|
|
| נשלח ב-17/1/2012 05:49 |
|
| |
פאריאר חודש שבט ווען ר' אהרן האט געוויילט אין סיגעט רומעניע איז דער מצב ביים וויזניצער רבין געווען זייער אנגעצויגן, האט זיך ר' אהרן אריבערגעכאפט קיין ארץ ישראל אולי וועט ער נאך קענען אויסארבעטן מיטן שוואגער עפעס פאר זייער שווער געזעגנט זיך, יעצט פארט ער צו א חתונה פון ר' ישראל'ס אייניקל מייזליש, ווי דער בעלזער מיט ר' אהרן וועלן טאנצן האנט ביי האנט און די ארונים וועלן זיין העפי, אז דער רבי איז גוט מיט אלע גדולים הדור, און אלע פאטאגראפירער וועלן כאפן רעכטס און לינקס, למעשה קומט דער בעלזער ארויס א געווינער אלס א מעביר על מידותיו, טראץ 30 יאר פון רדיפות האט ער מפייס געווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און ר' אהרן זעהט נעבעך אויס ווי א נארעלע וואס לויפט יעדן נאך ווי ער קען כאפן א העדליין מיט א פיקטשער
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 06:09 |
|
| |
אם השלום היה כ"כ בניקל ולמה שלח הבעלזער עשרה שליחים לבקש מחילה מאת הרה"ק מסאטמאר זי"ע?
תיובתא דפישמאן תיובתא.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 06:16 |
|
| |
לאנצוט פיר אויס, אלא מאי האט ער מיט דעם מעמד פיוס נישט געצילט די אהרונים אדער ר' אהרן, וואס זיי ווייסט ער קען ער האבן אן א בקשת מחילה, נאר ער האט געצילט און אפעלירט צו סאטמארע אידן ביי וועם ער איז טרייף.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 06:32 |
|
| |
| דזשיגאן כתב: |  | | לאנצוט פיר אויס, אלא מאי האט ער מיט דעם מעמד פיוס נישט געצילט די אהרונים אדער ר' אהרן, וואס זיי ווייסט ער קען ער האבן אן א בקשת מחילה, נאר ער האט געצילט און אפעלירט צו סאטמארע אידן ביי וועם ער איז טרייף. |
|
אויב "זיי קען ער האבן אן בקשת מחילה" וואו זענען זיי געווען די לעצטע 30 יאר? אדער ווייניגסטנס די לעצטע 10 יאר זייט זיי זענען "געווארן מער משוגע"? סטאפ צו רעדן ווי א קטן. ווען מהר"א דארף ווען נישט די תנאים מאכט ער ווען שלום מיטן שוואגער יארן צוריק. דערווייל זעסטו אויס ווי דער משוגענער דא און מהר"א מיטן בעלזער ווי די דזשענטללייט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 07:46 |
|
| |
די לעצטע פאר יאר האבן זיי זיך געגעבן די האנט, געשיקט משלוח מנות און לויט געוויסע ווערסיעס גערעדט אויפן טעלעפאן. יעצט זאג דו מיר אויב פאר די אהרונים אדער ר' אהרן האט מען נאך אלץ געדארפט גיין צום ציון
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 08:05 |
|
| |
דשיגאן וואס מאכסטעך נאריש
פארוואס דען האט עס דער בעלזער יעצט געטוהן??
מהר"א האט זיך מיט אים נישט געוואלט טרעפן ביז היינט אפילו ער האט אחס געשיקט שלוחים זיך בעטן
און יעצט וועט ער יא וועלן
און נאר פארדעם האט עס דער בעלזער געטוהן
ווייל מהר"א האט אים שוין עטליכע יאר צוריק אראפגעלייגט דעם תנאי כידוע מאז
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 08:14 |
|
| |
אישור, אפשר האט ער געמיינט מיט דעם גיין צום ציון צו שיקן א מעסעדזש פאר די זאליס, וואס זענען לכו"ע די עקסטרעמע סאטמאר, אז ער ברעכט זיך?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 19:16 |
|
| |
געלעכטער. איך בין מסכים מיט דיר דאס מאל. 100%.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 22:45 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | געלעכטער. איך בין מסכים מיט דיר דאס מאל. 100%. |
|
לויט די עקספיריענס מיט איהם איז עס 100% נאר לפנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2012 23:15 |
|
| |
דו מיינסט אפשר "לפנים משורת הדין"?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 00:32 |
|
| |
חיי שעה האט יא געוואוסט וואס ער רעדט, דער בעלזער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, אויב די ווילסט מאכן העדליינס אז די האסט שלום געמאכט מיט בעלז, מוז דאס זיין ביי מיר אינדערהיים, ר' אהרן האט געמיינט אז דער בעלזער וועט זיך ברעכן און מסכים זיין זיך טרעפן ביי מייזליש חתונה אדער וויזניץ שבע ברכות, אבער דער בעלזער זאגט אז די ביסט אזא ביליגער אינגאטש וועסטו דיך דאך עניוועס זיך בייגן פאר מיר, קום זשע זיי מוחל צו פארן צו מיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 00:36 |
|
| |
אז דער בעלזער איז גרייט צו שיקן 10 פון זיינע שענסטע דיינים פאר דעם. און מגלה זיין פאר די גאנצע וועלט אז "חטאתי, עוותי און פשעתי", מעג דער שוואגער זיין א מענטש און פאר קיין טעלזסטאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 00:39 |
|
| |
יא יא, דער בעלזער דארף נאכלויפן און בעטן מחילה ווייל ער איז באמת א שפל ונבזה און האט מבזה געווען א קדוש עליון, אבער וואס האט ר' אהרן נאכצולויפן דעם מטורף? וויל ער זיך טרעפן ביי א שמחה מהיכי תיתי, אבער נאכלויפן ביז טלסטון איז א שפלות וואס פאסט פאר א קליין רבלע וואס זוכט א פיקטשער, נישט איינער וואס האלט זיך רכשכבה"ג,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 00:46 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס איז דער חידוש,
ר' אהרן איז מיט עטליכע יאר צוריק געפארן ביז נתני' זיך פאטאגראפירן מיט קלויזענבורגער,
ר' אהרן איז שוין געפארן מיט 12 יאר צוריק ביז ארץ ישראל זיך פאטאגראפירן מיטן בעלזער ביי וויניץ שבע ברכות.
ר' אהרן איז גרייט צו פארן טויזענטער מייל פאר א פיקטשער ספעציעל אויב סקען ברענגן סעזאנציע נייעס,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 00:54 |
|
| |
| שימעלע כתב: |  | יא יא, דער בעלזער דארף נאכלויפן און בעטן מחילה ווייל ער איז באמת א שפל ונבזה און האט מבזה געווען א קדוש עליון, אבער וואס האט ר' אהרן נאכצולויפן דעם מטורף?
וויל ער זיך טרעפן ביי א שמחה מהיכי תיתי, אבער נאכלויפן ביז טלסטון איז א שפלות וואס פאסט פאר א קליין רבלע וואס זוכט א פיקטשער, נישט איינער וואס האלט זיך רכשכבה"ג, |
|
עס איז געווען א תנאי כפול. דער רבי האט געזאגט פאר'ן גבאי פונעם בעלזער נאך אין תשס"ד, נאר דעמאלט ווען דער בעלזער רבי וועט שיקן א מנין צום ציון, וועל איך זיך קענען טרעפן מיט אים. אן דעם נישט.
פון תשס"ד ביז תשע"ב איז 8 יאר. אין די 8 יאר האט דער בעלזער פראבירט אלע אופנים צו טוישן די קאנדישאנס, אבער סאטמאר רבי האט זיך געהאלטן זייער פעסט.
תשע"ב האט זיך בעלז ענדליך געבראכן און געשיקט א מנין צום ציון און מפייס געווען כדת וכדין.
יעצט דארף סאטמאר רבי איינהאלטן זיין צוזאג.
מיר איז פיל אינטרעסאנטער אז די בעלזער האבן זיך געבראכן און דער וויזיט איז נישט אין "קרית בעלזא" אין ירושלים, נאר אין עפעס א שטעטל.
דאס איז דער גרעסטער חידוש.
|
|
|
|
|