אבער דער ברך משה זאגט פאר מעכעל: איך וויל אים נישט קענען. ער איז א שייגעץ ! איך וויל נישט זיין ביי די חתונה. נעם אים שוין אוועק פון דא !
מעכעל פאלגט נישט !
_________________
נשלח ב-17/1/2011 21:25
זעט עמיצער אז מעכל וויינגארטן לאזט נישט דעם ברך משה בענטשן? אדרבה איך זע אז ער כאפט עם אן מיט א ליבשאפט, און ער שטייט דארט שטילערהייט, דאס איז אהרונישע חלומות, קיינער האט קיינעם נישט ארויס געשטיפט, על כל פנים נישט אויף דעי בילדער.
זעט עמיצער אז מעכל וויינגארטן לאזט נישט דעם ברך משה בענטשן? אדרבה איך זע אז ער כאפט עם אן מיט א ליבשאפט, און ער שטייט דארט שטילערהייט, דאס איז אהרונישע חלומות, קיינער האט קיינעם נישט ארויס געשטיפט, על כל פנים נישט אויף דעי בילדער.
ביסט גערעכט. איך שרייב דאך טאקע דאס. אז מעכעל בעט ביים ברך משה אז ער זאל בענטשן דעם חתן.
אבער דער ברך משה זאגט ניין !
דער חתן איז א שייגאץ! איך וויל נישט זיין ביי זיין חתונה ! נעם אים שוין אוועק.
מ'זעט ווי דער מיט די צופליקטע בעקיטשע (שלעגער) האט אים פראבירט מיט אלע כוחות אפצוהאלטן. אבער מאת ה' היתה זאת אז דער הייליגער זייגער האט אים יא געבענטשט כאות נפשו הטהורה.
די בילדער זענען א לעבעדיגע עדות צו די רציחות אין צוגאב צי אלע הונדערטער טעיפס וואס זענען עדות פון די מעשי רצח, וואס זענען ליידער אפגעטאן געווארן קעגן דעם רבן של ישראל, בביתו, בבחינת מלך אסור ברהטים רח"ל.
וירא הקהל וישפוט !
נשלח ב-17/1/2011 23:23
עס איז מעגליך אז מעכיל וויינגארטן איז א שיגץ, א סאדיסט, א רשע, אבער אויף די בילדער זעהט מען גארנישט, און עס איז נישט ריכטיג ארויף צו לייגן בילדער פון פריוואטע מענטשן און צו לייגן א פשעטיל אז דא זעט מען יענעמס רשעות, האסט בילדער פון זיין רשעות? פאק עס ארויס, אבער סתם אזוי צו באשמוצן מענטשן ווארפט א טינקעלע ליכט אויף די אהרונים, כן נראה לפי עניית דעתי.
יעצט, וואס איז די ראלע וואס מעכעל וויינגארטען שפילט דא:
_________________
נשלח ב-17/1/2011 23:33
די צווייטע אין דריטע בילדער זענען געוואלדיג , מזעט מיט וואסערע שמחה די רבי נעמט אויף זיין אייניקל וואס ער וויל אפילו נישט קימען צי זיין חתונה
נשלח ב-18/1/2011 01:23
טאטלע כתב:
די צווייטע אין דריטע בילדער זענען געוואלדיג , מזעט מיט וואסערע שמחה די רבי נעמט אויף זיין אייניקל וואס ער וויל אפילו נישט קימען צי זיין חתונה
זייער גיט געזאגט
אין שחמט
די לייקענסט אז מ'האט נישט געלאזט קומען די זיידן צו די קינדער אין אייניקלעך'ס שמחות?
די לייקענסט אז מ'האט נישט ארייגעלאזט די קינדער אין טאטען'ס שטוב?
נשלח ב-18/1/2011 01:41
איך זעה אין די בילדער עפפעס אנדערש די חתן האט געגיבן 500 טאלער פאר מיכל'ן ער זאל אים ארלעדיגן די זיידע זאל אים בענטשן, און די שונאים משה מיט זריאל גליק זאלן נישט וויסן דערפון, די חכמה איז געלונגען! ~ באדאנקטס ענק אלע פאר מיכל'ן פאר'ן עס ארלעדיגן אזוי שיין!
רעב יאנקל שראבט:
שחמט
די לייקענסט אז מ'האט נישט געלאזט קומען די זיידן צו די קינדער אין אייניקלעך'ס שמחות?
די לייקענסט אז מ'האט נישט ארייגעלאזט די קינדער אין טאטען'ס שטוב?
ענטפער:
איך לייקען נישט גארנישט און איך בין נישט מודה גארנישט, וואס איך שראב, איז אז אויף די פיקטשערס זעט מען נישט קיין שום רשעות, דאס איז ענקערע חלומות און פאנטאזיעס, אויב וואלט איר געשריבן אז אוף די בילדער זעט מכט דעם אכזר מעכיל וויינגארטן, וואלט איך מיט ענק נישט געטאנעט, אבער ווען איר שרייבט אז דא זעט מען זייער קלאר די רשעות, זאג איך ענק אז דאס איז באלוני!!!
לאמיר פראבירן אויף ענקער וועג,
דא זעט מען ווי דער רשע אכזר און בלוט זויגער אייזיק לעווי שלאגט זיך מיט ר' אהרן, ער איז מיד געווארן געווארן פון ר' אהרן איינטיילן אין די בעקערי, ווי ער פירט זיך מעשה בעל הבית, האט ער עם אנגעכאפט אין ארויס געווארפן, דא אויף די בילדער זעט מען קלאר ווי אייזיק לעווי מאכט אויף עם קולות אין ווארפט עם ארויס.
נשלח ב-18/1/2011 18:19
שחמט. 1) ברענג אלע בילדער נישט איין בילד פון ר' אייזיק לעווי מיט'ן רבי'ן. 2) און אויך ברענג די היסטאריע אז ר' אייזיק לעווי איז צושלאגן און א מחוצף פאר'ן רבי'ן.
אויב דאס איז ענקער עווידענס זענט איר גיט אין טראבל, אויף ענקערע בילדער זעט מען ווי ר' מעכל ברענגט אריין דעם אייניקל צום זיידן, און קיקט זיך צו מיט הנאה ווי דער זיידע נעמט שיין אויף דעם אייניקל אין ער בענטשט עם, אין ביי די בילדער אין די מצה בעקערי זעט מען קלאר ווי ר' אהרן דרייט זיך ארום אין די מצה בעקערי און שלעפט וועלגער העלצער מיט שיסלען ביז ר' אייזיק ווערט מיד אין אויפגערעגט און כאפט עם אן אין שטיפט עם ארויס פין די טיר מיט קולות וברקים, אזא פנים האבן ענקערע פשעטלעך.
נשלח ב-18/1/2011 18:32
מיר ברענגען דיר 2 סימנים.
1) פיר בילדער וואו מ'זעט וואס דער שייגאץ און סאדיסט טוט. 2) די באוואוסטע היסטאריע פון דעם שלעגער און אכזר, וועלכער האט אויסגעפאלגט די נאצישע באפעלן פון משה בן פראדעל און רז"ל, צו טוען רשעות פאר די וועלכע גייען אין זייער שפאן.