שלבעלזא היה את כל הזכיות ורעכטן לפתוח ב"ד משלהם",ולהיפרד מב"ד עדה החרדית ולא היה צריכין להתחשב בב"ד העדה החרדית. 

 

_________________


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2011 23:13 לינק ישיר 

דעם בעלזערס פראבלעם איז נישט דאס וואס ער האט געעפענט א אייגענע בית דין (טראץ דעם וואס די מערכה איז געווען קאנצעטרירט אויף דעם) די פראבלעם מיט אים איז דאס וואס ער איז, און דאס וואס ער שטעלט פאר מיט זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 00:11 לינק ישיר 

אויטענטיש כתב:
דעם בעלזערס פראבלעם איז נישט דאס וואס ער האט געעפענט א אייגענע בית דין (טראץ דעם וואס די מערכה איז געווען קאנצעטרירט אויף דעם) די פראבלעם מיט אים איז דאס וואס ער איז, און דאס וואס ער שטעלט פאר מיט זיך.



ווי למשל וואס?
האט ער דאן גערעדט אזעלעכע הייליגע דיבורים ווי דעם ברך משה" און פורים אויף א.ל. מאמע?
האט ער דאן געזאגט (אדער דאס גלייכנס) אויף אן עדה קדושה ובראשם זקני וחסידי בעלזא (וואס אסאך פון זיי זענען געווען עלטער און גרעסער פון אים, בתורה, בחכמה, וביראת שמים, ובחסידות) בשם "נאלגען"? (דברי "הברך משה")

האט ער דאן זיך ערלויבט צו זאגן אויף כ"ק הגהקוה"ט רבן של כל בני הגולה מרן ר' אהרן מבעלזא זצ"ל,
1) אהרן עשה את העגל.
2) אז ער איז אזוי ווי דו רבנים ביי כת שבתי צבי
3) און נאך.
ע"כ דברי הבעל דברי יואל.............................

???????????????????????????????
וואס פארדרייסטי א קאפ. אויב שטינקט ערגעץ איז דאס ביי ענק, (איך וויס אז דו וועסט אופקימען מיט דיינע סאטמערע ליגיונות, ווי צבש. אז כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט גערעדט אויף חתם סופר ח"ו, און נאך, דאס קענט עטץ זייער גוט, אנשטאט צו ענטפערין אויף דו אובערדערמאנטע ווערטער פון ענקער רביס).

_________________



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 06/02/2011 15:11:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 00:32 לינק ישיר 

זיי נישט ברוגז מיין טייערער קונצען מאכער, אבער איך בין בכלל נישט אויסן דיר מסביר צו זיין אפילו א א נקודה קטנה מתורתו של מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, סוף כל סוף שרייבט דאך דער בילגורייער רב אין  א בריוו בשם דעם ברודער הרה"ק מהר"א מבעלזא אז דער סאטמארער רב האט א ריכטיגער 'דעת תורה', און דעת תורה איז עפעס וואס איז צו הויך פאר אזא אומסטאבילן פארשוין ווי דיר. דעריבער, טאמער ווילסטו ווייטער ממשיך זיין דעם דיון איבער דיין רבי'ס פסלנות אדרבה ואדרבה, אבער לייג נישט אריין אונזער רבי'ן אין דיין טרייפן פיסקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 01:21 לינק ישיר 
דער אמת ציפט אים אין פנים!

 

נשלח ב-22:46     16/1/2011FiveBoro  
ללא נושא

ביסטו טאקע דער וואס האט אמאל געשריבן "איך האב נאך קיין איין ליגנט נישט געשריבן"? אדער איז דאס געווען דיין ארבעטער.

וויסן זאלסטו: יש מנהיג לבירה! אויף יעדן שקר וואס דו שרייבסט מיט דיין פרעכהייט, וועסטו אפגיבן דין וחשבון. יאפ מיין טייערע פריינד.

נישט אז עס באדערט איינעם דיין קינדערישער ספין איבער בעלזא, אבער דיין גלייכגילטיקייט מיטן פאבריצירן לגיונות איז עפעס צום באוואונדערן.

כרטיס אישי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2011 07:24 לינק ישיר 

די דברי דופי וואס דער בעלזער רעד איז סתם שטותים אבער מיט ציוניזם האט עס נישט קיין סאך, מען דארף וויסן וואס דער אמת איז מה חרי האף הגדול הזה, וואס האבן די בעלזער זיך אזוי פארזינדיגט אז די ארונים רייסן אים אזוי שארף אראפ, בויך ווייטאג פון בעלזער איז א ווילדער אנגריף אויף איינעם וואס מ'האט געשריבן הגה"ק מבעלזא אין דער בלאט א וואך פריער,

דער אמת איז אז עס איז בעסער ווען זיי מאכן יא שלום, ר' אהרן קען זיך אסאך לערנען פון זיין שוואגער, ער מעג זיך לערנען וויאזוי צו מאכן ערנסטע ישיבות און נאך אלס זיין גרויסע פאטריאטן פאר די פארטיי, די בעלזע האבן אריינגעלייגט כחות צו בויען א שטארקער חינוך נעץ, און די בחורים זענען מורא'דיגע חסידים, ר' אהרן מיינט אז נאר מיט פירן א בעבישע מיליטאנטישע ישיבה וואס זאל ווארפן פאשקעווילן אויף סידור קידושין שרייבן גראפיטי אויף רבנים ווי די שחורים, נאכשרייען פרויען אויף די גאסן, זינגן אויף קברי ישראל, שלאגן אויפן ציון, אינטערצינדן קימפעטורן היים, שיסן פענסטער שניידן רעדער שיקן בחורים ארויסגראבן סעפטיק אפשפארן בתי מדרשים, וכדו', דאס וועט אים בויען, למעשה דאס לייגט אים אין דער ערד,
ער מאכט די ישיבה על קברו, שם תהא קבורתכם, זיין קבר,
זיין שוואגער וואלט אים געלערענט וויאזוי מען קוקט אויס אז מען מאכט אייגענע שחיטה און מאיז מלגלג אויף די פריערדיגע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/1/2011 02:14 לינק ישיר 

אלס נקמה פאר די באשמיצן פון די ארונים קעגן בעלז, האט דער בעלזער נישט געשיקט זיינע דיינים ר' שלמה גראס מיט ר' אשר עקשטיין צו ר' אהרן'ס חתונה אזוי ווי ביי די פריערדיגע שמחות,
לויט ווי מען געט איבער פון בעלז האט ר' אהרן שוין נישט גערופן זיך מזכיר זיין ביום החופה פון זיין אייניקל ביים שוואגער דער בעלזער,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2011 04:53 לינק ישיר 

אפדעיט: די וואך האט געדארפט אריינגיין אין בלאט א ווילדע עדיטאריעל פון אחד הרבנים אראפצורייסן דעם בעלזער אויף זיינע דברי ציונות. למעשה האט אבער מאיר הירש איבערגענומען די לייצעס, און זיכער געמאכט אז דעם ארטיקל איז מען מבער. און צוגאב האט ער אויך ערלעדיגט אז דער בלאט האט די וואך נאכאמאל געשריבן כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אין דעם באריכט פון די פטירה פון הגה"צ ר' יצחק דוד פריעדמאן זצ"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/1/2011 05:03 לינק ישיר 

למכה מצרים בבכוריהם #6515612564

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/1/2011 02:02 לינק ישיר 

חיי_שעה כתב:
א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן די לעצטע וואך צווישן ר' אהרן מיטן שוואגער דער בעלזער.
 
יעצט האט ר' אהרן באשלאסן אז ביי זיין שווער'ס לויה וועט ער האבן א גוטע געלעגנהייט אפיציעל שלום מאכן מיטן שוואגער, זיינע שליחים האבן זיך פארבינדן מיט די בעלזע באהערדע און אויסגעארבעט א פארמאלע מיטונג צווישן די קינדער פון ר' משה'לע וואו מען וועט זיך צוזאמזעצן תיכף נאך יציאת נשמה און מען וועט אויסארבעטן אלע פרטים פון די לויה ביז די ממלא מקום אישו, און די פאטאגראפירער וועלן האבן די זכיה צו כאפן בילדער ווי ר' אהרן מיטן בעלזער שמועסן פריוואט. דערנאך וועלן זיי כאפן שפאציר און ביידע וועלן זיך פארקנייטשן דעם שטערן, און ר' אהרן וועט ווייזן מיט די הענט ביז דער פאטאגראפירער וועט ווייזן אז אלס איז פיקטשער רעדי, און דערנאך וועלן די בליצן זיך אנהייבן, און די שונאים וועלן פלאצן.
 
אבער דער שוואגער איז דאך פארט א קוריאזער וואס מען קען נישט אויסרעכענען, ער האט געענטפערט פאר די מתווכי השלום, אז ער גייט נישט שלום מאכן אין קרית וויזניץ נאר אין קרית בעלזא, און אויב אהרן וויל קען ער קומען אהער און איך וועל אים דא אויפנעמען. 




עס איז דא שמועת אז רא"ט פארט מארגען קיין ארץ ישראל באזוכען די שווער
וועט די שלום פלענער צירוק ווערען.....?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 21:32 לינק ישיר 

וועט דער שלום גיין פאראויס מיט די נסיעה קיין ארץ ישראל ? און אויב שוין יא שלום און שוין יא א טריפ, אפשר מאכט מען א סטאפ אין מצרים, און מ'מאכט דארט אויך עפעס שלום?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 23:13 לינק ישיר 

אויב גייט ער קיין בעלזא אויף א שלום דארף ער שוין נישט גיין קיין מצרים, ס'וועט זיין א ריכטיגע למכה מצרים בבכוריהם ביי אים אין הויף.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/2/2011 08:34 לינק ישיר 

רבינו שליט"א וועט נישט זיך טרעפן מיט בעלז. קאנפירמד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2011 17:31 לינק ישיר 

פארוואס טאקע נישט? פארוואס צום קלויזענבורגער איז ער געפארן ביז נתניה און קיין בעלז קען ער נישט פארן ביז ירושלים? איז נאכנישט צייט שלום צו מאכן מיט די גאנצע וועלט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2011 17:54 לינק ישיר 

שארטקאט. איך ווייס נישט אויף וואספארא מחלה דו ליידסט אז נאכן ענטפערן 10 מאל פרעגסטו איבער די זעלבע קשיא נאכאמאל. איך האף אז יעצט וועסטו עס ארייננעמען אין קאפ:דער היינטיגער בעלזע רבי האט זיך זייער מיאוס אויסגעדרוקט קעגן סאטמאר בכלל און רביה"ק דעל דבר"י זי"ע בפרט. פארדעם ווילאנג ער בעט נישט איבער דעם רבין זי"ע קען קיין שלום נישט זיין. משא"כ דער קלויזענבורגער איז זיין טאטע געווען דער וואס האט גערעדט קעגן רביה"ק. פון אים האסטו נאכנישט געהערט. די זעלבע זאך אויב אהרן מרדכי רוקח וועט זיך נישט אזוי צופירן דאס מויל ווי זיין טאטן. וועט מען קענען רעדן מיט אים. נאך א חילוק: דער קלויזענבורגער איז געווען א רבי מדור הקודם איז נישט "אזא" חוצפה אז ער האט גערעדט קעגן רבין. משא"כ דער בעלזער איז א יונגער מחוצף (וואס האט ניטאמאל זיך אנגענומען פאר זיין טאטן. נאר פאר זיין פעטער) מילא אז ער רעדט קעגן רבין איז ער גרויסער עזות פנים. פארשטאנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.