אנאנימע איסור קעגן "די וועלט" בילדער מאגאזין
אנאנימע רבנים אסור'ן "די וועלט" בילדער מאגאזין
היינט איז מפורסם געווארן א פאשקעוויל-איסור קעגן די בילדער מאגאזין די וועלט.
איך האב געזען די וועלט מאגאזין ווען ס'איז ארויסגגעקומען, און איך האב תיכף געזען אז דאס איז א געמיינע אויסגגאבע וואס האט נישט קיין שום ביזנעס פאטענשעל צו בלייבן אין ביזנעס פאר לאנג טוירם.
למעשה איז ארויסגעקומען אן איסור-שמיסער פון א פאשקעוויל קאמפיוטער, אן א שום נאמען.
פארוואס האבן די רע-בנים מורא ארויסצוקומען מיט זייערע נעמען.
פארוואס דארף יעדע ערנסטע זאך טראגן דעם כאראקטער פון א פאשקעוויל?
איך ווייס נישט ווער דער ארויסגעבער פון די וועלט איז, אבער עס איז אינטרעסאנט אז ווען "די בליץ" האט געדרוקט אויסגעלאסענע בילדער אין זייער מאגאזין 2 וואכן צוריק, איז קיין שום איסור-שמיסער נישט ארויסגעקומען.
ילמדנו רבינו, מאי אולמא האי מהאי?
_________________
|
|