|
|
| נשלח ב-16/2/2012 01:02 |
|
| |
זייט מוחל ענפער מיר א תירץ
פארוואס לויפט ר' אהרן אים נאך, זייער גוט אז ער האט מפייס געווען דעם פעטער ז"ל מעג ער אים שוין טרעפן און ער מוז שוין באקויטירן, אבער אויב ער פארט נישט קיין ירושלים צו קיינעם, פארוואס צום בעלזער מוז ער פארן?
אויב דער בעלזער פייגערט זיך צו טרעפן, זאל ער אים נאכלויפן קיין בני ברק, עס איז א מוראדיגע השפלה פון איינעם וואס רופט זיך א גרויסער רבי, נאכצולויפן ביז יענעם אין מעון נופש,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 01:09 |
|
| |
ער פארט נישט קיין ירושלים לויט מיין אינפארמאציע. עס איז דער מנהג איבעראל מאז ומתמיד אז דער גאסט גייט קודם.
ממילא פארט מען ערגעץ אינדערצווישן און מ'טרעפט זיך צונויף.
וואס נאך פארשטייסטו נישט מיין קינד.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 01:18 |
|
| |
ר' אהרן איז דען א גאסט אין ירושלים? ער גייט דען באזוכן איין איינציגער איד פון ירושלים אויסער דעם אנגעפאשעטער לץ, ר' אהרן האט א מחותן דושינסקי וואס וואוינט אין ירושלים, האט אים ר' אהרן אנגערופן ער זאל זיך זיכן א דירה'לע אויפן וועג ער זאל קענען גיין באזוכן?
זיין תאוה פאר עטענשאן טרייבט אים נעבעך שרעקליך אז ער איז זיך מבזה עד לעפר, אבי מזאל רעדן פון אים,
בדרך אגב, ווען די פרעגסט וואס נאך איך פארשטיי נישט דיין קינד (בעסער געזאגט דיין בעבי) וויל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי גארנישט וואס ער טוט, אבער איך וויל נישט פארשטיין ווייל ער איז דאך נעבעך אן אפגעריסענער שוטה, אויף וואס איך וואונדער מיך נאר, איז אויף זיינע חסידים וואס פרייען זיך מיט די נייעס, עס איז פאר זיי די גרעסטע בזיון,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 01:27 |
|
| |
ער פארט נישט קיין ירושלים, און איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט עפעס צערודערט פון דעם באזוך. איך גלייב אז אויב דארף ער באזיך בלויז פאר אטענשאן וואלט ער עס רואיג געקענט גיין באזוכן אן דעם וואס דער בעלזער זאל שיקן א מנין צום ציון.
א קיצור, איך זעה נישט דא קיין סיבה צו זיין עקסייטעד אדער צעבראכן. ער איז געגאנגען באזוכן זיין שוואגער. דאס אלעס וואס איך זעה.
איך זעה אויך אז פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה איז שיעמלע צוטראגן. השי"ת זאל העלפן זאלסט עס איבערגעקומען בקרוב ובנקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 01:38 |
|
| |
דו זעסט נישט קיין סיבה, אבער ר' אהרן האט זעט אויס יא געזען א סיבה. אנדערש האט נישט קיין פשט די גאנצע דרשה אין ישיבה די וואך בעפאר די נסיעה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 01:52 |
|
| |
אין מיינע אויגן איז די דרשה געווען צו באפעסטיגן און אראפשטעלן זייער קלאר אז ער איז ביי דעם מיינונג וואס שמואל שלמה טעלער האט געזאגט אז דער רבי האט אים געבעטן ער זאל זאגן פאר די בחורים.
אבער א סיבה צו זיין אויפגעבראכט אדער היסטעריש איז אינגאנצן נישטא.
די דרשה איז געווען א הבהרה אז התבדלות מרשעים מיינט אז מיר טוען נישט וואס זיי טוען, און ביי אונז איז אסור וואס ביי זיי איז מותר, און מיר פרעדיגן ווייטער דעם זעלבן דרך, דאס ווערט פראקטיצירט מיט מעשים, מיט דיבורים און מיט חינוך פאר די קינדער.
ודי בזה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 01:57 |
|
| |
ניין שעפעלע, לא די בזה!!
נאכנישט גענוג, דיין רבי געט אונז אינטערטעמענט מיר האלטן זיך אונטער אויף זיין חשבון, ווי וואנט מאור.
מיר האפן אלע אז ער וועט ווייטער זאגן די זיסע דרשות, און ווייטער מאכן סענזאציעס, און אודאי וועלן מיר פלאצן,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 02:05 |
|
| |
שיעמעלע טייערער.
זיי אויפריכטיג. ער האט אין די לעצטע 10 יאר נישט פארלוירן קיין איין חסיד. און ער דארף זיך נישט קיין סאך קימערען פון שיעמעלע מהיידפארק הבירה האלט.
אויב ער גיט אינטערטעינטמענט, טוט ער עס פאר "זיינע חסידים". איך בין איבערצייגט אז ער טוט וואס אים שמעקט, און ביז דערווייל האט ער געמאכט זייער גוטע באשלוסן, פאליטיש און מאראליש, און נישט אומזיסט האט ער איבערגעקלוגט משה גבאי און אלע זיינע שונאים טויזענט מאל.
דו קענסט זיך איבערצייגן יעצט ביי בעלזא. משה גבאי האט געשריבן אין דער איד וועגן בעלזא פאזיטיוו און געכאפט גוטע שלעק פון די דיינים און פון הרח"צ טייטלבוים. זיין טאטע כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האלט אז משה גבאי האט יא גוט געשריבן און באפוילן אראפצורייסן אלע פלאקאטן פון ראדני.
אבער זאגן קיין ווארט קען ער נישט, ווייל ער איז נישט באלעבאס, נישט ער און נישט דער גבאי משה פריעדמאן. באלעבאס זענען די סיקריקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 02:27 |
|
| |
גראדע האלט איך זיך אויך אונטער מיט דעם נארעלע, ער איז קיוט,
וויפיל פון זיינע חסידים האבן אינטערטעימענט פון דרשות און מעשות, ווענט זיך אין די איי קיו פון זיי, די קליגערע שעמען זיך און די נערישע פרייען זיך,
גראדע האלט איך אז משה גבאי האט אים טויזענט מאל איבערגעקליגט, ווייל אז סאטמאר רבי וואס האלט זיך נאך סאך מער און גרעסער ווי די פריערדיגע סאטמאר רביס, פארט אויף ארץ ישראל און האט נישט קיין דריסת הרגל אין ירושלים עיר הקודש, דער הויפט שטאט פון קנאות, ער לויפט ארום זיך פאטאגראפירן מיט איין ציוני נאכן פון נתני' ביז טעלזסטאן, אלעס נאר צו ווייזן פאר משה גבאי, אז ער טוט וואס ער וויל, איז ער לכאורה דער לוזער,
א בחינה ווי זיין רביצין האט געזאגט פאר משה גבאי חול המועד פסח תשנ"ט נאך דעם גוטן מועד דרשה פון שלמה שמש, אתה נצחת!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 02:35 |
|
| |
פישמאן, אפשר בין איך א חלה דעקל ווייל איך האב שוועריגקייטן מיט די הבנה. אפשר האט ער מער נישט קיין דריסת הרגל אין קרית יואל ווייל ער איז יעצט אין בני ברק.
איך מוז דיך גראטולירן פאר דיין געשמאקע תגובות.
אפשר שפילסטו אהרוני?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 06:40 |
|
| |
גראטאלירן זאלסטו דיין קלוגער רבי פארן אונז אונטערהאלטן ל' יום קודם הפורים,
ער איז שוין אין די צוויי טעג אין ארץ ישראל געווען אין עטליכע שטעט, סביון, בני ברק, פתח תקוה, טלזסטון, און ער פארט קיין מירון צפת טבריה, אבער קיין ירושלים האט ער נישט אין תוכנית צו פארן, דאס מיינט אז ער געפינט זיך נישט דאס פלאץ דארט,
און טאקע פארדעם לאכן פון אים אלע סאטמארע אידן וואס האבן אים אויסגעשפיגן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 18:58 |
|
| |
האסט פארגעסן אויסצורעכנען לוד.
אויך לייג צו מירון, צפת און טבריה, וואו ער גייט אי"ה זאזוכן קומענדיגע וואך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:32 |
|
| |
קענסט צולייגן וויפיל שטעט דו ווילסט, ירושלים איז נישט אויף די ליסטע!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:34 |
|
| |
יאפס. איך בין מודה צו אייך. עס מוז זיין אז עס מוז זיין אז ער זייער האט מורא צו פארן קיין ירושלים. איך קען נישט זעהן קיין אנדערע סיבה.
אגב הער איך אז ער האט דערווייל זייער מורא צו פארן קיין מירון. יעצט ווארט מען ביז מ'וועט קענען ברענגען א ריזיגע ארמיי אויף זונטאג, דעמאלט וועט די פחד אפשר אוועקגיין און ער וועט קענען פארן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/2/2012 19:37 |
|
| |
בוסט קע"ה א געלונגענער לץ, דער פאקט אבער אז אזויפיל שטעט אין ארץ ישראל ליגן אויף זיין לו"ז, בשעת ווען ירושלים איז בכלל נישט אין פלאן, זאגט אסאך.
|
|
|
|
|