שאק: בירך משה בהמ"ד בנשיאות הר' שמעון זאב בארויבט קידוש פון א ויואל משה מתפלל
די וואך איז שוין ווידער פארגעקומען אן אטאקע אינטער די אנפירערשאפט פון הר' שמען זאב מייזליש
ווי עס שוין באוויסט פירט אן דעס ביהמ"ד אין בירך משה געגענט דער איידעם פון דעם הרא"ט
און די איינוואונערס פון יענע געגענט האבן נאר איין ביהמ"ד, ווייל די ארונים האבן דאס געהייזשעקט פון די איינווינערס און האבן אריינגעשטעלט דעם הרא"טס איידעם פאר זייער גייסטישן מנהיג
דארטן קימען פאר יעדע שטיק צייט רשעות'ער געגין יעדן וואס זענען נישט קיין ארוינים
די וואך איז פארגעקומען א שבת קידוש פאר א אן איינוויונער וואס האלט זיינע קינדער אין די מוסדות ויואל משה
איז פרייטאג צו נאכטס בעצם השבת קודש האט מען אויסקאנעקטעט די הייסע אויווענעס מיט די קיגלען אין דאס ארויסגעווארפען אויפן גאס אויסגעגאסען די קיגלען אויפן שניי און עס חרוב געמאכט און אויך אוועק גערויבט אלע פיש אין הערינגס,
צו מזל האבן אפאר גיטע שכנים געברענג קעיק און אויך געברענגט זייער ווארמע טשולענטס אין קיגלען אז מען האט געקענט מאכן עפעס א שטיקל קידוש
ווי עס ווערט באריכטעט פון עדות, אז עס האט זיך דארטן געדרייט דער פארטאריקע "מאסרי" וואס ווערט נחשד דאס געטון בשם זיין באס דער מסור דוד עקשטיין
אבער דער מהרא"טס איידעם וואס שפילט א ראלע פון נייטראל, האט קיין איין ווארט נישט מוחה געווען די גאנצע צייט וואס מען האט געטרינקען דאס בליט פון דעם חושבען בעל שמחה
_________________
נשלח ב-30/1/2011 18:25
דער ר' שמעון זאב פירט זיך א אייגענע ראביסטעווע, ער וועט לעקן די ערד צי געפעלן סיי וועם.
ארויסווארפן די קוגלן אויפן גאס, איז זייער נישט קיין מענטשליכע שריט, און איך טוה דאס פארדאמען, אבער בנוגע וויאזוי ר' שמעון זאב מייזליש האט רעאגירט צום געשעהניש, ווי איר זאגט פאסיוו, יא! מיט דאס בין איך מיט אייך, איך זעה נישט ווען ער זאל קענען מוחה זיין דערויף, און וואס נאך ער האט געקענט טוהן ווען יחידים טוהן אזעלכע שריט, ווייל כמעט אזוי ווי די זאגסט, ער האלט זיך כמעט נייטראל, ער זוכט צו זיין ריין, און נישט זעך פארשמירן...און גלויב מיר ער האלט אויך אז דער שריט איז זייער אומעטיש...
איין קליינע באמערקונג וואס איך גלייך צו חזר'ן: ווען דער קרית יואל'ע דיין שליט"א האט זיך אויפגעפירט מיט פארשטאנד, און געשפילט אזוי ווי א דיין דארף זיך אויפפירן לעבן אינגוטן מיט אלעמען, און ענטפערן שאלות פאר יעדן נישט קיין חילוק פון וועלכע פראקציע, ביז דאן איז ער געווען א קלוגער, און ווי מאנכע צופרידענע מתנגדים פלעגן זיך אויסדרוקן: אוי...איז ער גוט...ער פארשטייט אזוי גוט זיין וועלט'ל...און מען האט אים רעספעקטירט, און געשפירט און די זייט א ניצחון אז אזא פערזענליכקייט וועמען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אויסדערוועלט שטעלט זיך נישט צו צו צד מהר"א, נאר שפילט נייטראל...אבער איצט אין די מינוט ווען דער דיין שליט"א האט טאקע געצייגט פאר ציבור מיט קוראזש אז "אוי...יעעע....ער האט נישט מורא ארויסצוזאגען דעם ריכטיגען דעת תורה, טראצדעם וואס ער וועט זיך אנשטויסן און שרעקליכע דרוק ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט, דאן איז ער פלוצים געווארן אן עם הארץ, און די זינלאזע מתנגדים האבן אנגעפאנגען לופטערן: "ער איז אן אלטער עם הארץ....און ער קען נישט לערנען...
און אט דאס זעלביגע קומט איצט פאר מיט הרה"ג רבי שמעון זאב שליט"א
די מתנגדים פלעגען זיך מיט אים טשאטשקענען...נישטא קיין בעסערע געווער אנטקעגען מהר"א מסאטמאר נאר אז אן איידעם דרייט זיך אויס ס'רוקן, און מען האט דאס פרובירט שטענדיג אויפצופלאקערן, אבער דער ביטערע מינוט איז אנגעקומען ווען רבי שמעון זאב האט אנגעפאנגען איינזעהן אז די עטליכע יחידים מיט פריוואטע נגיעות האבן אויסגענוצט זיין חן און ערליכקייט, און ווילן אים פארכאפן אינעם נעץ פון מחלוקות, מיט א מאסקע אז ער איז נייטראל, אבער ער האט דאס באלד אנערקענט, און אנגעפאנגען צו טוהן שריט און צו צייגען פאר אלעמען אז קיינער וועט אים נישט דיריגירן, און ער וועט זיך שוצן אינטערן שאטן פון גרויסן שווער, און באלד איז יענער ביהמ"ד אויף ווען ביורען דרייוו ווי ער האט אויך פארמאגט א זיץ... געשלאסן געווארן...און ער איז אויפגענומען געווארן אין די ברך משה געגענט...ווי אלע טוהן געניסן פון זיין צידקות און ערליכקייט...
און אצינד ווערט ער שוין אויך אריינגעלייגט דארט ווי דער דיין שליט"א איז פולצלונג אריינגעשטעלט געווארן... ער איז געבינדן....ער איז דאס ער איז יענץ...ער לעגט ד'רעד...מיט כל מיני לשון הרעס אויף אים... בלויז פאר די איינע חטא פון נישט גיין אין שפאן מיט די מחלוקה גייציגע מתנגדים...
ווארט נאר ווארט...נאך איין געשעהניש און זיין ביהמ"ד ביים ברך משה געגנט וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די געפילן פון א מתנגד....און ער גייט פלוצלונג פארוואנדעלט ווערן און א שרעקליכע עם הארץ...אז נאר... און מעגליך גאר א דזשיגאן עם הארץ...lol
_________________
תוקן על ידי חזקה ב- 30/01/2011 23:10:55
נשלח ב-31/1/2011 01:07
אפשר קענסטו אנווייזען ווען מיר האבן זיך מתחצף געווען קעגן ר' געציל?
דער איז האט נאך קיינמאל נישט געשריבן קיין העסליכע בריוו אדרעסירט צי ר'געציל אוואו ענק שרייבן אויף הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה שליט"א, מיר וואלטן אויך געקענט שרייבן אויף ר' געציל די אלע זאכן
נשלח ב-31/1/2011 02:56
חזקה כתב:
און אט דאס זעלביגע קומט איצט פאר מיט הרה"ג רבי שמעון זאב שליט"א
די מתנגדים פלעגען זיך מיט אים טשאטשקענען...נישטא קיין בעסערע געווער אנטקעגען מהר"א מסאטמאר נאר אז אן איידעם דרייט זיך אויס ס'רוקן, און מען האט דאס פרובירט שטענדיג אויפצופלאקערן, אבער דער ביטערע מינוט איז אנגעקומען ווען רבי שמעון זאב האט אנגעפאנגען איינזעהן אז די עטליכע יחידים מיט פריוואטע נגיעות האבן אויסגענוצט זיין חן און ערליכקייט, און ווילן אים פארכאפן אינעם נעץ פון מחלוקות, מיט א מאסקע אז ער איז נייטראל, אבער ער האט דאס באלד אנערקענט, און אנגעפאנגען צו טוהן שריט און צו צייגען פאר אלעמען אז קיינער וועט אים נישט דיריגירן, און ער וועט זיך שוצן אינטערן שאטן פון גרויסן שווער, און באלד איז יענער ביהמ"ד אויף ווען ביורען דרייוו ווי ער האט אויך פארמאגט א זיץ... געשלאסן געווארן...און ער איז אויפגענומען געווארן אין די ברך משה געגענט...ווי אלע טוהן געניסן פון זיין צידקות און ערליכקייט...
און אצינד ווערט ער שוין אויך אריינגעלייגט דארט ווי דער דיין שליט"א איז פולצלונג אריינגעשטעלט געווארן... ער איז געבינדן....ער איז דאס ער איז יענץ...ער לעגט ד'רעד...מיט כל מיני לשון הרעס אויף אים... בלויז פאר די איינע חטא פון נישט גיין אין שפאן מיט די מחלוקה גייציגע מתנגדים...
ווארט נאר ווארט...נאך איין געשעהניש און זיין ביהמ"ד ביים ברך משה געגנט וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די געפילן פון א מתנגד....און ער גייט פלוצלונג פארוואנדעלט ווערן און א שרעקליכע עם הארץ...אז נאר... און מעגליך גאר א דזשיגאן עם הארץ...lol
דאס מיינט "כח הפועל בנפעל"
יא טאקע אמת ביז ער האט זיך נישט אינטער געווארפן אינטער זיין שווער און זיין שיתף בדומה לו דער מסור עקשטיין
האט ער ער נאך געהאלטן גאנץ גיט
אבער אזוי ווי ער האט זיך אינטערגעווארפן זייער ממשלת הרשעה
איז ער כסדר מחפה אויף די ארוינישע רשעים
לויט ווי די שכנים אין בירך משה גיבן איבער איז דאס שוין נישט דאס ערשטע מאל ווי ער איז מחפה אויף די שקצים
"ווייל ער איז שוין נהנה פון מלכות איזבל" קען ער נישט מער קיין ווארט נישט מוחה זיין מער
דעם רבינס שיטה איז חי וקים,
אפילו דא אין אמעריקע, נישט נאר לגבי די ציונים אין א"י, וד"ל
_________________
נשלח ב-31/1/2011 04:55
חזקה:
וואס רעדסטו שטותים, דאס אז ער נעמט זיך נישט אן ווען עס איז געטון געווארן א עוולה אין זיין שול וואס האט דאס מיט ר' געצילס רעדן?
אויב ער פאררופט זיך רב אין א שול ברויך ער צו קענען קעיר נעמען פון עוולות וואס ווערן דארט באגאנגען, עספעשעלי ווען דו פארדאמסט עס אויך, דארף ער אלס רב דארט קעיר נעמען פון די פראבלעמען
נשלח ב-1/2/2011 01:05
ברם זכור אותו האיש לטוב, ר' שמעון זאב האט נישט אונטערגעשריבן די שמוציגע קלאגע קעגן זיין זיידן כ"ק מרן הגה"ק בעל ברך משה זי"ע. ווי ראט"ס אנדערע קינדער און איידעמער.
לגבי זיין יעצטיגן מצב, ווייס איך נישט וויפיל מען קען אים דן זיין, ער האט זיך שוין נעבעך פון זיי אזויפיל אנגעליטן (בעיקר פון דוד עקשטיין, אבער פון רא"ט אליין אויך היבש), נאכ'ן ווערן א שברי כלי האט ער אויפגעגעבן און זיך אונטערגעווארפן און ער מוז זיי דינען הונדערט פראצענט! וויפיל זיי פארלאנגען נאר פון אים! ער איז נישט ביכולת מוחה צו זיין. (איך ווייס נישט צו בדיני שמים קען מען עס נוצן אלץ תירוץ פאר טאן רשעות קעגן אנדערע אידן, אבער אלס לימוד זכות קען מען עס זיכער נוצן).
אזוי ווי איך זיך פאר אז פאר זיין טובה וועגן, איז בעסער בכלל נישט צו שרייבן וועגן אים, האלט איך מיך צוריק צו שרייבן אין די נושא, אלס הכרת הטוב אז ער האט נישט אונטערגעשריבן די קלאגע צו רופן אין קאורט זיין הייליגן זיידן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
נשלח ב-1/2/2011 02:59
מסכים מיט ברךמשהחסיד יעדעס ווארט!
נשלח ב-1/2/2011 03:21
אז מען רעדט שוין יא דערוועגן וואלט איך געוואלט פרעגן פארוואס האט מענדעלע נישט אונטערגעשריבן די קלאגע?
ר' שמעון זאב פארשטיי איך ווייל ער האט דאך יא מער שכל ווי מענדעלע
נשלח ב-1/2/2011 06:14
ווער איז די אינגערמאן וואס האט געגבן קידוש ??
נשלח ב-1/2/2011 06:17
נישט קיין נ"מ ווער דער אינגערמאן איז, נישטא קיין שום סיבה צי טון אזאנס.
נשלח ב-1/2/2011 22:07
דעמאלט האט מען געשמועסט אז פונקט ווי רא"ט אליין האט נישט אונטערגעשריבן די קלאגע, ווייל ער האט נישט געוואלט האבן פוטער אויפ'ן קאפ, אז ער אליין איז געגאנגען אין קאורט, די זעלבע מענדעלע וואס פלאנט איבערצונעמען זיין טאטן, האט אויך נישט געוואלט האבן פוטער אויפן קאפ.