| נשלח ב-16/1/2011 01:49 |
|
| |
בד"ה הרה"ח חיים אביגדור קאהן ע"ה
יעצט איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטורה פונעם באליבטער ראש הקהל אין מאנטריאל הרב החסיד ר' חיים אביגדור קאהן ע"ה, ווער עס וויס פרטים זאל מעלדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 03:29 |
|
| |
די לוי' גייט ארויס אום 8:45 היינט מוצאי שב"ק פון גרויסע סאטמארע בית המדרש אין וויליאמסבורג, דערנאך וועט ער געפירט ווערן צום נייע שטח אויף די ק"י בית החיים, אויך וועט דארט מספיד זיין די סאטמארע דיין פון מאנטריאל וואס איז יעצט אויפן וועג אהער.
ווער עס האט בילדער ווערט געבעטן עס מיר צו שיקען אויף [email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 03:42 |
|
| |
יענקעלע11 גרייט שוין צו דעם אשכול וועגן דעם ראש הקהל דער מחוצף וועלכער איז "נענש" געווארן צו גיין ליגן מאחורי הגדר, ווייל ער האט געבויעט די תלמוד תורה פאר די זאליס אין מאנטריאל...
תוקן על ידי סענעטאר ב- 16/01/2011 03:46:59
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 03:54 |
|
| |
אפשר וועט ער אים מאכן פאר א מאנגאליען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 05:20 |
|
| |
באמת א פארלוסט פאר כלל ישראל, א איד פון וועמען צענדליגער טויזנטער אידן האבן נהנה געווען במישרין ובעקיפין, א גאון במדת החסד. מעמיד געווען די ישיבה אין מאנטריאל, וואס האט שוין ארויסגעגעבן טויזנטער תלמידים מופלגים. אויפגעשטעלט די צוועלעפטע קלאס. אויפגעטאן פאר חינוך הבנים והבנות אין די גאנצע וועלט. יעדער צובראכענער איד ביי אים געהאט א אפענע טיר. יעדער בנש"ק האט ביי אים באקומען סכומים נכבדים, געשטאנען ווי א גענעראל פאר קדשי בית סאטמאר, סיי פאר רביה"ק זי"ע, און פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געלאזט די קאסטן סכומים אדירים סיי פריוואט, און סיי פאר די מוסדות. אויפגעטאן פאר תפלה בכוונה קדושת בית המדרש און נאך אסאך פראיעקטן. נישט גענוצט זיין פארמעגן פאר פריוואטע לוקסוס.
אויב דארף מען פארגיסן טרערן אויף אן אדם כשר, איז ער פון די בדורינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 06:55 |
|
| |
ער איז בכלל געווען א דערהויבענע איד אין פריוואט לעבן, זיין איידלקייט, אויף די עלטערע יארן איז ער ממש א האלבע טאג געזיצן אין בית מדרש מיט חברותות (באצאלטע) און געלערנט פלייסיג, זיין דאווענען איז געווען אויף גאר א דערהויבענעם פארנעם מיט א מורא'דיגע ערנסקייט, אלעמאל אין די סידור "תפילה בכוונה" וואס ער האט אליינס געלאזט דריקן (אן ארויפלייגן זיין נאמען דערויף).
מען קען באשרייבן פילע באשרייבונגען איבער זיין דערהויבענע מהות וואס ער האט מיט זיך פארגעשטעלט, ער איז טאקע שטענדיג געווען אהוב ונערץ אין די גאנצע סאטמארע קהילה בכלל און בפרט אין זיין היימארט די שטאט מאנטריאל ווי ער האט לאנגע יארן געדינט אלס ראש הקהל פון די סאטמארע קהילה
ווען מען הייבט אן צו רעדן פון זיינע פילע צדקות וועט מען ממש נישט פארטיג ווערן, די עיקר פון אלעס איז אז אלעס איז געווען בהצנע לכת אן קיין פאמפע דראמפע, ער האט אויף קיין שום פלאץ כמעט נישט געלאזט לייגן זיין נאמען, אפילו ווען ער איז געווען א רוקן ביין ממש פאר פילע מוסדות, ווער רעדט נאך פון די סאטמארע מוסדות אין מאנטריאל וואס איז ממש געשטאנען אויף אים.
כל ימיו איז געווען א חטיבה אחת פון אויפטוהן פאר אידישקייט, ער האט אלס געזוכט צו שטייגן פריוואט העכער און העכער, זיינע גאלדענע מידות און זיין תמימות און ערליכקייט, צוזאמען מיט די צדקות, און א רעזעמעי פון געוואלדיגע אויפטואינגען למען הכלל איז א קאמבאנאציע וואס מען טרעפט נישט אזוי לייכט ביי איין מענטש.
פון ווען מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע האט בשנת תשנ"ט אויפגענומען כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א אלס אב"ד ומנהיג פון די צענטראלע סאטמארע קהילה און וומסב"ג, האט ער זיך - ווי רוב ערנסטע מענטשן חסידי סאטמאר - צוגעשטעלט צו רצון קדשו פון רבי'ן זי"ע, ער האט אין דעם איינגעזעהן ממש די הצלת הדור, מיט זיינע אלע כוחות האט ער געטוהן וואס עס איז נאר שייך צו מחזק זיין דעם רבי'ן שליט"א, מיט זיינע פילע שריט האט ער אסאך געלייסטעט אז די קהילה זאל קענען אנגיין און בליען אזוי שיין און הערליך לתפארת בית ישראל.
חוץ פון נאך פילע פריוואטע צוועקן וואס ער האט געטוהן אויף אן אויסערגעווענליכע גרויסע פארנעם, די פארלוסט איז מורא'דיג גרויס פאר די גאנצע סאטמארע קהילה בכל קצוי תבל, ער איז באמת געווען א טייערע איד וואס מען דארף באוויינען גאר שטארק, עס איז אן אבידה שאין לה תמורה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/1/2011 17:07 |
|
| |
און נישט פארגעסן. חסד הויבט זיך אן ביי זיך אין שטוב וואו ער האט מיט געטריישאפט אויפגעצויגן זיין ווייבס קינדער יתומים. א טייערער יוד געווען. א סעמפל פון תורה וגדולה במקום אחד.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 03:22 |
|
| |
| סענעטאר כתב: |  | יענקעלע11 גרייט שוין צו דעם אשכול וועגן דעם ראש הקהל דער מחוצף וועלכער איז "נענש" געווארן צו גיין ליגן מאחורי הגדר, ווייל ער האט געבויעט די תלמוד תורה פאר די זאליס אין מאנטריאל...
תוקן על ידי סענעטאר ב- 16/01/2011 03:46:59
|
|
ניין נישט פאר די חדר. נאר פאר די רשעות פון צאפן דאס בלוט יארן לאנג פון א תלמיד חכם עצום, א מיטגעמאכטע איד די מאנטריאלע רב שליט"א.
יעדער וואס קען אביסל די היסטאריע פון די מאנטריאלע קהילה מיט זייער רב שליט"א, ווייסט וויפיל דער בר מינן האט געצאפט זיין בלוט, וויפיל ער האט אים גערודפט לשם רשעות, אבער נאר לשם רשעות. ער האט הנאה געהאט צו זעהן די רב שליט"א צובראכן.
אודאי וועט קומען די אלע בחורים און חדר יונגלעך און שרייען שקר. אדרבה. גייטס פרעגטס ענק נאך, דאס רשעות איז נישט געבליבן ביים טאטע'ן עס גייט שוין ב"ה אריבער אלס א ירושה. די מאנטריאלע רב שליט"א איז נישט געווארן געצאלט 10 חדשים, פשוט פאר א סאדיסטישע הנאה צו זעהן ווי אזוי ער מיטשעט זיך מיט לחם לאכול ובגד ללבוש (נועם המידות). ביז אפאר ערענסטע מענטשן האבן דאס גענומען אין די האנט אריין און געגאנגען זאמלן דיוס אין ביהמ"ד כדי צו קענען באצאלן עפעס פרטות פאר'ן רב שליט"א.
לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב, נישט אומזינסט איז דער בר מינן געגאנגען ליגן צוזאמען מיט אלע מאנגאס אזש אפילו הגז"ל און זיינע מוצלעך ווילן נישט לייגן זייערע נאנטע דארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 04:34 |
|
| |
רעדן אויף א נפטר איז נישט קיין קלייניגקייט ביטע נישט דיסקאסטען ווייטער
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 04:52 |
|
| |
| theחדשות כתב: |  | יענקעלע11 גרייט שוין צו דעם אשכול וועגן דעם ראש הקהל דער מחוצף וועלכער איז "נענש" געווארן צו גיין ליגן מאחורי הגדר, ווייל ער האט געבויעט די תלמוד תורה פאר די זאליס אין מאנטריאל...
תוקן על ידי סענעטאר ב- 16/01/2011 03:46:59
ניין נישט פאר די חדר. נאר פאר די רשעות פון צאפן דאס בלוט יארן לאנג פון א תלמיד חכם עצום, א מיטגעמאכטע איד די מאנטריאלע רב שליט"א.
יעדער וואס קען אביסל די היסטאריע פון די מאנטריאלע קהילה מיט זייער רב שליט"א, ווייסט וויפיל דער בר מינן האט געצאפט זיין בלוט, וויפיל ער האט אים גערודפט לשם רשעות, אבער נאר לשם רשעות. ער האט הנאה געהאט צו זעהן די רב שליט"א צובראכן.
אודאי וועט קומען די אלע בחורים און חדר יונגלעך און שרייען שקר. אדרבה. גייטס פרעגטס ענק נאך, דאס רשעות איז נישט געבליבן ביים טאטע'ן עס גייט שוין ב"ה אריבער אלס א ירושה. די מאנטריאלע רב שליט"א איז נישט געווארן געצאלט 10 חדשים, פשוט פאר א סאדיסטישע הנאה צו זעהן ווי אזוי ער מיטשעט זיך מיט לחם לאכול ובגד ללבוש (נועם המידות). ביז אפאר ערענסטע מענטשן האבן דאס גענומען אין די האנט אריין און געגאנגען זאמלן דיוס אין ביהמ"ד כדי צו קענען באצאלן עפעס פרטות פאר'ן רב שליט"א.
לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב, נישט אומזינסט איז דער בר מינן געגאנגען ליגן צוזאמען מיט אלע מאנגאס אזש אפילו הגז"ל און זיינע מוצלעך ווילן נישט לייגן זייערע נאנטע דארט.
|
|
כא כא! אויב עפעס קומט ר' דוד צו פארדאנקן פאר דעם מנוח ז"ל אז די קהילה האט זיך נאכנישט אפגעשאקעלט פון אים.
ווער דענקט דען נישט ווען ר' דוד האט זיך אויפגעשטעלט מיט א וויינענדיגע דרשה אין שוהל קעגן זיין שוואגער דער דזישגאן עם הארץ ר' אהרן טייטלבוים, נאך דעם פרואוו פון די אהרונים צו איבערשרייבן דעם שוהל אין מאנטריאל?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 05:44 |
|
| |
די ביליגקייט פון די אהרונים איז אין לשער, צו רעדן אזוי ביליג אויף א שוכן עפר, און נאך אויף אזא שר וגדול בישראל, וואס זיין גאנץ לעבן איז געווען איין קייט פון קדושה און חסד. עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז וואס זיי שרייבן איז שקר וכזב, און מען דארף עס אפילו נישט אפענטפערן, אבער עס איז נאר אינטרעסאנט וויאזוי זיי שעמען זיך נישט צו שרייבן בדרך בזיון אויף א איד וואס האט געשטיצט טאקע דעם מאנטריאלער רב, מיט זיינע בנין וחתנין רבנן אויף גאר א הויכע מדריגה, ביי יעדע געלעגנהייט האט ר' דוד פון אים מוציא געווען סכומים אדירים. אבער ממילא וואס גייט עס אן פאר די אהרונים, וועלכע האבן געעפנט א קהלה מיט א ישיבה קעגן דעם מאנטריאל רב, ווער רעדט נאך וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
אבער דער חידוש איז אז רא"ט אליין מיט זיינע קינדער און איידעמער (די קאורט גייערס) האבן אויך אלע באקומען פון ר' חיים אביגדור הערליכע נתינות צו אלע צייטן, נו וואו איז אביסל הכרת הטוב זיי זאלן אים כאטש נישט באשמוצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2011 05:59 |
|
| |
| ברךמשהחסיד כתב: |  | די ביליגקייט פון די אהרונים איז אין לשער,
ממש שרעקליך, אפשר דארף מען גאר קריע רייסן? צו רעדן אזוי ביליג אויף א שוכן עפר, און נאך אויף אזא שר וגדול בישראל, וואס זיין גאנץ לעבן איז געווען איין קייט פון קדושה און חסד.
ממש א שר וגדול בישראל, כ'האב טאקע געהערט אז דער מנוח הנ"ל האט מען אנגעטראגן צו ווערן גאב"ד וראב"ד בי"ד עדה החרדית און ראב"ד לישקתנו הקדושה, נאר ער האט נישט געוואלט טשעפענען ישראל חיים מנשה, האט ער עס נישט אנגענומען.
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז וואס זיי שרייבן איז שקר וכזב, און מען דארף עס אפילו נישט אפענטפערן,
אלזא פארוואס ענטפערסטו? עפעס קוועטשט?? דאס אמת דרוקט פארט?
אבער עס איז נאר אינטרעסאנט וויאזוי זיי שעמען זיך נישט צו שרייבן בדרך בזיון אויף א איד וואס האט געשטיצט טאקע דעם מאנטריאלער רב, מיט זיינע בנין וחתנין רבנן אויף גאר א הויכע מדריגה, ביי יעדע געלעגנהייט האט ר' דוד פון אים מוציא געווען סכומים אדירים.
גערעכט, אז מ'איז שילדיג געבליבן א געוואלד מיט געלד, און ענדליך זעהט מען דאס סכום, איז עס א ריזיגע סכום. און סתם לייקענען פאקטן איז נישט אינטערעסאנט.
אבער ממילא וואס גייט עס אן פאר די אהרונים, וועלכע האבן געעפנט א קהלה מיט א ישיבה קעגן דעם מאנטריאל רב, ווער רעדט נאך וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן פאר רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
זייט ווען האט דאס ישיבה א שייכות מיט'ן מאנטריאלע רב? מ'האט אים שוין פון לאנג פאר דארט ארויסגעקאפעט. ניטאמאל ווייסטו די פשוטע פאקט הידוע לכל, און דו גייסט רעדן בשם תושבי מאנטריאל?
אבער דער חידוש איז אז רא"ט אליין מיט זיינע קינדער און איידעמער (די קאורט גייערס) האבן אויך אלע באקומען פון ר' חיים אביגדור הערליכע נתינות צו אלע צייטן, סתם געשאסן א ליגענט אין די וועלט אריין
נו וואו איז אביסל הכרת הטוב זיי זאלן אים כאטש נישט באשמוצן.
|
|
דו האסט בכלל מברר געווען? דו האסט סתם געשאסן א סטעטמענט אין די וועלט אריין, ניטאמאל ווייסטו אז די רב איז נישט די ראש הישיבה דארט.
שר וגדול בישראל, געגעבן פאר רבינו שליט"א און פאר זיינע קינדער (וועלכע פינקטליך?) שווערע געלטער. קאם אן, שרייב ביטע נאר זאכן וואס מאכן סענס. און גיב מיר נישט איבער וואס דיין עלטערע ברודער האבן היינט געשמועסט ביי נאכטמאל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 06:12 |
|
| |
זאל ער יא רעדן אזוי אז יעדער זאל זעהן די פירות פונעם עם הארץ
| rebyankel כתב: |  | | רעדן אויף א נפטר איז נישט קיין קלייניגקייט ביטע נישט דיסקאסטען ווייטער |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 07:59 |
|
| |
דאס איז דער שפראך וואס דער עם הארץ רא"ט לערנט זיי אויס. אויב געפעלט מיר נישט וואס א צווייטער טוט, וועל איך אים באשמוצן מיט אלע מיאוסע לאזונגען, זאל ער זיין סיי ווער, מעג ער זיין א איד ווי ר' יונה האלפערט, מעג ער זיין אזא איש חשוב ווי ר' חיים אביגדור ז"ל, וואס אפילו די אהרונים האבן פון אים נהנה געווען טויזנטער דאלאר, און טאקע לעצטנס, דאך וועלן זיי אים פערזענליך באשמוצן על לא דבר, נאר ווייל זיי האבן נישט ליב זיין החלטה נישט צו ליגן אין די קרקע גזולה.
אבער וואס ס'איז נאך אלס בעסער צו ווערן באשמוצט פון די אהרונים, און ליגן אין אזא חשוב'ע חלקה, ווי איידער צו ליגן אין א שאלה'דיגע קבר וואס איז דא מחלוקת איבער די בעלות, און צו זיין אויסגעשטעלט צו די הארצלאזע אהרונישע חברה קדישא, וואס האבן נישט חושש געווען צו בזיון הנפטר, און זיך אזוי בארבאריש אויפגעפירט מיט משפחת פערלשטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 08:24 |
|
| |
האהא, "ענק" האבען א פאבלעם רעדן אויף נפטרים , קוקטס ווער ס'רעדט, אגב אויב איינער קען ברענגן א קליפ פין די פראטעסט קעגן ברך משה בשעת די לוי כ'האב עס שוין לאנג נישט געזעהן
|
|
|
|
| נשלח ב-18/1/2011 08:28 |
|
| |
קוקט אויס ווי דער ברך משה אהבה מוסתרת חסיד דאווענט קיינמאל נישט און ראדני ווייל ער איז עפעס זייער מקפיד אויף גניבה, נישט נאר אין ביה''ח ווי דער וואס שרייט גנב וויל אפי' נישט קומען צו די''ת, נעבעך
|
|
|
|
|