|
|
| נשלח ב-30/1/2011 16:47 |
|
| |
| סענעטאר כתב: |  | | סקאט, פארוואס אין מונרו פארשטייסטו נישט וויזוי די זאלונים זענען מחותנים, און אין וויליאמסבורג פארשטייסטו אז די אהרונים זענען יא גרויסע מחותנים און די זאליס האבן זיי ממש בא'גזל'ט? |
| ווייל די זאלונים האבן אין ק"י נישט קיין שום תביעה. ווייל אפילו לויט די (פאלשע) צוואה בשם בב"מ איז רז"ל נאר רבי אין וומ"ס. און ווען די זאליס האבן ווען איין תביעה אויף ק"י וואלט עס שוין לאנג געווען אין קאורט. וב"פ וב"ב יוכיחו
אדער אין בעסטן פאל ביי די"ת. און ווילאנג עטס פארלאנגטס עס נישט. קענסטו נישט ברענגען קיין ראי'.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 17:43 |
|
| |
סקאטמאלן די ווילימסבורג קהילה (ראדני) פלעגן זיך אלץ טיילן אויפן בית החיים מיט די קרית יואל קהילה (ווייסע שול)
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 18:50 |
|
| |
| פריינדליך כתב: |  | | סקאט, פארוואס אין מונרו פארשטייסטו נישט וויזוי די זאלונים זענען מחותנים, און אין וויליאמסבורג פארשטייסטו אז די אהרונים זענען יא גרויסע מחותנים און די זאליס האבן זיי ממש בא'גזל'ט?ווייל די זאלונים האבן אין ק"י נישט קיין שום תביעה. ווייל אפילו לויט די (פאלשע) צוואה בשם בב"מ איז רז"ל נאר רבי אין וומ"ס. און ווען די זאליס האבן ווען איין תביעה אויף ק"י וואלט עס שוין לאנג געווען אין קאורט. וב"פ וב"ב יוכיחו
אדער אין בעסטן פאל ביי די"ת. און ווילאנג עטס פארלאנגטס עס נישט. קענסטו נישט ברענגען קיין ראי'.
|
|
מ'שטיינס געזאגט אז אין וויליאמסבורג האבן די אהרונים יא א תביעה, והא ראי' זיי זענען געגאנגען אין קאורט?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 19:00 |
|
| |
האבן די ארונים איינמאל געריפן צי דין תורה וועגן די צוואה?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 20:19 |
|
| |
פון די אלע שמוסען (דא און אין אנדערע אשכולות)זעט מען אז סיי די ארונים אין סיי די זלונים האבן שטארקע טענות, אין יעדער האלט אז זיין פארטיי איז גערעכט, סיי ווען זיי זענען אריין איו קארט, און סיי ווען יענער איז אריין (און זיי שעמען זיך נישט צו טענה'ן אין איין קארט ממש די היפך וואס זיי האבן געטענה'ט אין אן אנדערע קארט).
נעכטען מוצש''ק זענען אנ''ש פון ביידע פארטייען, געווען אין בתי מדרשים, און אויסגיהערט די שובבים תורה פון תשי''ד, ווי רבי וויינט מיט בכיות נוראות וועגן גיין אין ערכאות, ער רעדט פון ''ציון במשפט תפדה'' און אז ''אם אין דין למטה יש דין למעלה'' רח''ל, און דאס איז ביי א יחיד כ''ש ווען ס'איז כלל ישראל, און מ'האט אפילו געלאזט א טרער, ווער ווייסט צו רביה''ק האט זיך נישט געווארפען אין קבר, און געשריגען וואס מאכט עטץ ליצנות פון מיר, 55 יאר נאכן זאגען די תורה זיצען די קהלות אין קארט, און מ'צינט אן די טעיפ ווייל ס'פעלט אויס פאר די פארטיי, און ''אין גם אחד'' ס'נישט געווען קיין איינער וואס זאל זיך אויפשטעלן און ארויסגיין, אדער מוחה זיין ווי מ'טרייבט ליצנות פונ'ם רבין, פון זיין שובבים תורת, און פונ'ם רבש''ע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 20:26 |
|
| |
די ארונים האבן געשיקט א הזמנה נאכדעם וואס איר האט ארויסגעווארפן די ראשי קהילה. ווער און פארוואס מען איז אריין אין קאורט איז נישט נוגע. זיי האבן געזאגט מיר האבן א תביעה. משא"כ די זאליס האבן געזאגט אז אויב וומ"ס צו די"ת דארף ק"י אויך זיין. אויב האט איר א תביעה רופט אונז צו די"ת. און אויב זאגן מיר ניין אויף די הזמנה. קענט איר אפשר זאגן אז איר האט געהאט א תביעה. אבער ווילאנג איר שיקט נישט קיין הזמנה קענט איר קיין טענות נישט האבן. און יעצט קום נישט מיט קיין משל אז מען פרובירט קודם אנדערע זאכן. ווייל דערווייל האבן ענק נאך גארנישט געטוען וואס קען ווייזן אז איר האט א גערעכטע תביעה. ניטאמאל אין קאורט אדער דורך איבערשרייבן(אפילו אויב עס לאזט זיך אויס מיט א דורכפאל) און עס איז דא א כלל אז אויב איינער פרובירט נישט צובאקומען זיינס א זאך איז א סימן אז ער אליין ווייסט אז ער איז נישט גערעכט (דאס איז טרוקן פשט פון כל דאלים גבר)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 20:47 |
|
| |
ווער עס קען רשכבהגולם דא אויפן פארום, ווייסט אז ער איז און פרינציפ קעגן אויסטוישען ווערטער מיט ארונים בנוגע הדברים העומדים על הפרק,
די סיבות איז שוין אויסגעשמיעסט געווארן, סיי דא און אידישע געדאנק און סיי און אחים אנחנו,
דא האט געפענט א אשכול איינער וואס איז קענטיק נישט קיין ארוני (לכוארה) , דערפאר האב איך מיך דא ערלויבט צי שרייבן מיין מיינונג לגבי די נושא וואס ער האט בארירט,
און צי דעם וויל איך דא מוסיף זיין,
נאכאמאהל, איך רעד נישט צי קיין ארוני, נאהר צי איינער וואס ווערט נשפע פון זייער פראפעגאנדע,
איך קען דא ברענגן צענדליגע ראיות צי די טעארי, אז אלע זייערע קאמפיינס פון אויסשרייען געוויסע כלומרשטע ווייטאגן, אדער אנדערע פארשידענע לאזונגען וואס ווערן נאכאנאנד איבערגעקייט דורך זיי, מיטן גאנצן ערנסטן פנים, דאס איז אלס אויס פלאנירטע טאקטיקן פון פאבליק רילעשן פראפעשענעלס,
לאמיר אנכאפן יעצט איינס, און דאס וועט זיין די פרשה פון סידור קדישון,
מיר וועלען נישט יעצט רעדן פון די אינדעווידזשעל ארוני,
מיר רעדן נאהר פון די וואס פלאנירן און פירן די מערכה, און אנדערע ווערטער "די קעפ", נישט די שליחים זייערע,
מען נעמט א באגריף וואס איז יסוד קדשתן של ישראל, א יעדער ווייסט ווי האקעל די ענין איז, איך גלייב נישט אז איך בין ביכולת ארויס צי ברענגן די איידלקייט פון די זאך,
און מען איז מחליט מיט א כוונה תחילה מיט א ניכטערע מוח, אז יעצט גייט מען עס ניצן צי פירן א פאליטישע קאמף,
א נואף איינער וואס דערצערנט דעם אייברשטן מיט עבירות חמירות, די נאמען גייט מען ניצן, נישט פאר א נואף, נאהר פאר איינער וואס טוט אנדרשט ווי איך וויל,
מען גייט מסביר זיין פאר תמימות'דיגע קינדער און בחורים אז דא וווינט א מיידל מיט א אינגל אן א קדישין, פארוואס טוט מען דאס, ווייל ווען איך וויל יענעם ציברעכן, אדער מיך בויען, און קען זיין (ניטאמאהל זיכער) אז אויב איך וועל ריפן נואפים א ערליך אידיש פארפאלק, אפשר וועט דאס צי ברענגן צי מיין ציל, דאן וועל איך דאס אויך טון,
צי דין תורה קען מען גיין ווען צוויי מענטשען ווילן זיך ערנסט אויסגלייכן, און ביידע זענען גרייט אז וואס ע"פ דין תורה איז נישט מיינס געב איך צירוק בתשיאת חן, אבער ווען עס שטעלט זיך ארויס אז ער ניצט נאהר די ווארט דין תורה פאר זיינע פאבליק רילעשנס און האלטן האלט ער ווייטער אז אלעס איז זיינס און טון טוט ער נאהר וואס עס וועט עם ציריק ברענגן צי זיין זיסן טרוים,
דאס מיינט עס איז נאך נישט דא מיט וועמן צי גיין צי דין תורה,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 20:55 |
|
| |
איך וואלט געוואלט בעטן מר. אטספאקן ביטע אויב מעגליך אדרעסיר א תגובה ספעציעל געווידמעט צי מיין ערשטע תגובה און דעם אשכול, איך וואלט געוואלט הערן וואס די האסט צי זאגן, ביטע נישט איבער זאגן די גרויסע ווייטאג וואס אלע סאטמארע אידן האבן פינעם מצב נישט נאהר די, נאהר ספעצפיש ראגיר צי די נקודה וואס איך ברענג ארויס, א דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2011 23:04 |
|
| |
רשכבהגולם
איך האב געזען דיין תגובה און ''באמת'' האלט איך אז ביסט גערעכט, (אויב די מיינסט צו פארענטפרן פארוואס מ'וויל נישט גיין צו די''ת ביז מהר''א שרייבט נישט אונטער) די ''פאקט'' איז, אז א רבי (א כ''ק אדמו''ר) איז בעל בית אויף זיין קהילה, און אז א ראש הקהל מיט טובים זאלען זאגען אנדערשט ווי די רבי, וועלן זיי פליען נאך יענעם טאג, יעצט וואלט 'יושר' געזאגט, אז ווען א קהילה וויל זיך צוטיילען און א גרויס חלק וויל גיין מיט איין ברודער און די אנדערע מיטן אדערע ברודער, צווי זאכען, 1 אז מזאל זיך צוטיילן מיט אלע נכסים בכל מקומות לויט די פארצענט (באבוב דו''ת גייט אויף דעם שניט). 2 אז די ברודערס זאלען אינטערשרייבען און זיין די בעל הדברים, ווייל אז איין כ''ק אדמו''ר זעט אז זיין ראשי הקהילה באקומען נישט וואס ער וואלט זיך אויסגע'משלט, קען ער פאר די פסק פארשיקען די ראש הקהל און שרייען אז ער פארטרעט ''מיר'' נישט.
די פראבלעם איז אז ''טעכניקעל'' זענען די ראשי הקהילה בעלי בתים אויף די קהילה, סיי ע''פ תורה און לכאורה ע''פ די געזעץ (נאר זיי ווילן זיך נישט אריין מישען), און אז איין ראשי הקהילה רופן די אנדערע ראשי הקהילה צו דין תורה, און די נתבע וויל אז די רבי זאל אינטערשרייבען, קען ער זאגען ''לאו בעל דברים דדי את'' איך האב גארנישט מיט די קהילה איך בין נאר די רוחניות איינגעשטעלטער, ממילא דארפען זיך די ראשי הקהילה שטעלן לדי''ת, אפילו אן די רבי'ס אינטערשריפט.
פארשטייט זיך אז איך נעם נישט קיין צד, איך וועל דאס איבערלאזען פאר די חושן משפט אידן ,ווייל ביידע האבן שטארקע טענות, נאר אז האסט געוואלט הערן מיין דעת בעל הבית אויף די ספעצפיש נקודה, כנלע''ד
מיין פוינט איז אבער אז סוכ''ס וועט מען נישט אייביג בלייבן אין קארט (נישט קיין נפק''מ צו אלץ שלום צווישען די ברודעס צו אז ס'מעלקט אויס די גאנצע געלט) פארוואס זאלן נישט אלע ערליכע אידן פון ''ביידע קהלות'' מאכען א אויפשטאנט, ביז די ראשי קהלות און די רבי'ס וועלן פארהאנדלען ווי פשיט'ע אידן וואלטן געטון, און נישט מבזה זיין די מייסד הקהילה. (אפאר טויזענט מענטשען פארפירען אין אגיפטען און די וועלט פאדערט שוין אז מובראק זאל גיין)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2011 00:23 |
|
| |
על זה אנו דנין, מהרז"ל איז גרייט צי גיין ווי א פשוטע בעל הבית צי דין תורה, ער פארלאנגט נאר דאס וואס דער בעל הבית וואלט אויך פארלאנגט, ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף, מה שאין כן די אנדערע צד, (איך רעדט נאר פון די וואס פירען עס אן במזיד, נישט פון די וואס טאנצן סתם נאך) עיין בתגובה השלישית שלי בזה האשכול, האט מען דא ציטון מיט גאר געמיינע פארשוינען (לבן הארמי אשר ביקש לעקור את הכל) במילא וואס עס בלייבט איבער פאר אינז איז, מתפלל זיין אז עס זאל קומען צי א סוף די אלע זאכן באיזהו און שהוא, מיר ווילן זעהן אלע אידן פון סאטמאר תלמידים וחסידים פון רביה"ק זאלן זיך פירן ע"פ תורה, ביזדערווייל ווייסט יעדער ווער עס וויל וויסן אז ביי צד ר"א שטעלט מען אלעס צי ר"א מיט רבין אויף א אופן פון בזוין, אויף כמה אופנים, וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2011 01:38 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | על זה אנו דנין, מהרז"ל איז גרייט צי גיין ווי א פשוטע בעל הבית צי דין תורה, ער פארלאנגט נאר דאס וואס דער בעל הבית וואלט אויך פארלאנגט, ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף,
|
|
נא, פארוואס גייט ער נישט, זאל ער פארלאנגען פון בי''ד אז מהר''א זאל אינטערשרייבן, און די אנדערע זאכען וואס יעדע פשוטע דעת ''בעל בית'' פארשטייט, און אויב בי''ד פארשטייט מיט זייער ''דעת תורה'' זאלן זיי עס פאדערען, למעשה האבן די אלטע ראשי קהילה גערופען די נייע ראשי קהילה צו דין תורה, און נישט מהר''א.
|
|
|
|
|