נעכטן אויפדערנאכט האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן גאר א שטארק רעדע אין זיין 'צושטאנד פונעם פארבאנד' באריכט איבעגעגעבן אין קעפיטאל היל ווי ביידע קאנגרעס הייזער מיט אירע 534 געזונטע (אויך מיר געזונט) קאנגרעסלייט און דער אמעריקאנער רעגירונגס סיסטעם האט זיך געפונען אונטער איין דאך.
אנדערש ווי די געוונליכע רעטאריק וואס אמעריקאנער זענען צוגעוואינט צו הערן פון באראק אובאמא, האט דער פרעזידענט דאס יאר אויסגעוועהלט צו אפהאלטן א רואיגע און געלאסן רעדע וואו ער האט כמעט נישט קריטיקירט זיינע רעפובליקאנער אפאנענטן, און אפגעגעבן פאר זיי יראת הבכוד וואס מען געדענקט נישט אינעם לעצטיגן היסטאריע פון א פרעזידענט'ס סטעיט אוו די יוניאן רעדע, און צום ערשטן מאל נישט אנגעלייגט די שוואכע עקאנאמיע אויפן געוועזענעם פרעזידענט, נאכן איינזעהן אז אנלייגן דעם שולד אויף יעדן העלפט אויף טויטע באנקעס. אויך האט מען נישט געהערט זיינע אמאליגע בעל גאווה'ישע שפארך אז די אמעריקאנער האבן אים ערוועהלט, נאכן באקומען א מעסעדזש פון די וויילער פארגאנגענעם נאוועמבער אז זיי וואלטן געקענט באשטיין צוריקצודרייען זייער באשלוס. ער האט גאנץ זיכער צום ערשטן מאל גערעדט דירעקט אומפארטייאיש אנשטאט בלויז שרייען אז יעדער זאל זיך צושטעלן צו אים אומפארטייאיש...
שטייענדיג בלויז עטליכע וואכן פונעם טויטליכן שיסעריי אויפן אריזאנעם קאנגרעספרוי גיפארדס, האבן די קאנגרעס בענק-קוועטשער דאס מאל אפגעמאכט צו ווייזן א סימבאלישע אומפארטייאישקייט ווען זיי האבן באשלאסן זיך אויסצומישן אנשטאט ווי ביז היינט ווען די צוויי פארטייען האבן זיך געזעצט אויף צוויי באזענדערע זייטן. דאס האט געברענגט דעם גאר אינטערסאנטן ספעקטאל ווען ביי די אפלאדירונגען האט מען פשוט נישט געוואוסט ווער עס איז יא צופרידן פון די פרעזידענטס רייד און ווער נישט, און האט צומישט די קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען נישט וואוסענדיג ווען בלויז צו אפלאדירן און ווען אפגעבן א סטענדינד אוועידשן, און ווען לאזן די אנדערע קלאטשן.
דער בילד איז געווען היבש אונטערסאנט וויאזוי די דער ליבעראלער טשאק שומער איז געזיצן האנט ביי האנט מיט דער קאנסערוואטיווער טאם קאובוירן, די צוויי דזשאן'ס קערי און מקעין - די לעצטע פרעזידענט פארלירער זיצן אינאיינעם, סענעטארשע דזשיליבראנד מיט דזשאן טון, אנטאני ווינער מיט טשארלי קינג, מאיריטעט פירער עריק קענטער מיט אן אנדערן ווירדזשינע ליבעראלער, בעת די געזעצגעבער טראגן אויפן אנצוג א ספעציעלער בלוי און ווייס (פוי...) בענדל אין א מיטגעפיל פאר קאנגרעספרוי גיפארדס. די אריזאנא קאנגרעסלייט האבן אויך זיך געזעט איאיינעם, איבערלאזנדיג א ליידיגן זיץ פאר גיפארדס.
אין זיין איין שוטונדיגע רעדע, האט דער פרעזידענט נישט וועלנדיג רעדן פונעם פארגאנגענהייט, זיך קאנצערטרירט אויף "געוואונען דעם צוקונפט". טראצדעם וואס ער האט שפעטער גערעדט איבער דעם שרעקליכן דעפיציט און די ריזיגע בארג מיט חובות וואס האלט שוין ביים זיבעטן הימל (פון אריבער פערצן טריליאן דאלאר! הונדערט-און-פערציג טויזענט דאלאר פאר יעדע פון די געשאצטע הונדערט מיליאן אמעריקאנער פאמיליעס! [נעמט עס נישט ערנסט, איר ברויכט נאכנישט לויפן צום גמ"ח...]) האט דער פרעזידענט זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן פרישע פראגראמען. כדי עס זאל נישט שלעכט ווערן פאר אמעריקאנער פון די פרישע מאסיווע אויסגאבן, האט דער פרעזידענט אין א זייט געלייגט דעם 'שפענדונג' שפראך, און אנשטאט דאס אריינגעטיישט אלס א בלויזער 'אינוועסמענט' אינעם לאנד, אזוי ארום וועט דאס היבש בעסער קלינגן פאר די צוהערער.
צו דראמאטאזירן די טייערע 'אינוועסמענטס', האט דער פרעזידענט אראפגעלייגט אמעריקע אלס א לאנד וואס פלאגט זיך אין א "ספוטניק מאמענט", דערקלערנדיג אז אין געוויסע טעכנאלאגיע שטייען געוויסע לענדער אסאך בעסער ווי אמעריקע, און אמעריקע ברויך זיך אונטערגארטלען אויפן שטייגער פון 57' ווען עס איז געלונגען פאר רוסלאנד צו אריינשיסן דעם "ספוטיק 1" אין ספעיס, וואס האט געכאפט אין שאק אמעריקאנער בירגער אין די ערשטע פאזעס פונעם קאלטן קריג מיטן סוועיטען פארבאנד.
און א פרואוו צו פארוואסערן די הויכע אויסגאבן טראץ דעם שרעקליכן דעפיציט, האט דער פרעזידענט געלאזט הערן שארפע סטעיטמענטס צו איינצוען דעם בודזשעט, אזוי ארום צו בארואיגן די רעפובליקאנער. צום פרייד פון די רעפובליקאנער און צום אויפברויז פון הערי ריעד, האט דער פרעזידענט געלאזט מעלדן אז ער וועט וועטאירן יעדע איינציגע ביל וואס וועט אריינגעלייגט ווערן סיי וואס פאר א עירמארק. אויך האט דער פרעזידענט פארשפראכן צו פרירן אויסגאבן פאר די קומענדיגע פינף יאר, וואס האט אויסגערופן א בייז געלעכטער פונעם סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקאנעל היינט אין אן אינטערוויו, ווי ער האט מסביר געווען דעם פרעזידענט אז מיטן פרירן אויסגאבן פון א איינס-און-א-האלב ט-ר-י-ל-י-א-ן בודזשעט לאך קען מען קיין ביזנעס נישט פירן.
נאכן איינזעהן אז דער אונטערגעשריבענער העלט רעפארם געזעץ איז ווייט נישט דער ריכטיגער ענטפער פאר העלט רעפארם אין אמעריקע, האט דער פרעזידענט געבעטן זיינע רעפובליקאנער ווידערשפעניגער נישט צו "איבערשפילן דעם געפעכט, נאך זיך ריקן פאראויס". דערקלערענדיג, אז מען קען נישט צוריקצודרייען די צייטן ווען אינשורנס פירמעס האבן געקענט אפזאגן פאציענטן מיט "פרי-עקזעסטינג" צושטאנד – דער טייל פונעם געזעץ וואס איז שוין אריין אין קראפט.
שטייענדיג פארן אמעריקאנעם פאלק אינעם אנהייב פון די צוואנציג-צוועלף פרעזידענט קאמפייין, האט דער פרעזידענט אין זיין ברייט פובליצירטע רעדע ערקלערט, אז מיט דעם נייעם רעפובליקאנער קאנגרעס זענען ביידע פארטייען די זעלבע פאראנטווארטליך אין די פראבלעמען פונעם לאנד, און די פראבלעמען קען מען מער נישט אנלייגן בלויז אויפן דעמאקראט.
נאכן פרעזידענטס פאריאריגע אפענע קיריטיק קעגן דעם סופרים קאורט, האבן דריי פון די ניין ריכטער דאסמאל באשלאסן צו ענדיגן דעם טראדיציע אז אלע ריכטער געפונען זיך ביים פאליטישע רעדע. דערונטער דער הויפט ריכטער סעמועל עליטא וועלכער האט פאר יאר געשאקלט אויף ניין, און זיך אונטערגעזאגט "נישט אמת" בעת דער פרעזידענט האט אראפגעריסן דעם פסק אז פינאנץ רעפארם איז נישט אויסגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע.
די רעפובליקאנער האבן דאס יאר זיך געלערנט פון זייער אפענטפער פון די לעצטע צוויי יאר. אנשטאט נעמען א באבי דזשינדאל פון לוזיאנא וואס גערעדט מער פון זיינען אויפטוען ווי איידער פלענער פארן צוקונפט, אדער א באב מעקדאנעל פון ווערדזשיניע מיט אן אודיענס וואס זאל מאכן אביסל "לעבעדיג" די פארשלאפענע צוהרער וואס האט אויסגעקוקט ווי הוילע פראפאגאנדע, האבן די רעפובליקאנער דאס מאל אויסדערוועהלט דער קאנגרעס בודזשעט קאמיטע פארזיצער פאול רייען פון וויסקאנסן, וועלכע האט אין קלאר און דייטליכע ווערטער ארויסגעברענגט אז אמעריקע קען זיך נישט בויען פון אינוועסמענטס מיט געלט וואס מען האט נישט, און אוואדאי נישט מיט שטייער ראטע וואס פארטרייבט ביזנעסער פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט ארויסגעברענגט אז די אייניגסטע וועג צו בויען אמעריקע קען בלויז קומען פונעם דעם פשוטן ארבייטער וואס וועט נישט געפירט ווערן פון א רעגירונג וואס נעמט זייער געלט און ווארפט דאס אין די מיסט מיטן אנפירן א ריזיגע רעגירונג וואס קאסט ביליאנען און קען זיך נאכאלס נישט דעקן.
דער אפענטפער פון דעם טיי-אווענט ווארטזאגער קאנגרעספרוי באכמאן, איז באצייכנט געווארן ווי א דורכפאל. דער בלויזער פאקט אז זי האט נישט געוואוסט אז דער קאמערע איז היבש אפגערוקט אויסקוקענדיג אז זי רעדט צום לאמפ, האט ארויפגעברענגט א היבש ביסל פעילין שפאס אין די אויגן פון די צוהערער.
אלענספאלס, דעם פרעזידענטס רעדע ווערט באצייכנט אלס א שטארק סוקסעס, און אלעמענס אויגן איז אצינדער געוואנדן צום רעפובליקאנעם פרעזידענט פריימערי, ווען דער ערשטער דעבאטע וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם רעיגן ביבליאטעק אין ווייניגער פון פופצן וואכן ארום.