דערהויבענע בליץ באזוך פון מרן רבינו שליט"א אין בני ברק
רבינו שליט"א איז געקומען צופארן פון בודאפעסט מיט די "מאלעוו" פליגער וועלכע האט געלאנדעט אביסל נאך איינס אזייגער באמיטאג.
אין לופט פעלד איז דער רבי שליט"א אפגעווארט געווארן דורך די ראשי הקהילה און מנהלי המוסדות פון ירושלים און בני ברק, אין שפיץ פון הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' ירושלים עיה"ק, צווישן די ציבור האט זיך אויך אנגעזעהן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות אין קר"י וועלכער וויילט אצינד צוגאסט אין ארה"ק.
גלייך ביים אנקומען אין בני ברק איז דער רבי שליט"א צוגעפארן לבית חמיו שליט"א וואו ער איז אריין איהם מבקר זיין לדרוש בשלומו, און אויך האט דער רבי שליט"א דארט פארבראכט מיט גסיו הגאוה"צ הר"ר ישראל האגער שליט"א מ'וויזניץ און הר"ר מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזשניץ וועלכע האבן דערנאך ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן אין שיכון קרית יואל וואו א יום טוב'דיגער שטימונג האט מקבל פנים געווען מרן רבינו שליט"א, דער רבי שליט"א איז גלייך צוגעפארן צו די אכסניא אין שטוב פון דעם לאנג-יעריגער מנהל המוסדות הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו.
נאך א קורצע אפרוה האט אפגעשטאט א באזוך ביים רבי'ן שליט"א דער וויצע מעיאר פון די שטאט בני ברק מוה"ר חנוך זייבארט הי"ו.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה וואו ער האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די הונדערטער קינדער תלמידים פון די תלמוד תורה פון בני ברק און ירושלים וועלכע זענען געקומען מלובש מיט בגדי שבת, און זיי האבן אלע מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן מיט א געוואלדיגע התעוררות און התלהבות.
נאך מנחה זענען אלע צאן קדשים אריבער געגאנגען שלום פונעם רבי'ן שליט"א ווען יעדער איז זיך מתענג מזיו אורו הבהיר מיטן פאטערליכע שמייכל צו יעדן קינד באזונדער.
נאכדעם איז דער רבי שליט"א אריבער באזוכן די נייע פראכטפולע "מקוה שמואל בנימין" וועלכע איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו פון קרית יואל.
פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער געפארן באזוכן דעם פוסק הדור הגאון הגדול בעל שבט הלוי שליט"א וואו עס איז פארפיהרט געווארן א הערליכע שיינע שמועס בדברי תורה וועלכע האט זיך געצויגן אויף נאנט צו א גאנצע שטונדע, ווען ארום די טיש זענען געזעצן די אלע קינדער פון הרב וואזנער שליט"א, אזוי אויך זענען געווען אוועזנד די חשוב'ע פערזענליכקייטן מוה"ר מאיר הירש הי"ו מנהל המוסדות אין קר"י, מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו מנהל המוסדות אין וומ"ס ואתו עמו מוה"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו, מוה"ר יחזקאל בערקאוויטש הי"ו, און מוה"ר משה אהרן האפמאנן הי"ו.
ביים שמועס האבן די צוויי גדולי התורה פארברענגט מיט א געוואלדיגע תענוג רוחני, ווען זיי שמועסן זיך אויס עטליכע פארצווייגטע הלכות, בייים ארויסגיין האבן זיי זיך זייעהר ווארים אנגעוואונטשן, ארויסגייענדיג האט הרב וואזנער שליט"א געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל אויך אנוואונטשן א ברכה פאר זיין רעבעצין תליט"א.
דאן איז דער רבי שליט"א צוריקגעפארן אין שיכון צו דאווענען מעריב אויבן אין די ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט געדאווענט אינאיינעם מיט נאך הונדערטער בעה"ב אברכים און בחורי חמד.
נאך מעריב איז די גאנצער ציבור אריבער געגאנגען שלום נעמען לברך ולהתברך מפי צדיק, א לאנגע צייט איז דער רבי שליט"א געשטאנען און א ריזן ציבור – אסאך פון זיי פון פרעמדע קרייזן – זענען אריבער כבקרת רועה עדרו.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער אין שטוב פונעם ראש ישיבה שליט"א וואו עטליכע רבנים און נכבדים האבן אריינגעכאפט אריינצוגיין אל הקודש פנימה, צווישן זיי הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב ב"ב וואו עס איז פארפירט געווארן א לענגערע שיינע הלכה'דיגע שמועס, הרה"ג ר' יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת בעלז-מאכנובקע, די קינדער פונעם ראב"ד העדה החרדית שליט"א, דומ"ץ קהילתינו הק' ירושלים שליט"א, הרב מוגראבי שליט"א אב"ד חולון, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א דומ"ץ שבט הלוי, און הרה"צ ר' מענדל האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ, און נאך.
אזוי אויך איז אריבער געקומען דער מעיאר פון ב"ב מוה"ר יעקב אשר הי"ו צו מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
אום צעהן אזייגער ביינאכט האט זיך דער רבי שליט"א מיט א גאנצע מלכות'דיגע שיירה זיך ארויסגעלאזט צוריק צום לופט פעלד און אהיימגעפארן צום ביתו נאוה קודש אין אמעריקע.
-בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה-
♦♦♦
ארום 5:00 אזייגער היינט – מאנטאג פארטאגס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בשטומ"צ אין נוארק לופט פעלד, פון ווי דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט למעון קדשו אין קרית יואל, ווי דער רבי שליט,א איז קודם אנגעקומען אין היכלי הישיב"ג זיך אומקוקן ווי די תלמידי הישיבה זיצן און לערנען אין די פארטאגס שעה'ן.
היינט אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הב' חתן הבר מצוה בן מוה"ר יעקב קאהן הי"ו פון קרית יואל.
פאר'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אהרן יוסף בערגער הי"ו פון קרית יואל, און דערנאך דער ברית לבן הנולד לר' יודא ווייס הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל, נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו זוהן פון הר"הח ר' שמואל הי"ו משב"ק ווי דער רבי שליט"א איז גגעווען סנדק און מוהל.
♦♦♦