נשלח ב-1/2/2011 18:04
"וואל מארט" פלאנט צי עפענען סטאר אין NYC Walmart to City Council: We Are Not Backing Down
_________________
נשלח ב-1/2/2011 18:06
Credit Wikipedia פארמאגט בערך 1.5 מיליאן ארבייטער וואס איז מער ווי די סך הכל ארבייטער פון דזשי.עם. , פארד, און איי.בי.עם. אינאיינעם. בערך 128 מיליאן מענטשן באזוכן וואל-מארט געשעפטן פער וואך. פארמאגט איבער 5,400 געשעפטן איבער די וועלט. אויב מען מאכט א דורכשניט קומט אויס אז די פירמע עפענט א נייע געשעפט יעדע 42 שטונדן זינט וואל-מארט איז אין ביזנעס. די מערסטע סעילס פון סיי וועלכע פירמע איבער די וועלט אבער נישט די גרעסטע פארדינער. פארקויפט דאס מערסטע גראסערי, שפילצייג, און מעבל אין אמעריקע. גרעסטער איינקויפער פון כינע (ארום 12 ביליאן דאלאר א יאר). אויב וואל-מארט וואלט געווען א לאנד וואלט זי געווען די אכטע גרעסטע האנדלער מיט כינע, מער ווי רוסלאנד און בריטען. גרינדער סעם וואלטנ'ס פרוי און קינדער (וואלטן איז געשטארבן אין 96') זענען פון די רייכסטע מענטשן אין די פאראייניגטע שטאטן. יעדע פון זיי פארמאגט כאטש 18 ביליאן דאלאר. פארקויפט מער ווי 30 פראצענט פון אלע ווינדלען וואס ווערט פארקויפט איבער גאנץ אמעריקע.
_________________
נשלח ב-1/2/2011 18:08
דאס איז זייער נישט גוט פאר די יודישע געשעפטן אין די סיטי
נשלח ב-1/2/2011 18:16
Shoppers at WalMart Will Beat Grocery Bills By 33%
_________________
נשלח ב-1/2/2011 18:20
פריינדליך כתב: דאס איז זייער נישט גוט פאר די יודישע געשעפטן אין די סיטי
וואס איז נישט גוט? אז דער עולם וועט געוואר ווערען אוואו זיי קויפן איין סחורה?
נשלח ב-1/2/2011 18:25
פריינדליך כתב: דאס איז זייער נישט גוט פאר די יודישע געשעפטן אין די סיטי
And what about having in mind Yiddish Gelt
_________________
נשלח ב-1/2/2011 20:28
מיר זענען פונקט אזוי אידען ווי די אידישע אייגענטומער, איך האלט אז א איד וואס נעמט אריין מעקסיקאנע גוים ענדערש ווי א איד א שומר תורה ומצוות אלץ אן ארבייטער, דאן זענען מיר נישט מחוייב אים צי שטיצן, אז ער זארגט זיך מער אז א גוי זאל האבן פרנסה דאן פארוואס זאלן מיר זיך לאזן קאסטן מער געלט? אז זיי ווילן אינז נישט שטיצן זאלן מיר זיך כאטש מאכן אפאר דאללער דורך קויפן ערגעץ אנדערש.
_________________
נשלח ב-2/2/2011 10:05
ספרינטער. איך רעד פון די יודן וואס האבן נאר מעסיקאנע פאר דזשאבס וואס יודן נעמען נישט.און אפילו ער האט נאר מעקסיקאנע. איז ער נאך אלס א יוד און וואלמארט נישט
מלך. וואס גייט דיר אן פון וואו ער נעמט? א יוד וויל מאכן פרנסה און שטעלט דיר אהער א סטאר (געווענליך) יותר מכפי יכלתו צו ברענגען ברויט אין שטוב. און דא עפנט זיך א וואלמארט וואס גיט ביליגערע פרייזן אווי די קאמפאני אליינס. און די געלט וואס דו שפארסט זיך וועסטו עניוועי געבן מארגן ביים טיי אוונט פאר דעם געוועזענעם געשעפטסמאן
נשלח ב-2/2/2011 18:22
איך האלט אויך ווי דיר אז א געשעפט מאן וואס נעמט אריין אידן פאר ארבייטערס דארפן מיר אים שטיצן (היינטיגע צייטן קען מען אויף יעדע זאך טרעפן א איד וואס זאל מסכים זיין אויף סיי וואספארא ארבייט) אבער די אנדערע וואס נעמען דוקא נישט אריין א איד פארוואס זאל איך אים שטיצן?
_________________
נשלח ב-2/2/2011 19:29
אידן זייט געווארנט: קויפן ביי איד איז נישט קיין געפיל אישו, עס איז א מצות עשה דאורייתא. קען זיין אז עס איז דא געווייסע אויסנאמען, אבער דאס צו ער נעמט אריין מעקסיקאנע קויים אדער נישט, האט זיכער נישט קיין הלכה'דיגע געוויכט.
נשלח ב-2/2/2011 19:37
איך האב נישט געגעבן קיין פסק הלכה, איך האב בלויז אויסגעדריקט מיין מיינונג.
_________________
נשלח ב-4/2/2011 14:55
_________________
נשלח ב-9/2/2011 20:35
Walmart In Surprise Meeting with Council Speaker Quinn
נשלח ב-20/6/2011 17:53
Wal Mart, Speaker Quinn Negotiating Deal for a Way Into the City
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.