דער "ברך משה חסיד" דאווענט שטענדיג אין ראדני, ווי דער הייליגער ברך משה האט געדאווענט, און ווי ער האט געשטעלט זיין הייליגן זון רבינו שליט"א אלס רב וממלא ומקומו, אבער אין די זעלבע צייט צווינגט ער קיינעם נישט צו קומען אהין דאווענען, און א אהרוני וואס באדערט אים אז זיין רבי איז נישט געווארן דער איינציגסטער רשכבה"ג איז נישט געצווינגען צו קומען אהין דאווענען אויב האט ער חששות.
אבער וואס איך זע דא פון די אהרונים, ווערט געפירט א עקלדיגער שמוץ קאמפיין, צו פערזענליך באשמיצן יחידים שוכני עפר, ווייל עס באדערט זיי אז מען איז נישט געקומען ליגן אינעם שטח וואס זיי האבן בגניבה איבערגעשריבן, און מענטשן ווילן נישט ליגן אין חלקה וואס איז דא מחלוקת איבער די בעלות, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים אז ס'איז נישט קיין טובה פאר'ן נפטר, און אזוי ווי דער זיידע אברהם אבינו האט אויסגעצאלט זיין אחוזת קרקע בכסף מלא, נישט געוואלט האבן קיין שאלה אויף די בעלות, כאטש מען האט געלאזט די באבע שרה ליגן אזוי אויך. דער אהרוני האט נישט קיין פראבלעם דארט צו ליגן? קען זיין? אבער פארוואס באשמוצטו א צווייטן איד וואס וויל זיך נישט אריינלאזן אין שאלות?
אזא איד ווי ר' חיים אביגדור ע"ה, פון וועמען יעדער יחיד אין סאטמאר האט נהנה געווען, עס איז נישטא קיין איין מוסד אין סאטמאר (און אפילו אסאך ווייטער פון סאטמאר) וואס האט נישט אויפגעפיקט פון ר' חיים אביגדור יעדעס יאר א שיינעם סכום פאר'ן מוסד, וויפיל געלט האט זיך ר' חיים אביגדור געלאזט קאסטן פאר אהרונישע מוסדות שוין נאכן טיילונג? איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פערזענליכע מעשיות, וואס איך ווייס וויאזוי ר' חיים אביגדור האט געהאלפן פאר ר' אהרן ביי פראבלעמען אין זיין משפחה.
וואו איז אביסל הכרת הטוב מען זאל דעם איד נישט באשמוצן?
שעם אן יו!!!
 |
|
|