|
|
| נשלח ב-11/2/2011 21:39 |
|
| |
מיין אשכול איז געווען בנוגע וואס עס שטעכט דיר. און נאכן ליינען דיינע תגובות ווי למשל אז ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, און נאך 30 בנינים געהערט פאר ענק, און אז עס איז געווען א דין תורה בנוגע ירושה. זעה איך אז נישט נאר עס קווטשט ענק, נאר עס שפייען בלוט וועגן דעם, ענק האלטן דאס נישט אויס. קוק די שקרים אין איין אשכול.
א חלק וואס עס שטעכט דיר איז די בנינים וואס ענק האבן נישט געקענט פארמאכן, צונעמען. האב איך געברענגט די רשימה.
עס גייט מיר בכלל נישט אן אז דו האסט בנינים. עס איז מיר נישט קיין חידוש אז מיין רבי האט מתנגדים, זיין טאטע האט געהאט, די רבי ז"ל האט געהאט, דער קדושת יו"ט האט געהאט, דער ייטב לב האט געהאט אזוי למעלה למעלה ביז ארויף אויבן. אלזא יעצט איז ענקער רייע צו קענען ווייטער טראגן די המשכה.
אז דו האסט א בנין אין וויליאמסבורג וואס עס איז קיינמאל נישט געווען מיינס, באדערט עס מיר נישט. מיר האבן נישט פראבירט אפצושטעלן בנין יאקאבאוויטש וכדומה. מיר באדערט נישט אז דו האסט דיינע אייגענע בנינים. אדרבה קויף, מאך, טוה, האלט דיר פארנומען דערמיט. די בנינים וואס עס באדערט מיר אז וועלכע דו האסט מיר ארויסגעשטויסן מיט די הילף פון די פאליציי. אין סיגוט אליינס איז געווען א גרויסע ציוניסטישע גרופע, דער עצי חיים איז נישט געווארן קלענער וועגן דעם. אזוי אויך אין קרית יואל איז דא א גרופע ווערעמדיגע און קרעצעדיגע, מיין רבי ווערט נישט קלענער פון דעם.
צו האט מען נישט געמאכט חתונות בתערובות אין מונקאטש ווי דער הייליגער מנחת אלעזר איז דארט געווען מרא דאתרא? עס איז אייביג געווען שקצים, משה רבינו האט שוין געהאט ערב רב, מיין רבי האט אויך. אכלל? איז עפעס געשעהן? גארנישט!
ענק באדערט אבער יעדעס לופט וואס מהר"א אטעמט, יעדעס שטיינדל וואס ער פארמאגט פארגינען ענק נישט.
אונזער מחלוקה מיט ענק איז נישט צוליב קנאה אדער שנאה, אונזער מחלוקה איז צו ראטעווען אונזערע מוסדות פון ענקער שמוציגע הענט. למען הציל העושק מעושקו. במילא ווען דו בויסט דיר אויף א נייע בנין, באדערט עס מיר נישט, פאפא בויעט אויך נייע בנינים, אפילו בראדע רב האט אויך א שוהל, נאך אביסל וועט יודעלע מייזעלס האבן א שוהל, מעג נישט מהרז"ל האבן א אייגענע שוהל? געזינטערהייט! אבער נישט צוכאפן מיינע.
ענקער מחלוקה מיט אונז, איז פשוט קנאה שנאה און דאס איז עס. ווען עס איז גוט פאר די מחלוקה איז מען א מחמיר, ווען עס איז גוט פאר די מחלוקה איז מען א מקיל. ווען עס איז גוט פאר די מחלוקה איז מען א קנאי, ווען עס איז גוט פאר די מחלוקה פארקוקט מען אויף קנאות. ווען עס איז גוט פאר די מחלוקה איז די פזקים פונעם רבי'ן מחייב, ווען עס איז גוט פאר די מחלוקה איז די פסקים נישט מחייב. אונז האבן א תורה און אויף דעם א רבי וואס לערנט מיר די תורה. די האסט א רבי וואס אויף דעם בויעסטו דיין תורה.
דאס איז וואס איך האב געשריבן בנוגע בנינים. נישט ווער עס האט מער. רויף אפ גאנץ וואשינקטאן גייט עס מיר נישט אן, ווילאנג דו נעמסט נישט צו פון מיר
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/2/2011 00:05 |
|
| |
די זאליס ב"ה דארפן ניטאמאל טראכטן פונעם דזשיגאן עם הארץ ווי דורכגעפאלן ער איז, עס איז מלאכתן נעשית ע"י אחרים.
דזשיגאן שלאגט זיך אויף די ווייץ מיט ר' אברהם לויפער
דזשיגאן שלאגט זיך אויף די פלייש מיט ר' יצחק שטיין
דזשיגאן שלאגט זיך אויף דעם נייעם זאל מיט די בני יואל
דזשיגאן שלאגט זיך אויף אונטערוויו'ס אין צייטונגען מיט משה גבאי
יעצט זאגט מיר צו ר' זלמן לייב דארף נאך אפילו טראכטן פון זיין גרויסע דזשיגאן עם הארץ ברודער...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/2/2011 04:28 |
|
| |
עס שטערט ענק טאקע נישט ווען מהרז"ל בויט א נייע? וואס דעמאלטס פארפירן ענק ווען מיר בויען נייע? די סוכה אויף ראס סטריט שוין אינדרויסן פונעם נייעם ביהמ"ד האט עטץ גערופן די בילדינג דעפ. פייער דעפ. א גאנצע וואך, ביי די פראכטפולע מוירטעל שיל האט די בלאט אנגעפירט א העצערישע קאמפיין איבער א מכלומרשט'ע "ארטיסטן שיל', ביים נייעם בית החיים האט מען געשיקט די בחורים מאכן איבערקערענישן, אלע אנדערע שוין אפילו נייע פראיעקטן זענט עטץ פארנימען ווי נאך מען קען אונטערשטעלן א פיסל. וואס קוועטשט ענק?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2011 00:16 |
|
| |
| סענעטאר כתב: |  | די זאליס ב"ה דארפן ניטאמאל טראכטן פונעם דזשיגאן עם הארץ ווי דורכגעפאלן ער איז, עס איז מלאכתן נעשית ע"י אחרים.
דזשיגאן שלאגט זיך אויף די ווייץ מיט ר' אברהם לויפער
דזשיגאן שלאגט זיך אויף די פלייש מיט ר' יצחק שטיין
דזשיגאן שלאגט זיך אויף דעם נייעם זאל מיט די בני יואל
דזשיגאן שלאגט זיך אויף אונטערוויו'ס אין צייטונגען מיט משה גבאי
יעצט זאגט מיר צו ר' זלמן לייב דארף נאך אפילו טראכטן פון זיין גרויסע דזשיגאן עם הארץ ברודער... |
|
וואספארא אנזעץ נעבעך, קיינער האלט נישט ביים ארויסקומען אנטקעגן מיין רבי חוץ פון די פאר חכמלאגן.
איך ווייס נישט צו ר' זלמן לייב דארף טראכטן צו נישט, ער האט נעבעך נישט אנדערש וואס צו טראכטן אגאנצן טאג...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2011 01:53 |
|
| |
פארוואס זאל איינער יא זיין אונטערסירט ארויסציקומען קעגן אים? יעדע רב איז אריינצוכאפן ביזן זיבעטען ריפ? אין בכלל רעכנט עטץ ענק דען מיט א דעת תורה? אדרבה כאפ דיך אריבער אויף וויליאמסבורג פאר איין שבת געב א קוק וויפיל ארונים טראגן אום שב"ק טראץ דעם וואס רובה דרובה רבנים האבן אונטערגעשריבן דערקעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2011 02:05 |
|
| |
ביליג מאכט זיך דער וואס קומט ארויס קעגן דעם עם הארץ. יעדעס קינד אין חדר ווייסט שוין היינט אז דער עם הארץ איז אין צוגאב אויך א לץ (דשיגאן מישטיינס געזאגט) ער וועט פארפירן וועגן כשרות אבער עסן וועט ער סיי וואס מען סערווירט אין קישטאווארעך ווייל זיין פליגער איז דארט שטעקן געבליבן (עיין ערך: מהר"א מ'סאטמאר בבית חב"ד).
די אלע רבנים וואס פרפירן זענען בכלל נישט געצילט צו אים, זיי זענען געצילט צו יחודים די תמומי לב די ביסל וואס האבן נאך א ערענסטק אבער געפינען זיך ביים קל און לץ. מיט אים זעלבסט איז בכלל נישט שייך צו קאמיונאקירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/2/2011 06:33 |
|
| |
דער עם הארץ האט אלע יארן באזידלט די רבנים וואס האבן מיט מסירות נפש אויסגעשריגן פון זייער הארץ דעם אמת'ע דעת תורה, קאשוי רב ז"ל האט אמאל ביי א דרשה ווען די ארונים האבן אהינגעשיקט פייערלעשער -ווי מען קען עס הערן אויף די טעיפס - עפ"ל: "פייערס זענען זיי אויסלעשן אבער די פייער אין מיין הארץ וועלן זיי נישט ענען אויסלעשן".
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2011 01:54 |
|
| |
ווילסט באמת וויסן וואס עס קוועטשט?, איך וועל דיר זאגן, די אהרונים קוועטשן זייער שטארק און ס'טיט וויי, אריבער 50 פראצענט קאסטאמערס ווילן נישט מצות מפוקפקים פון נאסע לאנג איילאנד ווייץ, און זיי האבן זיך אריבער געצויגן צו די אריזאנא ווייץ מצות, (און דאס איז טראץ די מצות מלוחים מאוד מאוד, שטעל דיך פאר ווען די אריזאנע סופלייערס שטעלן אהער מצות אן קיין זאלץ, דארף ווען בראדוויי אינדאנצן אפשפארן...), און מיט אלע געוואלדעס פון דעם אפגעריסעם משוגענער לויפער (כלשונך) מיט די הילף פונעם חכם עתיק דער שארמאשער צדיק, זעט מען נאכנישט קיין שום פארבעסערונג, און דאס קוועטשט און טיט זייער וויי,
די אהרונים שעפן נחת פון די טייערע חשובע לעכטיגע תורה'דיגע תשובות פון דעם גאון וצדיק דער שארמאשער חכם, און אויב ווארט ער באמת אז דער רבי שליט''א אדער כאטשיג דער דיין שליט''א זאל זיך מיט עם מטפל זיין, ווארט ער אומזיסט, אפילו ספרי תורות בחוצות קרית יואל פראטעסט וועט עם נישט העלפן, לעת עתה וועט ער זיך דארפן באגעניגן מיט דעם פאקט אז אפאר היידפארק שרייבערלעך זענען זיך מיט עם מטפל, ס'איז זייער זיס צו צוקיקן ווי דער גרויסער שארמאשער האט עפעס א סכסוך מיט רבי יונה אדער אנדערע היידפארק שרייבערלעך, דאס זענען זיינע בעלי פלוגתא, און דאס איז זיינס גלייכן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/2/2011 19:00 |
|
| |
הייסט עס אז ווי מער ענק שעפן נחת, אלץ מער אשכולות עפענט מען? איך פראביר פשוט צו פארשטיין וואס דו זאגסט, ווייל פון דיין אנדערע ניק THEחדשות קוקט אויס אז נאר ווען עפעס קוועטשט עפענט מען אשכולות, סוי די קריגסט מיט אים?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 04:12 |
|
| |
א גרויסן ייש"כ.
איך וויל מיר אויסדרוקן פון טיפעניש פון מיין הארץ פאר די פורים רב פון די קווינס ישיבה פאר'ן אזוי גוט מאמת זיין מיינע רייד. געווענדליך ווען עס קומט חודש אדר ווערן די שטאט פרייליך, די קינדער הייבן איינצוקויפן פארשטעלאכטס, מ'שמעקט שוין די פורים אין די גאסן. מיין רבי אין כתה ג' האט געזאגט: ווי אזוי א קינד פארשטעלט זיך פורים, פון דא זעהט מען וואס ער וויל זיין.
יא!, איך האב דאס דא געזאגט, און ענק האבן דאס פראבירט צו לייקענען, אבער גיבסט נאר א קוק.
פארוואס ווען מ'דארף משמח זיין די אלע אנגעזעצטע בחורים אין ישיבה איז נאר דא איין וועג, נאך מאכן מיין רבי? משא"כ און אונזער ישיבה איז הגז"ל בכלל נישט אן אינטערעסאנטע אייטם נאטכצומאכן (און נישט אז עס איז נישט דא וואס).
קוק נאר ווי די בחורים שטיפן זיך צו הערן יעדעס ווארט, קוק נאר אן דער חתן ביי וועלכע ער רעדט פון די געשוירענע בערד, סתם א רשעות! נעמט א בחור ביי זיין חתונה וואס רורט אן זיין בארד (מן הסתם איז דאס נאטראל, הא????) און רעדט פון שערן דאס בארד.
מ'הערט נישט פון אים גארנישט, נאר ר' אהרן ר' אהרן ר' אהרן אגאנצן צייט, נעבעך. אבער עס באדערט ענק נישט ר' אהרן.
פארשטייט זיך אז אן די בליצערס איז ער גאר נישט ווערט. א שטייגער ווי הגז"ל וואס ווי ער קומט אן דארף ער אנקומען ווי א קליין אינגל, לאו לאו לאו. אדער איז ער גארנישט ווערט.
קוקט אן ווי ענק האלטן שוין, אז אפילו אין חודש אדר קען מען זיך נישט משמח זיין נאר מיט ר' אהרן. אשרי לכם ואשרי חלקכם
_________________
תוקן על ידי theחדשות ב- 24/02/2011 04:15:30
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 04:22 |
|
| |
רבי אהרן האלט אונטער כלל ישראל א גאנץ יאר. נאך יעדע דרשה זיצן טויזענטער אידן וואס האלטן זיך ביי די זייטן ווי ער איז מסביר יעדע שטות בטוב טעם ודעת, יעצט ווען מיר האבן שוין נישט געהאט די זכיה א לענגערע צייט צי הערן די פערל רייד איז נישט פארבליבן קיין צווייטע ברירה נאר אויפצושטעלן אזא איינער וואס קען עפעס נאכמאכן דעם עכטע פורים רב, אזוי ברענגט דעס צוריק ארויף א שמייכל אויף די לעפצן פאר די אלע וואס ווארטן און קיקן ארויס אז ער זאל מהנה זיין דעם עולם.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/2/2011 21:08 |
|
| |
עטס האטס א פראבלעם, איי קענט העלפ יו, וואס קען איך טון אז ווען מען מאכט נאך דיין רבי לאכט דער עולם? דאס איז אויך מיין שולד? ווען מען מאכט נאך מיין רבי לאכט מען נישט וואס זאל איך טון? איי קענט העלפ איט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/2/2011 09:39 |
|
| |
עס קומט צום שמייכלען ווען די אהרונים פרובירן דורך אלע מיטלען ארויפצוגיסן זייער דערביטערטקייט אויף די זאליס.
די דזשיגאנס באדערט אז אנשטאט ר' אהרן זאל זיין דער מנהיג יחידי אויף די גאנצע וועלט, א שטייגער ווי דער קאדאפי, איז ער געווארן א נארישער פורים רב, יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין נאריש מויל דארפן זיך די אהרונים פארענטפערן טעג און וואכן וואס איז געווען די הייליגע כוונה אונטער די טפשות'דיגע ווערטער.
זיי פרובירן צו באהאלטן זייער ווייטאג וואס שטעכט זיי ביז צום געדערים אז אנשטאט דער דזשיגאן עם הארץ זאל זיין דער וואס על פיו יושק כל דבר אין די גאנצע וועלט, קען ער זיך, אין די זעלבע צייט, קוים ספראווען מיט די אינערליכע רייבערייען וואס קומען פאר טעגליך אין זיין קהלה, און טאקע אין קרית יואל וואו ער איז שוין דער א.ג. מרא דאתרא אריבער צוואנציג יאר. דאס באדערט זיי, און מ'גיסט אויס דעם כעס אויף דאראגער רב שליט"א און אויף הגה"צ משארמאש שליט"א, ווען זייערע הויפט שונאים זיצן אין די זייט און קאטשען זיך פאר געלעכטער מיט וועם דער רב דקהילות הקדושות בכל אתר ואתר דארף זיך נעבעך שלאגן.
|
|
|
|
|