שרעקליך. קריעה דארף מען רייסן.
וואס הייסט? די רבי ז"ל אט געהאט א מחלוקה מיט אסאך רבנים בנוגע די שיטה, דארף מען בלייבן צוקריקט מיט זיירע קינדער אין איינקלעך עד סוף כל הדורות.
איך וויל עס פארשטיין:
דו ווייסט אז אויב וואלט וואלטן מיר געהאלטן אלע מחלוקת וואס סיגוט-סאטמאר און אונזערע רבי'ס האבן געהאט אינדערהיים נאך ביז היינט, וואלטן מיר נישט געטארט רעדן מיט קיינעם אין די גאסן, מיר וואלטן געדארפט גיין וואוינען אין א וואלד, און פארגעס נישט אז אזוי אויך מיט א האלבע סאטמאר וואס שטאמען אדער זייערע בני בית שטאמען פון חסידים פון אנדערע רבי'ס וואלט מען ווען נישט געטארט רעדן. נעם נאר ארויס א טעלעפאן און קוק אליינס.
נישט קיינעם פון בית ספינקא, (סיגוט)- אויך נישט אייזל ספינקא איז כשר
נישט קיינעם פון בית וויזניץ, (סיגוט-סאטמאר)
נישט קיינעם פון בית בעלזא, (סאטמאר)
נישט קיינעם פון בית ריזון, (די קדושת יו"ט רבי דער הייליגע צאנזע רב)
נישט קיינעם פון די ליטווישע הויף, (חרם אויף די חסידות און זייערע מיאוסע בריוון אויפן בעל שם די רבי פון חסידות)
נישט קיינעם פון בית באבוב (גארליץ-באבוב)
נישט קיינעם פון בית סקווירא (סאטמאר)
און אזוי ווייטער 99 פראצענט רבנים וואלטן מיר ביז היינט געווען צוקריקט. דו ואלסט געבליבן נאר מיט'ן פאפא'נער.
ווייל מ'דארף דאך בלייבן צוקירגט מיט זייערע קינדער אויך.
און בכלל, ווען הגז"ל געט זיך די האנט מיט'ן זעלבע קלויזענבורגע, איז ער א בעל נועם המידות. אבער ווען דער קלויזענבורגע האט איינגעזעהן אז מיט הגז"ל וועט ער אינערגעץ נישט אונקומען בנוגע שלום מאכן מיט סאטמאר, האט ער זיך געטראפן מיט'ן עכטע סאטמארע רבי, דא פלוצלינג איז ער שוין בעל יראה ובעל ימצא???????
לאמיר נעמען די רבי ז"ל אזוי ווי די בני יואל-זאליס קוקן אן מיין רבי שליט"א.
די רבי איז געווען אין אר"י אין זיך געטראפן מיט די ראשי האגודה און אלע אנדערע רבנים
.וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
די רבי פלעגט כסדר געבן געלט אפילו פאר די מזרחי. ענקער חלום איז אז מיין רבי זאל איין מאהל שטיצן בטעות אפילו א דירעקטע מזרחי מוסד
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
איינע פון די רבינ'ס נאנטע מענטשן איז געווען הערץ פרענקל, די רבי האט אסאך פארברענגט מיט אים און הנאה געהאט מיט אים.
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
די רבי האט דאהי אין אמעריקא כסדר זיך געטראפן מיט די רבנים פון אנדערע קרייזן און ווייט פרעמדע קרייזן.
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
די רבי האט מספיד געווען גאר שיין און אפילו געזאגט די מגיד שבחו של אהרן שלא שינה אויף רבי אהרן קאטלער זצ"ל
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
די רבי האט זיך אינטערוואועט מיט א עכטע ציוניסטישע פרייע צייטונג.
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
די רבי האט אויפגעשטעלט א מיידל סקול אפילו זיינע עלטערן זענען געווען אנטקעגן דעם.
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
די רבי האט גענומען ווייץ פון לאנג איילענד און אריזאנע, און נישט צוריקגעפארן קיין אונגארן פאר די ווייץ וואס זיינע עלטערן האבן געניצט.
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
די רבי האט געהייסן נעמען סאכדעס זאלץ אום פסח, און זיינע עלטערן האבן דאס נישט געהאט.
וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??
"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"
און אזוי ווייטער און ווייטער. אויב ווילן ענק פארשטיין וואס מיינט הקנאה התאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם. זיצט זיך אפאר ליידיגייערס און קראכן פאר קנאה און שנאה. שוין 30 יאר אדער מער וואס זיי ווילן חרוב מאכן סאטמאר און אהרן בפרט, תשנ"ט זענען מיר אלע געווען זיכער אז עס איז פערטיג, אבער דער אהרן, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, ער ווערט נאר גרעסער און שטערקער.
זיינע חסידים גייען אין פייער און וואסער פון אים,
ער איז אנגענומען אין גאנצע וועלט ווי דער גרעסטע חסידישע רבי וואס איז אויך א ת"ח עצום,
ער איז אנגענומען אין די גאנצע וועלט ווי דער רבי וואס טוט אויף,
ער פאדערט פון זיין עולם תורה עבודה און יראת שמים און יעדער פאלגט ערליך,
יעדע רבי דארף זיך צוגרייטן ווען מ'וויל אים גיין באזיכן אז נישט איז בזיונות אינעם קול התאחדות
און דאס הרג'ט ענק אוועק, און וועגן דעם קראכן און פלאצן ענק אלע. און די אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער אויך.
אונז וועלן גיין ווייטער מחיל אל חיל, אונז וועלן בויען נאך א היכל התורה, נאך א חברותא, מער כשר'ע פלייש, ווייניגער סעלפאן'ס פאר בחורים און מיידלעך (1000 ווייניגער טוויטער אקאוטנס), א כשר'ע מקווה טהרה, מער מורה הוראה. און עטץ פארלירטס וויטער נאך און נאך פון ענקער גע'גנב'טע נכסים, ווערטס מער און מער אנגעקוקט אין די גאס פאר ווילדע משוגעים.
אשרינו מה טוב חלקינו. איך בין שטאלץ צו זיין א חסיד פון מיין רבי, ווען איך טרעף מיר מיט א פרעמדער וויל איך אז ער זאל וויסן אז איך בין א חסיד פון מיין רבי. עס גייט מיר אסאך בעסער אזוי אין לעבן. איין קליינע טובה. עס איז דא איין זאך וואס די פאליטיק האט יא זייער וויי געטוהן, און עס רייסט מיר ביים הארץ דאס צו צו זעהן, ווען איך זעה דאס שפיר איך ווי איך וויין, קענסטו מיר ביטע צוריקשיקן יודעלע וויינשטאק מיט זיינע קינדער??????