נעבעך, מיינסט באמת אז עס ארט מיך אז דו שרייסט אז ר' אהרן איז א דזשיגאן עם הארץ? טיפשל, א עם הארץ מאכט מען נישט, צו ווערן א עם הארץ דארף מען נישט שווער ארבייטן און הארעווען, אדער ביסטו, אדער ביסטו נישט, א תלמיד חכם צו ווערן דארף מען שווער הארעווען און ארבייטן אזוי ווי רבי אהרן האט געטון משחר נעוריו, און אויב איז מען ביזי מיט דזשיגאן טעיפס, בלייבט מען א פאלנער דזשיגאן עם הארץ, קענסט שרייען ביז חול המועד פורים אז ר' אהרן טייטלבוים איז עם הארץ, אויסער ארויס ברענגען א שמייכל ביים עולם וועסטו גארנישט אויפטון,
איך קען שרייען ביז חול המועד פורים און ווינדער איבער ווינדער, עס וועלן פאקטיש זיין אפאר מענטשן וואס וועלן דאס גלייבן, והא ראי' אז עטס שרייטס שוין צען יאר אז ר' זלמן לייב הערט דזשיגאן טעיפס, און ס'דא אפאר שעפסן וואס גלייבן דאס.
נחזור לגופו של ענין, האסט נישט געענטפערט געלעכטערס פראגע וועגן די מוסדות אין ירושלים.
נשלח ב-18/1/2011 01:02
outspoken כתב:
די ארונים שפילען יעצט כאילו די זלונים טיען בויקוטען ''נטרונא'', ס'איז נישט קיין סוד אז די אנפירעס פון ''נטרונא'' זענען נישט קיין ארונים, לאמיר נישט לאזען אז ''נטרונא'' זאל פאלען א קרבן פאר די סאטמארע פאליטיק.
נטרונא שרייבט נישט אין זייערע אפיצעלע צעטלעך קיין ווארט נישט פון מהר"א, זייער איינציגע חטא איז אז זיי זענען געקומען בעטן געלט אין קרית יואל
_________________
נשלח ב-18/1/2011 01:30
וואלןסח כתב:
די ארונים שפילען יעצט כאילו די זלונים טיען בויקוטען ''נטרונא'', ס'איז נישט קיין סוד אז די אנפירעס פון ''נטרונא'' זענען נישט קיין ארונים, לאמיר נישט לאזען אז ''נטרונא'' זאל פאלען א קרבן פאר די סאטמארע פאליטיק.
נטרונא שרייבט נישט אין זייערע אפיצעלע צעטלעך קיין ווארט נישט פון מהר"א, זייער איינציגע חטא איז אז זיי זענען געקומען בעטן געלט אין קרית יואל
_________________
מסכים מיט וואלן. כאטש דו האסט צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט געשריבן מיט נארמאלע סייז פאנטס.
נשלח ב-18/1/2011 02:00
וואלןסח
איך האב געמיינט די ארונישע פורום, סיי די ארונים און סיי די זלונים זענען זייער ווארעם פאר ''נטרונא'', נאר ווי איך האב פריער ארויסגעברענט אז מהר''א און וועד משמרת חומותיך זעען ''נטרונא'' אלץ א הילף פאר די מלחמה אנטקעגען ציונות, אבער ...... און ..... וואס פירען אן די זלונישע פראטעסטען האבן א אישו מיט 'נטרינא' ווייל זיי ווילען נישט ארויפלייגען crc אויף זייער רעדיא און צייטונג עדווערטייזמענט, און אויך ליידן זיי אויפ'ן אני ואפסי.
נשלח ב-18/1/2011 02:49
לאז מיר אייך עפעס מסביר זיין
ווען זיי לייגן ארויף CRC וואלטן זיי זיך אינדעטפיצירט מיטן צד השני, ווי באלד ס'איז געווען שוין אסאך מיסברויכן קעגן די ארונים מצד דעם מזכיר פון CRC (כבוד כל הרבנים כבודם במקומם מונח, איך רעד פון דער וואס פירט אלעס דארט) די מלחמה קעגן ציונות איז נישט קיין נכסי פרטי פאר CRC
און אפשד זאלן די ארונים ווערן ברוגז ווייל זיי לייגן נישט ארויף "ועד משמרת חומותיך ירושלים" וואס האט הודו מיט כוש, מעג מען נאר מלחמה האלטן מיט די ציונים ווען מען דערמאנט די קאראפטירטע התאחדות?
און איך וועל דיר זאגן נאך מער, לו יהא ווען זיי זאלן זיך אפילו נישט אינדעטפעצירן מיט רביה"ק זי"ע מאיזה סיבה שיהי', (למשל, זיי גייען איין טאג באשליסן אז זיי אינדעטפיצירן זיך נאר מיט די רבנים לפני המלחמה וואס האבן לוחם געווען קעגן ציונות), מיינט עס יעצט אז מען טאר זיי נישט שטיצן? אזוי לאנג ווי זיי האבן נישט קיין איין זייטיגע פאליטישע מאטיוון איז א חיוב זיי צו שטיצן
_________________
תוקן על ידי וואלןסח ב- 18/01/2011 02:58:06
נשלח ב-18/1/2011 06:30
הלוואי איז דאס אמת אז די ארונים ווערן ווארעם צו די מלחמה קעגן ציונות, איך גלייב שווער אז דאס איז אמת.
נשלח ב-18/1/2011 08:30
יא, הלוואי.........
נשלח ב-18/1/2011 15:42
וואלןסח
דאס איז עיקר פאנדעמענטעל חילוק צויווישען די ארונים אין זלונים, די זלונים פארשטייען אז מ'דארף טיען פונקט ווי רביה''ק זי''ע האט גאטון פיפציג יאר צירוק, און דאמאלטס האט מען עדווערטייזט crc דארף מען היינט טון די זעלבע. די זעלבע איז מיט די ווייץ און מיט די די פלייש, ווייטער ארונים האלטן אז מהר''א איז א מנהיג און ער איז דן אויף יעדע ענין וואס די פעטער ז''ל וואלט געטון אין 2011
דערווייל קוקט מיר אויס אז מען נעמט דעם רבין ז"ל נאר ווי ס'קומט אויס גוט פאר די פארטיי און ווי נישט מאכט מען א שווייג, און די תקנה פון בחורים ביי חתונות יוכיח
און דו קלערסט טאקע ווען איינער וואלט געפירט א ערליכע מלחמה קעגן די ציונים און וואלט זיך נישט געהאלטן ביים אינדעטפעצירן מיט התאחדות מאיזה סיבה שיהי' קלערסטו אז די רבי (איך רעד נישט פון די יוצא משרתיו...) וואלט אים בויקיאטירט?