בית פורומים אידישע געדאנק

דער ראש הארוינים הרא"ט נאכאמאל מיטן רבין'ס שונא'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/1/2011 18:46 לינק ישיר 
דער ראש הארוינים הרא"ט נאכאמאל מיטן רבין'ס שונא'ס

אזוי האבן דאס באשריבן די ציוניסטישע וועלט, פון מיט באמבאסטישע התפעלות
אז די סטאמארע מחלוקה פון רבין זי"ע איז אפגעווישט 


היסטוריה: קלויזנבורג וסאטמר מתאחדות

בבורו פארק התקיימה פגישה בין האדמו"ר מקלויזנבורג לאדמו"ר מסאטמר • בין החצרות הייתה מחלוקת קשה עוד מימי רבי יואליש וה'שפע חיים' זצ"ל • וידיאו ותמונות
יואל ביטלמן, בחדרי חרדים 10:43 26/01/2011






תוקן על ידי 123news ב- 26/01/2011 18:50:41




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 18:53 לינק ישיר 

מיטן בעל ויואל משה'ס שונאים איז מצוה זיך איבערצובעטן, נאר מיטן בעל ברך משה'ס שונאים טאר מען נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 18:55 לינק ישיר 

איז נישט ערגעצווי א בילד ווי רז״ל איז א באזוך ביים קלויזענבארגער רבי שליט״א?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 19:01 לינק ישיר 

אוודאי, ער האט זיך דאך געטראפן מיט ר' אברהם לייטנער אויך, ער האט דאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיט מאכן שלום, די קשיא איז אויף ענק, ענק האבן דאך פארגאסן טייכן טרערן אז רז"ל בעט זיך איבער מיט די שונאים רח"ל, ווי קענט איר דאס צוקוקן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 19:10 לינק ישיר 
זייער אנגעזעצט זעיט ער נעבעך אויס



עס שטייט אז

רשעים זענען מלא חרטה!

דער הרא"ט זעיט אויס זייער אנגעזעצט ווען ער האט פא
רלאזט דעם קלויזנבערגער

מען דערקענט אויף זיין פרצוף אז עס איז געווען א להכעיס'דיגער שריט

אויף אריינצושטעכן דעם מעסער אין דעם רבין זי"ע
און אין זיין אייגענעם טאטען זי



תוקן על ידי 1satmar ב- 26/01/2011 19:12:15




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 20:24 לינק ישיר 

ס'נישטא קיין גרעסערע שטעך מיט א מעסער אין רבי'ן ווי תולה זיין אויף רבי'ן זצ"ל אזא פארקרימטע און פארדארבענע זאך אז מ'דארף ירשנ'ן א פערזענליכע מחלוקה פאר דורי דורות, קעגן מענטשן וואס האבן היינט גארנישט קעגן דיר ער זוכט דיך נישט צו טשעפען, אלעס נאר וועגען א פאליטיק פון 40 יאר צוריק,

אין לך דבר בזוי ומשוטה מזה!

נאך א מזל ס'זענען נאך געבליבן א ציבור נארמאלע ערליכע סאטמארע אידן בעולם וואס זענען מחזיר כבוד רבינו זצ"ל על מכונו, ה"י ווען די הערינג פרעסער און מקוה פיס קראצער וואלטן געווען די פארטרעטער פון שיטת רבינו זצ"ל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 20:48 לינק ישיר 

 סקאט כתב: 
"ה"י ווען די הערינג פרעסער און מקוה פיס קראצער וואלטן געווען די פארטרעטער פון שיטת רבינו זצ"ל"
עס איז נישט צו גלייבן וואסערע איינגעגסענע ביטערע שנאה עטץ האטץ קעגן די וואס זעהן נישט איין ענקער רבי'ס גרויסקייט, אדער זענען מחולק אויף זיינע השקפות אדער מעשים,  מבהיל הרעיון!
עטץ זענץ באמת איבערצייגט - אין פארגעסט נישט דא רעדט מען שוין פין דעם מעסיגן סקאט - אז די אלע וואס האלטן נישט ביים מקבל מרות זיין פין ענקערע רבי'ס זענען פארפוילט, ווערעמיג, קרעציג, פיס קראצער, מקוה זיצער, ליידיג גייער, פארדארבענע שלעכטע אומפארגינערישע מענטשן אא"וו, און זיי זענען ביי ענק באמת אראפגעקוקט ווי צווייטע קלאס ראסע, ערגעץ צווישן ציגיינער און מאנגאלן.
איך ווייס נישט צו די ערשיינונג האט א אח וריע אין די היסטאריע, מען הערט אז מענטשן זאלן האבן א שנאה קעגן א געוויסן יחיד, אבער אזא מאסן שנאה וואס טוט זיך נעבעך אפ ביי ענק, איז לדעתי א זעלטענע ערשיינוג, וואס איז בהחלט ווערט א אפהאנדלונג.
מיין טייערער פריינט: עס באדערט מיך באמת נישט וואס דו האלטסט אויף די אלע אידן, אבער פשוט להנאתך ולטובתך בגשמיות וברוחניות, ניכטער דיך אויס אביסעלע...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 21:07 לינק ישיר 

סקאט, מאי שנה די שונאים פון בעל ב"מ, מהשונאים מבעל ויו"מ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 21:18 לינק ישיר 

השונאים, מהבעל ויוא"מ, כבר הלכו לעולמם, וה' הטוב יכפר בעדם, ובניהם אשר יקומו אחריהם, למה ועל מה לנו להמשיך ולשנוא אותם לחנם, רק בתורת ירושה, איפה בתורת רבינו מצאני, לא יבוא קלויזענבורגי בקהל ה' עד דור עשירי?

משא"כ השונאים של הב"מ הם חיים וקיימים ועודנו עומדים במורדם, וכהיום יום הם ממשיכים במלחמת פרטי נגד הרב אהרן, ואין להם שום רצון להיות בשלום אתו,

וממילא, בבקשה, אל תתערב תפוחים עם תפוזים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 22:02 לינק ישיר 

מען קען זעין  א קליפ פון די באזוך ביי דעי לינק            http://www.zingmit.com/2011/01/httpwww_24.html

תוקן על ידי רעב_מרדכי ב- 26/01/2011 22:03:48




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2011 22:49 לינק ישיר 

סקאט במחילת כבודך הרמה, ווער האט געזאגט לא יבא קלאזענבארג בקהל ה' ח"ו? (אגב די ארונים זאגן יא אזוי אויף בני יואל) מען רעד דא ס"ה צו סאיז עפראפריעט פאר א "סאטמער רבי" צו גיין פאבליקלי צו א "קלאזענבארגער רבי" כאפ א בליק אין ספר הקדוש ויואל משה, וואס מיינט ציונות, נעמען געלט, גיין צו בחירות, וכו' אין זיי מסביר וויאזוי עס גייט באנאזאם? א סאטמערע רבי, מיט א קלאזענבארגע רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 23:21 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
ס'נישטא קיין גרעסערע שטעך מיט א מעסער אין רבי'ן ווי תולה זיין אויף רבי'ן זצ"ל אזא פארקרימטע און פארדארבענע זאך אז מ'דארף ירשנ'ן א פערזענליכע מחלוקה פאר דורי דורות, קעגן מענטשן וואס האבן היינט גארנישט קעגן דיר ער זוכט דיך נישט צו טשעפען, אלעס נאר וועגען א פאליטיק פון 40 יאר צוריק,

אין לך דבר בזוי ומשוטה מזה!

נאך א מזל ס'זענען נאך געבליבן א ציבור נארמאלע ערליכע סאטמארע אידן בעולם וואס זענען מחזיר כבוד רבינו זצ"ל על מכונו, ה"י ווען די הערינג פרעסער און מקוה פיס קראצער וואלטן געווען די פארטרעטער פון שיטת רבינו זצ"ל,

רייסען קריעה דארף מען פאר אזעליכע ווערטער מ'דארף ירשנ'ן א פערזענליכע מחלוקה פאר דורי דורות, די רבי ז''ל האט געהאט א פערזענליכע מחלוקה מיט די קלוזינבורגער רבי? ער איז געווארען א ציוני און גערעדט ציונות און .... וואס אפילו שוואכע האבן נישט אזוי גערעדט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 23:21 לינק ישיר 

וואס איז דאס א "קלויזנבורגע רבי"? א בוגי-מען? פארוואס איז דאס ארגער ווי "א גורער רבי", אדער א "וויזניצער רבי
 א "רב שך", וכדומה, וואס צו די אלע איז דער ב"מ געגאנגען באזוכן, פארוואס איז פונקט א "קלויזבורגער רבי" אפגעזיגלט לדורי דורות פאר "שונאים" פון רבינו יואל, מער ווי סיי וועלכער רבי וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט שיטת רבינו יואל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/1/2011 23:58 לינק ישיר 

אהרן דאס איז  נישט אזוי פעינפול פאר אונז, 
ווילסט אונז עכט מסדר זיין?
בייס אריין אין א דבר אחר אום יו"כ
דאס וועט שוין 'עכט' באדערן פאר די צוריקגעשטאנענע יודן..........

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-27/1/2011 00:49 לינק ישיר 

שרעקליך. קריעה דארף מען רייסן.

וואס הייסט? די רבי ז"ל אט געהאט א מחלוקה מיט אסאך רבנים בנוגע די שיטה, דארף מען בלייבן צוקריקט מיט זיירע קינדער אין איינקלעך עד סוף כל הדורות.

איך וויל עס פארשטיין:

דו ווייסט אז אויב וואלט וואלטן מיר געהאלטן אלע מחלוקת וואס סיגוט-סאטמאר און אונזערע רבי'ס האבן געהאט אינדערהיים נאך ביז היינט, וואלטן מיר נישט געטארט רעדן מיט קיינעם אין די גאסן, מיר וואלטן געדארפט גיין וואוינען אין א וואלד, און פארגעס נישט אז אזוי אויך מיט א האלבע סאטמאר וואס שטאמען אדער זייערע בני בית שטאמען פון חסידים פון אנדערע רבי'ס וואלט מען ווען נישט געטארט רעדן. נעם נאר ארויס א טעלעפאן און קוק אליינס.

נישט קיינעם פון בית ספינקא, (סיגוט)- אויך נישט אייזל ספינקא איז כשר

נישט קיינעם פון בית וויזניץ, (סיגוט-סאטמאר)

נישט קיינעם פון בית בעלזא, (סאטמאר)

נישט קיינעם פון בית ריזון, (די קדושת יו"ט רבי דער הייליגע צאנזע רב)

נישט קיינעם פון די ליטווישע הויף, (חרם אויף די חסידות און זייערע מיאוסע בריוון אויפן בעל שם די רבי פון חסידות)

נישט קיינעם פון בית באבוב (גארליץ-באבוב)

נישט קיינעם פון בית סקווירא (סאטמאר)

 

און אזוי ווייטער 99 פראצענט רבנים וואלטן מיר ביז היינט געווען צוקריקט. דו ואלסט געבליבן נאר מיט'ן פאפא'נער.

 

ווייל מ'דארף דאך בלייבן צוקירגט מיט זייערע קינדער אויך.

 

און בכלל, ווען הגז"ל געט זיך די האנט מיט'ן זעלבע קלויזענבורגע, איז ער א בעל נועם המידות. אבער ווען דער קלויזענבורגע האט איינגעזעהן אז מיט הגז"ל וועט ער אינערגעץ נישט אונקומען בנוגע שלום מאכן מיט סאטמאר, האט ער זיך געטראפן מיט'ן עכטע סאטמארע רבי, דא פלוצלינג איז ער שוין בעל יראה ובעל ימצא???????

 

 



לאמיר נעמען די רבי ז"ל אזוי ווי די בני יואל-זאליס קוקן אן מיין רבי שליט"א.

די רבי איז געווען אין אר"י אין זיך געטראפן מיט די ראשי האגודה און אלע אנדערע רבנים

.וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

 "א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

די רבי פלעגט כסדר געבן געלט אפילו פאר די מזרחי. ענקער חלום איז אז מיין רבי זאל איין מאהל שטיצן בטעות אפילו א דירעקטע מזרחי מוסד

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

איינע פון די רבינ'ס נאנטע מענטשן איז געווען הערץ פרענקל, די רבי האט אסאך פארברענגט מיט אים און הנאה געהאט מיט אים.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

די רבי האט דאהי אין אמעריקא כסדר זיך געטראפן מיט די רבנים פון אנדערע קרייזן און ווייט פרעמדע קרייזן.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

די רבי האט מספיד געווען גאר שיין און אפילו געזאגט די מגיד שבחו של אהרן שלא שינה אויף רבי אהרן קאטלער זצ"ל

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

די רבי האט זיך אינטערוואועט מיט א עכטע ציוניסטישע פרייע צייטונג.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א ציוני, א ציוניסטישע שטוב, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

די רבי האט אויפגעשטעלט א מיידל סקול אפילו זיינע עלטערן זענען געווען אנטקעגן דעם.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

די רבי האט גענומען ווייץ פון לאנג איילענד און אריזאנע, און נישט צוריקגעפארן קיין אונגארן פאר די ווייץ וואס זיינע עלטערן האבן געניצט.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

די רבי האט געהייסן נעמען סאכדעס זאלץ אום פסח, און זיינע עלטערן האבן דאס נישט געהאט.

וואס וואלטן ענק ווען געשריגן??

"א מערר בדרכי אבותיו, א משכיל, און ער מיט אלע זיינע חסידים זענען דשיגאנס און משוגעים"

 

און אזוי ווייטער און ווייטער. אויב ווילן ענק פארשטיין וואס מיינט הקנאה התאוה והכבוד מוצאין את האדם מן העולם. זיצט זיך אפאר ליידיגייערס און קראכן פאר קנאה און שנאה. שוין 30 יאר אדער מער וואס זיי ווילן חרוב מאכן סאטמאר און אהרן בפרט, תשנ"ט זענען מיר אלע געווען זיכער אז עס איז פערטיג, אבער דער אהרן, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, ער ווערט נאר גרעסער און שטערקער.

זיינע חסידים גייען אין פייער און וואסער פון אים,

ער איז אנגענומען אין גאנצע וועלט ווי דער גרעסטע חסידישע רבי וואס איז אויך א ת"ח עצום,

ער איז אנגענומען אין די גאנצע וועלט ווי דער רבי וואס טוט אויף,

ער פאדערט פון זיין עולם תורה עבודה און יראת שמים און יעדער פאלגט ערליך,

יעדע רבי דארף זיך צוגרייטן ווען מ'וויל אים גיין באזיכן אז נישט איז בזיונות אינעם קול התאחדות

און דאס הרג'ט ענק אוועק, און וועגן דעם קראכן און פלאצן ענק אלע. און די אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער אויך.

 

אונז וועלן גיין ווייטער מחיל אל חיל, אונז וועלן בויען נאך א היכל התורה, נאך א חברותא, מער כשר'ע פלייש, ווייניגער סעלפאן'ס פאר בחורים און מיידלעך (1000 ווייניגער טוויטער אקאוטנס), א כשר'ע מקווה טהרה, מער מורה הוראה. און עטץ פארלירטס וויטער נאך און נאך פון ענקער גע'גנב'טע נכסים, ווערטס מער און מער אנגעקוקט אין די גאס פאר ווילדע משוגעים.

 

אשרינו מה טוב חלקינו. איך בין שטאלץ צו זיין א חסיד פון מיין רבי, ווען איך טרעף מיר מיט א פרעמדער וויל איך אז ער זאל וויסן אז איך בין א חסיד פון מיין רבי. עס גייט מיר אסאך בעסער אזוי אין לעבן. איין קליינע טובה. עס איז דא איין זאך וואס די פאליטיק האט יא זייער וויי געטוהן, און עס רייסט מיר ביים הארץ דאס צו צו זעהן, ווען איך זעה דאס שפיר איך ווי איך וויין, קענסטו מיר ביטע צוריקשיקן יודעלע וויינשטאק מיט זיינע קינדער??????




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/1/2011 01:05 לינק ישיר 


באמת א נאנטע ידיד פונעם רבי'ן, נאך פון קראלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער ראש הארוינים הרא"ט נאכאמאל מיטן רבין'ס שונא'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext