בית פורומים אידישע געדאנק

באמבע: סאטמאר בני ברק דין תורה אין אמעריקע!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2011 23:06 לינק ישיר 
באמבע: סאטמאר בני ברק דין תורה אין אמעריקע!

היינט פרייטאג האבן די ארונים געמאלדן פאר די רבנים פון בית דין אויף דעם סכסוך פון סאטמאר בני ברק אז די זיצונג פון פרשת תצוה וועט פארקומען אין אמעריקע און נישט אין ארץ ישראל ווי געפלאנט.
 
ווי באקאנט האבן די ארונים זיך געשלאגן מיט ציין און נעגל אז די זיצונג זאל פארקומען דוקא אין ארץ ישראל, און בית דין האט זיי נאכגעגעבן אויף נעקסטן זיצונג פרשת תצוה אז ס'זאל פארקומען דארט, אבער די זיצונגען דערנאך וועלן שוין פארקומען דאהי אין אמעריקע.
 
למעשה האבן די ארונים זיך געבראכן ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן די ריזיגע הוצאות וואס עס האט אפגעקאסט, די רבנים האבן שוין באשטעלט טיקעטס צו פארן דינסטאג מיטוואך תרומה, אבער זיי האבן נישט געפלאנט צו פארן איידער זיי באקומען באצאלט א שיין בינטעל געלט, וכסף מנלן. פון דעם עצרת דחופה אין בארא פארק און פון קיין כדי ראפפעל קען מען קיין דין תורה נישט באצאלן.
 
למעשה האבן די ארונים לחרפתם באצאלט די קענסעלעשאן פון די טיקעטס ווי איידער באצאלן די אומגעהויערע שווערע סכומים וואס שלעפן רבנים קיין ארץ ישראל קאסט אפ. ביי די פריערדיגע זיצונגען האט שוין די הנהלה געטענה'ט אז עס איז סתם ארויסגעווארפן הקדש געלט ווען אלע רבנים - חוץ איינער - וואוינען דאך אין אמעריקע צו שלעפן יעדן אויף טעלזסטאן, אבער די ארונים האבן בשום אופן נישט געוואלט נאכגעבן אפילו אויף א פשרה, למעשה האבן זיי געכאפט א חתן דעם יאנקי סופר וואס האט באצאלט די הוצאות בשכר זה האט ער באקומען אביסל פון די שעיר'ס וואס מאיר פערל האט באקומען פון שמעון ווייס לאחר מותו, אבער אינמיטן די זיצונג ווען סופר האט געזעהן אז עס איז ביטער פאר די בני ברק'ער האט ער חרטה געהאט אויפן מקח און געמאכט פליטה. יעצט אז די בני ברק'ער זענען געבליבן אן קיין געלט צו באצאלן האבן זיי זיך בלית ברירה געבראכן, און די דין תורה וועט פארקומען אין אמעריקע.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/1/2011 23:08 לינק ישיר 

פונקט לעצטנ געהערט אז די נסיעות קיין א'י ציען אריין אין די הויכע הונדערטער אלפים. איינער קען קאנפירמען?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2011 23:12 לינק ישיר 

די פאריגע צוויי דין תורות האבן געקאסט דעם פאנטאסטישן סומע פון 600,000 דאללער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/1/2011 04:03 לינק ישיר 

יאנקי סופר האט געטון א קלוגע שריט דא. ער האט זיך אריינגעלייגט אין די בני ברק'ער דין תורה און אנגעהויבן צאלן די קאסטן, בשכר זה האט אים מאיר פערל איבערגעגעבן שעירס וואס ער האט פאריאר באקומען פון ר' שמעון ווייס ע"ה (ששבק לעולמו בשנת תשס"ז...), און בית דין האט געזאגט אז אזוי ווי יאנקי איז א שעיר האלדער דארף ער אויך אונטערשרייבן שטרי בירורין. אזוי אויך האט יאנקי ארויסגעריקט א פסק פון בית דין אז מהיום והלאה קען מען מער נישט איבערשרייבן שעירס ווילאנג די דין תורה איז אין קראפט.
 
יעצט האט יאנקי אויפגעהערט צאלן, שעיר'ס האט ער וואס מ'קען אים נישט אוועקכאפן ווייל בית דין האט שוין געפסקט אז מ'טאר מער נישט איבערשרייבן שעירס, און די בני ברק'ער האט ער געלאזט אויפן וואסער מיטן ברענגן די דין תורה קיין אמעריקע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 21:30 לינק ישיר 

ווען קומט פאר די דין תורה? האט זיך עפעס געטוישט צוליב די פלוצלינגדיגע אויספליג פון ר' אהרן אריבערכאפן זיך אויף בני ברק קומענדיגען זונטאג,
אדער איז דער באזוך אין בני ברק טאקע צו אינפלוענצן די בני ברק'ע דין תורה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2011 22:45 לינק ישיר 

דער אהרונישער קבלת פנים אין בני ברק איז א פרואוו פון די דזשיגאנס צו באיינפלוסן די רבנים פונעם בית דין אז בני ברק איז זייער'ס, והא ראי' זיי מאכן א קבלת פנים פאר דעם דזשיגאן רבי בתוככי הקרי'.
 
דער באיינפלוס האט בערך אזא פנים ווי דאס ברענגן די רבנים קיים ארץ ישראל פאר די פאריגע צוויי דין תורה זיצונגען, זיי צו באיינפלוסן אז אויב וועלן זיי ח"ו צוריקגעבן בני ברק פאר די עכטע בעלים פון די הנהלה אין אמעריקע וועט חלילה זיין א קאטאסטראפע, און די אמונה שלימה וואס די קיען דארט האבן נאך אין דעם דזשיגאן עם הארץ וועט נפגם ווערן. אבער אן ערפאלג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/2/2011 08:41 לינק ישיר 

די פארשטייסט יא וואס די שרייבסט?
ווייל איך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2011 01:59 לינק ישיר 




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/02/2011 03:40:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/2/2011 08:03 לינק ישיר 

וואס איז געווארן איז דא א דין תורה אדער נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2011 23:27 לינק ישיר 

די דין תורה גייט אן העפטיג. נעכטן ווען די אהרונים האבן געזען אז מיטן ברענגן דעם גרויסן קאפ גאלדבערגער קומען זיי אין ערגעץ נישט אן, און חוץ פרעסן אגאנצן טאג מיטן בעלזער גראוז טוט ער גארנישט אויף, האבן זיי באשלאסן אראפצוברענגן די קאנאנען און ווייזן פאר בית דין אז זיי מיינען עס ערענסט און זיי וועלן צושטערן די דין תורה פאר יעדן פרייז.
 
די באקאנטע שריפטשטעלער מישמאש, היראים רעב יאנקל, משה_גאבע מיט זייערע חברים זענען ערשינען און אנגעהויבן שרייען אינמיטן דעם זיצונג. בית דין האט זיי געהייסן פארלאזן דעם שטוב האט גרשון שפיגעל ארויס גענומען דעם בלעקבערי און אנגעהויבן פאכען דערמיט צו בית דין אז אויב וועט מען זיי ארויסווארפן וועט ער מוזן שרייבן די תגובות אויף היידפארק. דערנאך האבן זיך די חברה גענומען מאכן קולות כאילו עס איז ראדני אין די צייטן וואס דער רבי ז"ל דער ברך משה האט געפירט שלש סעודות. ביז מען האט זיי ארויסגעפירט בשן ועין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/2/2011 23:45 לינק ישיר 

פארוואס וויל נישט ר' אהרן אינטערשרייבן קיין שטרי ברורין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 01:09 לינק ישיר 

'טאטעלע' דו שרייבסט ווי א 'אינגעלע',
וואלסטו ווען געווען שוין א טאטע וואלסטו זיכער געטרייט עכ"פ צו שרייבן נארישקייטן וואס כאטש עטליכע קעלבלעך זאלן דאס אפקויפן מיט אמונה שלימה, אבער דו שרייבסט דאך נעבעך ווי א קינד, ניטאמאל ווי א קווינסער בחור...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 01:10 לינק ישיר 

ער האט שוין אינטערגעשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 01:13 לינק ישיר 

ביידען כתב:
פארוואס וויל נישט ר' אהרן אינטערשרייבן קיין שטרי ברורין?


וואס איז די שאלה, ווייל ער ציטערט פון די פסק פון די רבנים,
און אויך פארדעם האט ער דאך זיך געוואנדן צו די ערכאות הציונים,
האסטו דאס שוין אינגאנצן פארגעסן צו דו מאכסט דיך ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 17:27 לינק ישיר 

וואס הייסט פארוואס ער שרייבט נישט קיין שטרי בירורין, ער האט דאך שוין געשריבן פאר 25 יאר צוריק פאר הרב אלתר משה גאלדבערגער ואשתו שינדל, אז ער וועט זיך מתדיין זיין נאר בדייני הקהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א, וואס עפעס זאל ער יעצט זיך מתדיין זיין ביי פרעמדע רבנים,
ער האט אין זיין לעבן נישט אינטערגעשריבן קיין שטרי בירורין, און ער וועט נישט אינטערשרייבן נאר ביי זיינע פעיראל דיינים,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2011 18:30 לינק ישיר 

נישט אמת. דער דזשיגאן לאזט נישט גיין צו דין תורה אפילו ביי די אייגענע רבנים. גלייך אנפאנג פון די בני ברק'ער מלחמה האט הגה"צ רבי אלי' כץ שליט"א אב"ד שיכון קרית יואל געשיקט א הזמנה פאר משה חיים ער זאל קומען צו אים צו דין תורה און נישט גיין אין בג"ץ, דעמאלס האט משה חיים געענטפערט אז ער האט א הוראה פון אויבן אז מ'טאר צו קיין דין תורה אויף דעם נושא בכלל נישט גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באמבע: סאטמאר בני ברק דין תורה אין אמעריקע!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext