בית פורומים אידישע געדאנק

באמבע: סאטמאר בני ברק דין תורה אין אמעריקע!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/2/2011 18:48 לינק ישיר 

עעעעעהההה וואאאאאאאאאס משה חיים ווייס גייט און בג''ץ ??... איך האב געמיינט אז די זאליס זענען די באגאצניקעס...                                     עניוועיס עס איז דא א אשכול וואס ברענגט ארויס די גאנצע השתלשלות הדברים און דארט ווערט אויך אויפגעוויזען ווער עס זענען די אמת'ע באגאצניקעס, איך מיין עס וואלט כדי געווען עס צוריק ארויפצוברענגען דא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2011 19:05 לינק ישיר 

נישט אמת. דער דזשיגאן לאזט נישט גיין צו דין תורה אפילו ביי די אייגענע רבנים. גלייך אנפאנג פון די בני ברק'ער מלחמה האט הגה"צ רבי אלי' כץ שליט"א אב"ד שיכון קרית יואל געשיקט א הזמנה פאר משה חיים ער זאל קומען צו אים צו דין תורה און נישט גיין אין בג"ץ, דעמאלס האט משה חיים געענטפערט אז ער האט א הוראה פון אויבן אז מ'טאר צו קיין דין תורה אויף דעם נושא בכלל נישט גיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2011 01:57 לינק ישיר 

איז ער געווען באזוכן דעם מרא דאתרא דעם קרית יואל'ער רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/2/2011 07:08 לינק ישיר 

היינט האבן די אהרונים פריש אנגעהויבן מיט זייער אלטע שקר אז דער רבי ז"ל איז נישט געווען דער מייסד השיכון, עס זענען סך הכל געווען א קבוצה חסידישע אידן וואס האבן געוואלט האבן א שיכון אין בני ברק האבן זיי גענומען פאר נשיא הכבוד ר' יואל טייטלבוים ז"ל מסאטמאר. דעריבער, זאגן זיי, באלאנגט דער שיכון פארן ציבור.
 
דערנאך האבן זיי פארלאנגט אז די הנהלה פון אמעריקע זאל אנהייבן פארלייגן זייערע טענות פאר אביסל, דערנאך וועלן זיי ממשיך זיין מיט זייערע טענות, מיטן אויסרייד אז זיי דארפן נאך צייט צו שאפן (פאבריצירן) פרישע דאקומענטן צו באזירן זייערע טענות. בי"ד האט אבער געזאגט אז זיי זענען די תובעים דעריבער מוזן זיי קודם אפענדיגן אלע זייערע טענות.
 
אזוי אויך האט אונזער טוען געמאלדן פארן בית דין אז ער וועט נישט אנהייבן פארלייגן די טענות פון די הנהלה אין אמעריקע בעפאר אהרן טייטלבוים שרייבט נישט אונטער קיין שטר הרשאה פאר די דין תורה אין אמעריקע.
 
אין אנדערע נייעס: הערשי האלצער האט זיך נעכטן דערקלערט אלס נייער מנהל השיכון אנשטאט משה חיים ווייס, זאגענדיג אז משה חיים האט א גרויס מויל און מ'קען אים נישט פארטרויען מיט די סודות און מהלכים וואס עס דארפן געטון ווערן כדי דער דער דזשיגאן עם הארץ זאל בלייבן מיט די בני ברק'ער גניבה. דעריבער האבן די חברי הנהלה מאיר פערל און יאנקי סופר באשלאסן אז זיי זאגן אויף משה חיים ווייס און נעמען אויף במקומו הערשי האלצער.
 
דא האט אויסגעבראכן א אינערליכע מערכה ביי די אהרונים אין בני ברק. הערשי האלצער'ס שותף, יחזקאל ראטטער, טענה'ט אז דאס אויפנעמען האלצער אלס מנהל איז געטון געווארן אונטער זיין רוקן, בשעת ער איז געווען פארנומען מיטן טריפ פון דזשיגאן קיין ארץ ישראל, און ער סטראשעט אז ער וועט בשום אופן נישט קומען צו בית דין עדות זאגן אדער באשטעטיגן גארנישט ווילאנג האלצער ווערט נישט אויס מנהל. אבי נישט צווישן אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באמבע: סאטמאר בני ברק דין תורה אין אמעריקע!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.