בית פורומים אידישע געדאנק

ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/2/2011 18:16 לינק ישיר 

בכלל נישט פארשטאנען

דער מחלוקה מיט ציונות וואס סאטמאר האט געפירט איז בכלל נישט קיין פערזענליכע מערכה, עס איז א מלחמה פאר כבוד שמים, די מחלוקה מיט קלויזענבורג איז נישט ווייל ער האט זיך אויסעגדריקט אזוי אדער אזוי אויפן רבי'ן, נאר ווייל ער האט גערעדט ציונות און אפיקורסת און גענומען א חלק אין די מדינה רח"ל, די זעלבע מיט די מחלוקה פון בעלז איז נישט געווען ווייל ער האט גערעדט קעגן סאטמאר, נאר ווייל ער האט געוואלט צוברעכן די חומות ירושלים מיט איינפירן זאכן וואס איז אלע יארן געווען אסור ווי חזיר אין ירושלים, און דער בית דין הגדול האט זיך ארויסגעשטעלט, און הערשט לאנג דערנאך האט ער חוזק געמאכט פון די שיטה פון סאטמאר און פון די אונגארישע גדולים מתלמידי חתם סופר זי"ע,

געב מיר צו פארשטיין צו דער היינטיגער קלויזנבורגער איז איין ברעקל ווייניגער ציוני ווי זיין פאטער? פארוואס ווייל ער פארט אויף א פערד און וואגן צו די חופה פון זיין זון, אדער ווייל ער קומט באזוכן די מאסקאווי בית השחיטה און טוט זיך אן מיטן ווייסן חאלאטער אינאיינעם מיט ר' אהרן פאר די שיינע פיקטשערס?

וואס איז ער ווייניגער ציוניסט ווי דער בעלזער? לידועתך איז קלויזענבורג סאך מער ציוניסטיש, און זיי האבן פראגראמען פון די רעגירונג אזוי ווי די מזרחי, זייערע מוסדות זענען ממלכתי דתי, נישט חינוך עצמאי,

ביי דיין רבין איז ציונת בכלל נישט קיין אידישקייט נאר א מחלוקה פון זיך שארף אויסדריקן קעגן סאטמאר,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2011 23:57 לינק ישיר 

שרעקליך. מ'דארף שנעל אויסטרעפן פארוואס עס איז גארנישט געווארן פון דעם. אפשר ווייל ער איז געווען באהאלטן אין זיין בונקער?

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 08:05 לינק ישיר 

לכאורה וויל דער בעלזער זיך נישט טרעפן מיט דעם אפגעריסענער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 16:17 לינק ישיר 

שארטקאט כתב:
בכלל נישט פארשטאנען

דער מחלוקה מיט ציונות וואס סאטמאר האט געפירט איז בכלל נישט קיין פערזענליכע מערכה, עס איז א מלחמה פאר כבוד שמים, די מחלוקה מיט קלויזענבורג איז נישט ווייל ער האט זיך אויסעגדריקט אזוי אדער אזוי אויפן רבי'ן, נאר ווייל ער האט גערעדט ציונות און אפיקורסת און גענומען א חלק אין די מדינה רח"ל, די זעלבע מיט די מחלוקה פון בעלז איז נישט געווען ווייל ער האט גערעדט קעגן סאטמאר, נאר ווייל ער האט געוואלט צוברעכן די חומות ירושלים מיט איינפירן זאכן וואס איז אלע יארן געווען אסור ווי חזיר אין ירושלים, און דער בית דין הגדול האט זיך ארויסגעשטעלט, און הערשט לאנג דערנאך האט ער חוזק געמאכט פון די שיטה פון סאטמאר און פון די אונגארישע גדולים מתלמידי חתם סופר זי"ע,

געב מיר צו פארשטיין צו דער היינטיגער קלויזנבורגער איז איין ברעקל ווייניגער ציוני ווי זיין פאטער? פארוואס ווייל ער פארט אויף א פערד און וואגן צו די חופה פון זיין זון, אדער ווייל ער קומט באזוכן די מאסקאווי בית השחיטה און טוט זיך אן מיטן ווייסן חאלאטער אינאיינעם מיט ר' אהרן פאר די שיינע פיקטשערס?

וואס איז ער ווייניגער ציוניסט ווי דער בעלזער? לידועתך איז קלויזענבורג סאך מער ציוניסטיש, און זיי האבן פראגראמען פון די רעגירונג אזוי ווי די מזרחי, זייערע מוסדות זענען ממלכתי דתי, נישט חינוך עצמאי,

ביי דיין רבין איז ציונת בכלל נישט קיין אידישקייט נאר א מחלוקה פון זיך שארף אויסדריקן קעגן סאטמאר,
נישט אמת! לאמיר דיר פרעגן. האבן רבינו הקדוש בב"מ נישט געהאט קיין פראבלעם מיט 
וויזניץ און אנדערע ציוניסטישע רביס???


נאר בעלז איז געווען אן אויסנאם. ווייל דער בעלזער האט זיך צושמירט דאס מויל קעגן רבינו בעל דבר"י און אנדערע פריערדיגע גדולים
 קען מען נישט "גיין" צו אים ווילאנג ער בעט נישט איבער ברבים (אלס די שיטה ווועלן מיר אייביג זיין צוקריגט. אבער לגבי רעדן מיט אים קען מען נישט ווילאנג ער בעט נישט איבער)

משא"כ דער קלויזענבורגער איז טאקע א ציוני. און פארדעם גיי איך נישט שיקן מיינע קינדער אין זיינע מוסדות. אבער רעדן צו אים איז קיין פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 17:40 לינק ישיר 

ניין דער אויסנאם פון בעלזא איז געווען ווייל זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה אפצולאכן פון די גאנצע שיטה, ער האט אפען אפגעלאכט פון חרם וואס איז געווען אין ירושלים הינדערט יאר ווי לערנען פרעמדע לשונות וכדו', ער האט מיט ליצנות געוואלט צוברעכן דעם חומת ירושלים, די זעלבע מיט קלויזנבארג ער איז זיך געגאנגען טרעפן מיט בן גריון ימ"ש וואס קיין איין מנהיג האט נישט געטוהן, דאס איז געווען א פירצה בחומת הדת,
משא"כ וויזניץ גור וכו', זיי האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין און משתתף געווען אין בחירות געלקח'ט געלט פון רעגירונג און אפילו אריינגעשטעלט מענטשן אין כנסת, אבער זיי האבן זיך נישט ארויסגעשטעלט קעגן די קנאים, נישט אפגעלאכט פון זיי און נישט געפירט מלחמות מיט זיי,


תוקן על ידי שארטקאט ב- 09/02/2011 18:19:12




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2011 01:52 לינק ישיר 

יעדער האט געפרעגט פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן פון ארץ ישראל נאך א פאר שעה, און נישט געבליבן צו די וויזניצע חתונה, אבער ווי עס קוקט אויס האט ער נישט דערהויבן דעם פאקט אז דער בעלזער באקומט סידור קידושין, טראץ וואס דער בעלזער איז פינקט אזא שוואגער ווי אים, און ער קומט צו פארן פון אזא ווייטע נסיעה פון כמעט א האלבע וועלט, האט ער באשלאסן בעסער אהיימלויפן און גיין שפאצירן אין סיגעיט גאסן מיט די בחורים,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2011 05:56 לינק ישיר 

די ארונישע פארום כל העולם כלו, האט געעפענט אשכול צו באריכטן די באזוך פון בעלזא מאכנאווקע רבי אין אמעריקע, דאס איז לכאורה נקמה פאר די בעלזאר וואס האבן זיך אויסגעדרייט דעם ריקן פאר ר' אהרן און נישט געוואלט קיין שלום מיט אים, נאר אויב ער קומט אריבער קיין קרית בעלזא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2011 20:59 לינק ישיר 

היפאקראטיע בתפארתו? נע, דאס איז צו שוואך געזאגט אויף וואס ס'קומט יעצט פאר צווישן די הויפן אהרונים - בעלזא ירושלים.
 
דענקט נאך איינער ווי אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט איז דער בעלזער געווען א ציוני און א אגודיסט און וואס נישט?! היינט צופרי האט זיך דאס אלעס געטוישט צום גוטן.
 
די אהרונים וועלכע זענען אויסגעהונגערט פאר פובליסטי, און די דעפרעשאן זייערע גייט גאר הויעך אינאיינעם מיט זייער רבי'נס, האבן היינט אינדערפרי ענטפאנגן א גאנצע בעלזא דעלעגאציע אין זייער שלאכט הויז אין קרית יואל - מאנרא.
 
וועט איר אוודאי פרעגן וואו איז די שכל פון די בעלזא, פארוואס גייען זיי נאך אפילו צו די אהרונים נאך וואס מ'האט אזוי מיאוס אראפגעריסן זייער רבי'ן אויף די אהרונישע האטליין. דער תירוץ דערצו איז זייער פשוט, די בעלזא ווייסן גאנץ גוט ווי אמת'דיג די אהרונים האבן דאס דעמאלס געמיינט, זיי האבן געוואוסט אז די אהרונים האבן א קנאפער פראבלעם מיט זייער ציונות. די אהרונים האבן געהאט א פראבלעם אז דער בעלזער האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט זייער דזשיגאן עם הארץ, און אט דאס האט זיי אזוי ארויסגענומען פון די כלים און אנגעהויבן שיטן פעך און שוועבל אין ריכטונג פון בעלזא.
 
דער גרעסטער וויץ איז נאך ווי פרייליך די אהרונים זענען מיט דעם באזוך, דער אפיציעלער טוויטער גרופע שיקט בילדער ווי דער בעלזער דיין מיט א קבוצה בעלזער יונגעלייט געפונען זיך אינעם שלאכט הויז, און דערנאך ביי א באזוך ביים דזשיגאן עם הארץ, וואס האט פלוצים פארגעסן אז דער בעלזער האט נישט לאנג צוריק גערעדט כפירה ממש ביי א מסיבה פאר זיינע חסידים.
 
די שמחה אז דער חזיר כשר'ט א כשר חזיר פיסל, דהיינו בעלזא איז מסכים מיט וואס דער דזשיגאן עם הארץ זאגט אז זיי בית השחיטה איז דאס שענסטע און ס'בעסטע, קומט נאך וואס מ'מאכט שלום מיט די שונאים פון טאטן, וואס ווי באקאנט האבן רבינו בעל ברך משה זצ"ל און הגאון הגדול בעל מנחת יצחק זצ"ל גאב"ד ירושלים, גע'אסר'ט די בעלזא שחיטה. יעצט קומט דער זוהן, און כשם שמכבדו מבחייו מכבדו במותו, פונקט ווי מ'האט דעם טאטן געפייניגט בחייו און גערופן אין קאורט, פארגעסט מען נישט לאחר מותו צו טאנצן הכל יודיך מיט די אידן קעגן וועם ער האט לוחם געווען מיט בלוט און מסירת נפש.
 
וואס אביסל דעפרעסיע טוט נישט מיט די אהרונים און זייער דזשיגאנער עם הארץ?! אפילו שלום מיט די שונאים, וואס מ'האט ביז היינט בלויז געלאזט דעם אינגערן ברודער טון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2011 21:16 לינק ישיר 

פישמאן כתב:
די ארונישע פארום כל העולם כלו, האט געעפענט אשכול צו באריכטן די באזוך פון בעלזא מאכנאווקע רבי אין אמעריקע, דאס איז לכאורה נקמה פאר די בעלזאר וואס האבן זיך אויסגעדרייט דעם ריקן פאר ר' אהרן און נישט געוואלט קיין שלום מיט אים, נאר אויב ער קומט אריבער קיין קרית בעלזא,
דער ניק 2בעלזא2 איז א אהרוני? איך האב אייביג געוואוסט אז ער איז א בעלזער וואס שרייבט כמעט קיינמאל נישט פון סאטמאר. ספינס האט אויך א שיעור



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/3/2011 05:59 לינק ישיר 

Haguen Usher Ekstien Domtz Belz BP w/2 Roshy Kolelim &30 ... on Twitpic


SatmarText: Haguen Usher Ekstien Domtz Belz BP w/2 Roshy Kolelim &30 Yingelat of Belz Kolel came 2KY BiesShchita &visited by Rabbiny

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 06:29 לינק ישיר 

אברכי כולל בעלזא בב"פ ערכו סיור במשחטה בקרית יואל
קרית יואל; דייני ואברכי כולל יו"ד בעלזא בבורו פארק ערכו סיור במשחטה בקרית יואל וכעת נערך ביקור מיוחד של אברכי הכולל ביחד עם הדיינים אצל האדמו"ר מסאטמאר.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2011 07:46 לינק ישיר 

נעבעך, אז ביי די סאטמארער אידן ווערט מען אויסגעשפיגן, גייט מען זיכן חיזוק ביי בעלזא, די זעלבע וועם מ'האט אין די נישט ווייטע פארגאנגעהייט אזוי מיאוס אראפגעריסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2011 21:20 לינק ישיר 




ראשוני: משלוח מנות מהאדמו״ר מסאטמר לאדמו״ר מבעלזא
בדקות האחרונות הגיע משלחת מבית האדמו״ר מסאטמר מהר״א עם משלוח מנות, לטיש אצל מרן האדמו״ר מבעלזא בגרויסע שטויב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2012 02:56 לינק ישיר 

נו וואס טוט מען אז דער שווער האלט נישט ביים גיין? זאל מען זיך נישט פיקטשערן מיטן שוואגער? וואס וועט מען מאכן העדליינס וואס וועט זיין פאר זיין טעיסט?
זאגט ער דעם דעפרעסטן שוואגער "נאמנים עלי דבריו" ער דארף נישט ברבים מפייס זיין אדער שרייבן בכתב א חזרה, מקען מאכן א שארטקאט צום באזוך דער עיקר איז "בא יבא ברנה"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2012 03:28 לינק ישיר 

לאעליכם כתב:
א הערט אויס אויף "קול סאטמאר" 212-444-9899. נומער 2-2-0
פון די מעין מעניו, שארפע דברי מחאה אקעגן די דברי בלע וציונות
וואס האדמו"ר מבעלזא ירושלים האט געלאזט הערן במשך די וואך

אשריכם פארן ארויסזאגן דעם אמת'ן דעת תורה אן קיין שום מורא! לכו בכוחכם זה!!

 
וואס איז יעצט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ביטערע מחלוקה: סאטמאר מהר"א VS. בעלזא ירושלים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.