אפענע בריוו
איך בין כמעט זיכער אויף 100 פראצענט אז פאר די חטא וועט מען מיר חוסם זיין, און איך בין אויך כמעט זיכער אז מ'וועט מיין תגובה אראפנעמען.
צו די חשובע מנהל שליט"א
איך בין א חסיד פון כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א, איך בין אזוי אויך א שטארקע מתנגד פון מהרז"ל שליט"א און אלעס וואס ער פארטרעט. און אמעריקא, און אזוי אויך אין אלע פורומ'ס דא אין הייד פארק, האט יעדער א רעכט צו שרייבן זיין מיינונג. צו חוסם זיין א מיינוג, ווייזט עס אויף שוואכקייט און נישט אויף שטארקייט, אויף אנטלויפן פונעם אמת און נישט וועלן הערן דאס אמת אין פנים אריין. איך פארשטיי אז עס איז דא תקנות איך מיין אז דאס איז נישט קיין נייעס. וואס מיר באדערט דא אין די פורום איז דא אן הלכה פון הא להן והא להו.
עס איז געווען א פרשה פון עמי. דער יונגע שרייבער האט באשלאסן אז ער גייט אריינפארן אין בעה"ב פונעם מאגאזין.
שרייבט ער אזוי:
יצחק האט גענומען אלס ספאנסאר פאר די אויסגאבע א אינגערמאן מ. ל. וואס האט אמאל געוואוינט אין וויליאמסבורג, און איז אויפגעקלערט געווארן דורך יצחק, און זיך אריבערגעצויגן קיין מאנהעטען אפלאזענדיג זיין חסידישן לבוש און מסורה.
ער נעמט א אינגערמאן וואס איז לא עוול בכפו, און ער באשמירט אים מיט ליגיונות.
לאמיר דאס צונעמען.
1) איינע פון תקנות דא אויפן פארום אז ווער עס שרייבט אפענע לגיונות, ווערט אויסגעשפארט.
דא האט ער געשריבן אפענע לגיונות, מ'קען עס נאכקוקן ער וואוינט נישט אין מענהעטן, ער וואוינט אויף ** און **. סתם איין ליגענט נאכן צווייטן.
2) ער האט גענומען א אומשילדיג פארשוין (וועלכע האט ארויסגעהאלפן די זאליס מיט זייער מלחמה לטובת *****.
אבער די מנהל האט געשפירט פאר וויכטיג (ווי מיר גע'ענטפערט אין אישי) עס צו לאזן על כנו. נישט געמעקט, נישט געסטראשט. אבער משא"כ מיר, האט דער מנהל געמעקט מיינע תגובות, ווי איך נעם מיר אן פאר אים, און געסטראשט פון חוסם זיין. אויף מיין קשיא צום מנהל: האט ער מיר גע'ענטפערט: צוליב טעם הכמוס. מעג איך אפשר וויסן די געהיימע סוד??? מעג איך אפשר וויסן היתכן מ'פארגיסט אומשילדיג בלוט דא ברבים?????????? און מ'ערלויבט "קיינעם" נישט פאר'ן זיך אננעמען.
חוץ פון דעם וואס איך רעד נישט פון מעקן תגובות סתם אין די וועלט אריין, און א אנדערעם ערלויבן צו שרייבן די זעלבע תגובה אויף צוריק. איך רעד שוין נישט פון חוסם פיות זיין.
איך וויל פארשטיין, און גראד פרעגן: צו וויל די מנהל שליט"א האבן די זעלבע פנים פון אחים אנחנו ע"ה וועלכע ליגט היינט אין פאלאקס לאט?????
תוקן על ידי המהדרין ב- 19/01/2011 03:22:29
 |
|
|